ר' אהרן טייטלבוים: אידן וואס זענען געווען ביים כינוס שעמען זיך!
היינט צופרי איז ר' אהרן אנגעקומען זייער צובראכן ביים דאווענען, די אנשי סודו האבן געקענט באמערקן אז דער רבי האט געהאט א היבש שלאפלאזער נאכט נאך אזא מעמד אדיר און קידוש השם ווי דער כינוס כלל ישראל.
נאכן דאווענען זענען איינער פון זיינע קעלבער צוגעגאנגן צו אים מחזק זיין און געזאגט אז דאס היינטיגע דאווענען פון רבי'ן (אהרן) איז געווען פיל ווארימער פון די נעכטיגע שמע ישראל... דער רבי האט זיך צושמייכעלט מיט א קענטיגע הנאה און ענוות חן. דערנאך האט זיך דער פה מפיק צועפענט, און האט דערקלערט מיט פאטאס: נעכטן האבן זיך אידן געשעמט נישט צו גיין צום כינוס, היינט שעמען זיך אידן וואס זענען יא געווען ביים כינוס!
היינט נאכט איז ערווארטעט א באמבאסטישער דרשה פונעם אומפארשעמטן רבי'ן, ר' אהרן ווי ער וועט אראפרייסן יעדן גדול עקסטער וואס האט זיך באטייליגט נעכטן נאכט ביים כינוס כלל ישראל. און צוגאב וועט ער פיטערן זיינע קעלבער אז ער איז געווען דער "ערשטער" וואס האט גערעדט קעגן אינטערנעט, און ער וועט ווייטער זיין דער "ערשטער" וואס טוט קעגן אינטערנעט...
נשלח ב-21/5/2012 22:08
די אהרונים האבן נעבעך איין פראבלעם, נישט נאר מיט אהרן אלס רבי, נאר מיט שמואל ווידער אלס פארטיי פאנטרעגער און דער בלאטס שטיפת מח קעגן קנאות 13 יאר, זענען זיי ממש די חוזק פון די טאון ווען זיי רעדן מוסר צו די סאטמארער קנאים.
נשלח ב-21/5/2012 22:46
לויט ווי מען גיט איבער זענען שוין אלע טיקעטס פארקויפט געווארן צום היינט נאכטיגן כינוס כללי אין ראוז קעסל.
שפורט איר טאקע אז דאס איז געווען די בעסטע און איינציגסטע וועג
אז מען האט געמוזט הערן ענגלישע דרשות
אויף א נישט היימישע שטייגער ?
איך האב אויסגעהערט די דרשות
ביי די דרשות פון די אסיפה פון מהר "א אין הופער
בין איך מער נתעורר געווארן
מיט טרערן
נשלח ב-21/5/2012 23:19
רבונו של עולם, אני שלך וחלומותי שלך. חלום חלמתי ואיני יודע מה הוא. יהי רצון מלפניך, ה' אלקי ואלקי אבותי, שיהיו כל חלומותי עלי ועל כל ישראל לטובה - בין שחלמתי על עצמי, ובין שחלמתי על אחרים, ובין שחלמו אחרים עלי. אם טובים הם, חזקם ואמצם, ויתקימו בי ובהם כחלומותיו של יוסף הצדיק. ואם צריכים רפואה, רפאם כחזקיהו מלך יהודה מחליו, וכמרים הנביאה מצרעתה, וכנעמן מצרעתו, וכמי מרה על ידי משה רבנו, וכמי יריחו על ידי אלישע. וכשם שהפכת את קללת בלעם הרשע מקללה לברכה, כן תהפוך כל חלומותי עלי ועל כל ישראל לטובה, ותשמרני ותחנני ותרצני. אמן