| נשלח ב-22/5/2012 01:07 |
|
| |
נעשה ונשמע אמרו כאחד: א טריט ווייטער אין די הייליגע מערכה למען קדושת ישראל!
עס לאזט זיך נישט אנהייבן באשרייבן דער מעמד אדיר וואס איז נעכטן פארגעקומען, פשוט ווייל דער אידישער לעקסיקאן איז שוין אויסגענוצט געווארן אויף פיל קלענערע כינוסים און צוזאמקומען. מ'דארף מיר האבן א ר' סענדר דייטש אויסצומאלן פרישע ווערטער וויאזוי צו באשרייבן דעם היסטארישן נאכט. א היסטארישער נאכט אין יעדן אספעקט.
וואספארא ווערטער נוצט מען צו באשרייבן העכער "זעכציג טויזענט" אידן וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען אפאר טאג פאר קבלת התורה ווידערמאל אויסצושרייען דעם אידישן רוף: נעשה ונשמע אמרו כאחד?!
וואספארא ווערטער נוצט מען צו אראפמאלען אזא גאלעריע פון די גרעסטע צדיקים וגאונים וואס כלל ישראל פארמאגט, וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען מיט איין ציהל: להשמיע את דבר ה'?!
די ווערטער זענען טאקע נישטא, אבער דער תכלית און רוף פון דעם כינוס איז קאי וקיים. כלל ישראל אין דעם דור פון עיקבתא דמשיחא איז געפלאגט געווארן מיט גרעסטן נסיון וואס עס איז נאר אמאל געווען פארהאן, דער אינטערנעט.
און אויף דעם זענען זיך שלומי אמוני ישראל, פון אלע שיכטן און קרייזן, זיך צוזאמגעקומען פאר א "התעוררות רוף" לעמוד ולהקהל על נפשינו אין די מים הזידונים וואס בוזשעוועט.
פאר אונז תלמידי וחסידי סאטמאר איז דער פראבלעם בכלל נישט קיין חידוש. רבינו שליט"א איז שוין מתריע בשער פאר א לאנגע תקופה איבער דעם ביטערן און שרעקליכן פראבלעם. אבער נישט נאר מתריע, נאר טראגט דעם אחריות פון א מנהיג ישראל צו טון אלעס אין די וועלט צו פארבעסערן און טוישן דעם מצב.
אנהייב דעם ווינטער האט רבינו שליט"א צוזאמגערופן אין ביהמ"ד הגדול אלע עלטערן פון די תלמידי ותלמידות המוסדות הקדושים און ליארעמט איבער דעם סעלפאון וואס מ'געט פאר קינדער. עס איז דאן אויפגעפאדערט געווארן פונעם ציבור פארשידענע תקנות וואס די מוסדות וועלן אינפארסירן.
אינדערצווישן האט זיך געשאפן דער "איחוד הקהלות לטוהר המחנה", און רבינו שליט"א האט געזען דערין א פאסיגע געלעגנהייט זיך צו מאחד זיין מיט א כח הרבים און אדרעסירן דעם פראבלעם, און מטכס עצה זיין וואס מ'טוט ווייטער.
רבינו שליט"א האט באשלאסן טאקע ארויסצושיקן דעם ציבור צום מעמד נעכטן, צו פארשטערקערן דעם כח הרבים און דערמיט דערקלערן אז דער פראבלעם איז א פראבלעם פאר יעדן איד באשר הוא שם, נישט נאר פאר חסידישע אידן, און נישט נאר פאר ליטווישע אידן, נאר פאר יעדן איד וואס איז א שומר תורה ומצוות.
דאס איז אנבאלאנגט דעם התעוררות חלק.
בנוגע הלכה למעשה, האט רבינו שליט"א אויך נישט גערוהט. ער האט גערופן אסיפות מיט טעכניקער און ביזנעס-לייט, מומחים אין דעם פעלד, ארויסצוקומען מיט די פאסיגע לעזונגען צו דעם פראבלעם. יא, אמת עס זענען שוין דא פילטערס אויפן מארקעט, אבער רבינו שליט"א טראגט אויף זיך דעם אחריות אלס דער מנהיג העדה, וואס עינינו בו תליות, און פארלאנגט די עסקנים זאלן צושטעלן א פילטער וואס זאל קענען דינען אלע סארט ביזנעסער זאלן קענען פונקציאנירן אויף וויפיל זיי דארפן דורכן אונטערנעט, און קיינער זאל נישט האבן א תירוץ אז מיין ביזנעס איז אנדערש.
הערשט די פאריגע וואך איז צושטאנד געקומען דער ערשטער דורכברוך אין דעם פעלד, ווען אויפן רוף פון מרן רבינו שליט"א האבן אריבער הונדערט אינגעלייט בני תורה געטוישט זייערע טעלעפאונען צו די מאושר טעלעפאונען, וואס מ'קען נאר טעלעפאנירן און נישט שיקן טעקסט מעסעדזשעס אדער ח"ו האבן צוטריט צום אינטערנעט.
אזוי אויך האט רבינו שליט"א באאויפטראגט די עסקנים זאלן ארויסקומען מיט א מאושר טעלעפאון וואס זאל זיין געאייגענט פאר ביזנעס אינגעלייט און בעלי בתים, וואס דארפן יא צוקומען צו טעקסט מעסעדזשעס אדער אימעיל. און לויט ווי מ'הערט דארף אין די גאר נאנטע תקופה ארויסקומען דער שפאגל נייער מאושר טעלעפאון פאר בעלי בתים.
לדעת את המעש אשר יעשון, האט היינט, א טאג נאך דעם גרויסן מעמד, רבינו שליט"א ווידעראמאל צוזאמגערופן די רבנים וחברי הביד"ץ דקהלתינו הק', און אזוי אויך כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א און חשובע עסקנים, צו שטעלן דעם יסוד פאר די שטרענגע תקנות וואס וועלן ארויסקומען אין די טעג דורך קהלתינו ומוסדותינו הקדושים, וואס וועלן מחייב זיין יעדן איינעם אן אויסנאם, און אזוי אויך צוצואיילן די עסקנים ארויסצוקומען מיט די לעזונגן פאר די אידן וואס דארפן יא דעם אונטערנעט לצורך פרנסה, אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן על דרך התורה.
כלל ישראל בכלל, און תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט, קוקן שטארק ארויס אויף די הצלחה פון רבינו שליט"א אין דעם ענין, און זענען מתפלל אז דער סייעתא דשמיא וואס האט באגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז אהער זאל אים באגלייטן ווייטער ער זאל קענען שטיין בראש פון די עדה הקדושה און אונז פירן אויף דעם ריכטיגן וועג המסורה לנו מאבותינו ורבותינו הקדושים.
תוקן על ידי מאיר_הערש ב- 22/05/2012 01:27:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 02:17 |
|
| |
ברוך שהיגיענו לזמן הזה.............. נאכן בועט זיין באביו ודודו מיטן זיך מתחבר זיין עם רשעים האט מהרז"ל אנגענומען שיטת מהר"א און ער גייט נאכמאכן תקנות ........ עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער שעמט זיך נישט און איז מודה טעיתי זאל דער אויבערשטער העלפן ער זאל מצליח זיין ביי זיין עולם לכה"פ האלב וויפל מהר"א האט מצליח געווען ביי זיין ציבור............
תוקן על ידי סאטמער100 ב- 22/05/2012 02:17:33
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 02:48 |
|
| |
וואס הייסט דאס "נאכמאכן תקנות"?! ווען א אהרוני זאגט ברכת התורה, און א זאלי זאגט נאכדעם, האט ער נאכגעמאכט דעם אהרוני?
עס איז ביי אונז חשוב און טייער יעדע איד וואס רייסט זיך אפ פון דעם טריפה'נעם אינטערנעט, יהיה מי שיהיה. למעשה האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז מהר"א ט"ב האט זיך אפגעזאגט פון צושטיין צו גאנץ כלל ישראל אפצושרייען דעם שרעקליכן פראבלעם, און דער סאטמאר רבי שליט"א האט גענומען די לייצעס אין די האנט, און ארבעט אויף לעזונגען און מאכט תקנות.
יעצט אויף דיין ליצנות פראזע אז מהר"א איז געווען דער "ערשטער" וועל איך ניטאמאל ענטפערן, איך דארף נישט מער פון זאגן קוקטס ווער ס'רעדט. אנגעבליך בוסטו דאך א אהרוני, און טראץ דעם וואס מהר"א איז געווען דער "ערשטער" בוסטו נאך אלץ דא אויף דעם פארום.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 09:04 |
|
| |
כפי השמועה גרייט זיך קהלה קדושה סאטמאר אויף די סוף וואך פאר א דרשה פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווי דער רבי שליט"א וועט אי"ה אראפשטעלן די תקנות הקהלה והמוסדות וואס זענען מחייב יעדן יחיד בנוגע דעם אונטערנעט.
לויטן פלאן וועט דער דרשה זיין אין ביהמ"ד הגדול. די נשים וועלן זיך צוזאמקומען אין זאל פון עטרת אברהם, און אין די אלע אנדערע סאטמארע לאקאלן וועלן זיך אנ"ש צוזאמנעמען און מ'וועט הערן דעם דבר ה' דורך א הוק-אפ.
ובשם ה' נעשה ונצליח!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 09:07 |
|
| |
אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א (רמ"ד) היינט ביי א דינער געשטעלט די תקנות וואס זענען מחייב יעדן באבוב'ער חסיד. דער רבי האט געזאגט אז איינעם וועם מ'וועט כאפן עובר זיין אויף די תקנות, וועלן די קינדער ווערן ארויסגעווארפן פונעם מוסד, און עס וועט נישט העלפן קיין שום פראטעקציעס.
כלל ישראל שטייט ווייטער און קוקט ארויס מיט שפאנונג אויף די אומצוויידייטיגע רעזולטאטן פון דעם כינוס כלל ישראל, און דעם געוואלדיגן התעוררות וואס איז געשאפן געווארן אדאנק דעם, און שלאגט ווארצלען ביי יעדע ערליכע קהלה איבער די גארער וועלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 17:06 |
|
| |
אין ליכט פון די געוואלדיגע התעוררות ביים כלל ישראל וועגן דעם נגע האינטערנעט, און ספעציפיש ביי תלמידי וחסידי מהרי"י מסאטמאר וועלכע וועלן באקומען די הוראות
בקודש פון זייער רבי'ן די היינטיגע וואך סוף וואך, מיט א איסור חמור אויף טעלעפאן'ס מיט אינטערנעט פון סיי וועלכע סארט, האט א סאטמארער חסיד אפגעשריבן א קליין אבער אמת'דיגער מאמר, א שמועס מיט זיין
בלעקבערי...
מיין בלעקבערי פילט שוין פרעמד צו מיר. ער פילט אז זיינע טעג זענען געציילטע און מיר גייען זיך שיידן. זה הבלעקבערי ילך למיתה ואני אכנס לחיים טובים ארוכים.
ער וויינט פאר שרעק. ער בעט זיך ביי מיר: חיים (ער רופט מיך שוין ביים נאמען, אן דאס מינדעסטע דרך ארץ), האב רחמנות, ווארף מיך נישט צו די הינט ווי א נבילה טמאה. איך האב דיך געבעטן גיי נישט צום כינוס; איך האב דיך געבעטן זיי אן ארוני און מאך לצנות פון דעם כינוס. איך בעט דיך, איך וויל נאך בלייבן ביי דיר אנגעהאנגען אויפן ברוסטקאסטן אין דיין העמד טאש; ברענג מיך ווייטער אין שול, אין בעט, ביים עסן, ביים שמועסן מיט די פרוי און קינדער, אין ביה"כ. איך וועל דיר געבן צו ליינען גענוג צו זאט מאכן דיין געפערליכן דארשט צו ליינען. ער וויינט שוין אזוי צו מיר פאר צוועלף שטונדען.
און איך ענטפער: בלעקבערי בלעקבערי, דו ביסט א פגר טמא; דו ביסט א פערטיגער; מער גייט מען דיך נישט מיטנעמען אין ערגעץ; מער גייסטו נישט שטערן יעדע נארמאלע שמועס וואס מע האט מיט די פרוי, קינדער און חברים; מער גייסטו נישט אוועקנעמען מיין קאפ און מח פון לערנען, דאוונען און ארבעט. דו פארדינסט פיל ערגער ווי דיך אריינווארפן אין מיסטקאסטן ווי פארדארבענע שפייז; מע דארף ווען דיך הענגען אין שטאט-צענטער און שטיין דארט די אלע וואס זענען טיף אפעקטירט געווארן דורך דיר, ווי למשל מיין פרוי און קינדער. מען גייט פון דיר מאכן א כלי מאוס ונמאס. דו ביסט גרעסטער לשה"ר און רכילות טרעגער; דו ביסט אין א גרויס חלק אין די מחלוקת'ן וואס גייט פאר ביים אידישן פאלק דער עם קודש; דו ביסט דער גרעסטער מבטל תורה פון אידישע קינדער אין דער וועלט'ס היסטאריע. טפוי!
גענומען פון: קאווע שטיבל
kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=678&p=14140#p14140
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 20:54 |
|
| |
בקיצור האדמו"ר מהר"א שליט"א האט נישט געווארט אויף א "כניוס" צו מאכן תקנות, ווידער מהרז"ל האט געמוזט טרעטן אויפן חת"ס ז"ל אין אויפן דברי חיים זי"ע צו קענען מאכן תקנות.. שיין דערלעבט!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 21:11 |
|
| |
לדעתי ביטע פארדריי נישט די נושא פונם אשכול!
די נושא איז יעצט "א טריט ווייטער אין די הייליגע מערכה למען קדושת ישראל"
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 21:29 |
|
| |
פריש, כ'האב געענטפערט אויף מאיר הערש'ס צווייטע תגובה, ודו"ק
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 21:43 |
|
| |
אלעמאל האסטו די תירוץ אין האנט, אבער ווי די טרעטסט אריין ווערט די אשכול פארדרייט פונם נושא.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2012 13:16 |
|
| |

|
|
|
|
|