ר' זלמן לייב גייט ארויס קומען מיט א תקנה אז ווער עס האט אינטערנעט אדער א סמארט פאון
גייט נישט קענען אריין גיין צי אים מיט א קוויטל
זאך קענער זאגן אז ס'גייט גארנישט אפעקטן די שורות ביי די קוויטלעך
נשלח ב-23/5/2012 22:23
אדמיראל.
מיר - תלמידי וחסידי סאטמאר - קוקן ארויס מיט שטארקע אינטערעסע אז ביים צד הגז"ל זאל אויך געלונגען אריינצוברענגען א התעוררות בנוגע די אינטערנעט, און עס זאלן געמאכט ווערן ריכטיגע תקנות למנוע בעד המשחית.
מיר האבן דאס טאקע געטוהן אן א ענגלישע ווידיא-כינוסים, און מיר האלטן שוין עטליכע שטאפלען העכער ב"ה, אבער עס איז קיינמאל נישט צו שפעט.
ווי לאנג מיר ווייסן נישט וואס זייערע תקנות וועלן זיין, איז נאריש אפצושפעטן דערפון. הלואי הלואי זאל ער אויך מאען א תקנה אז מען נעמט נישט אריין אין די מוסדות קינדער וואס אין זייער שטוב איז דא אינטערנעט, אזוי ווי עס האט טאקע גע'פסק'נט דער פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א ביים כינוס וואו זיי זענען אנוועזנד געווען.
מי יתן והי', מיר וועלן אלע הנאה האבן אז עס איז געקומען די צייט, און אוודאי נישט אפ'חוזק'ן דערפון חלילה!
נשלח ב-23/5/2012 23:10
דער חוזק איז ווער עס טוט אלעס פאר פאליטיק סיי דאס אוועקגיין פון דרך רבותינו און סיי אויפן פירן א מערכה קעגן סאטמאר סלעצטע 13 יאר שענער געזאגט 30 יאר אז כאילו זיי זענען סר מן הדרך מלהיות היפאקריטן און סיקריקים נגד התורה וואס דאס איז דאך דעת רביה"ק זי"ע כידוע לעזריל ויעקל ברוך וחבריהם
און די זעלבע חוזק איז דאס אז מגיט דאס נעמען און שפילן בת היענה אז כאילו סטוט זיך א געגייעכטס צו קוויטלעך טראץ דעם ביטערן פינסטער וואס הערשט ביים בית רבינו הנגזלית אויף 550 בערפארד
איז אזוי כווייס נישט צו סאמת איך גלייב נאכנישט אז די זענען אזאנא שוטים אבער איך פארשטיי אז זיי נעמען דעם געדאנק פונעם כינוס וואס דער איינציגער סוקסעס אז דער ציבור איז עכ"פ געווען פארזאמעלט פון אלע שיכטן אריבער 40 אלפים איז בעיקר געקומען נאך חדשים וואס די פראפאגאנדע האט נישט געטויגט און ווי נאר די קלוגע חברה ווי שלמה אליעזר מייזלס זענען אריין אין בילד האט מען געמאכט איידיעס פון אונטער די געוויסן ווי למשל די מעשה מיט ר' חיים קניבסקי סאל בלייבן מנין אין לעיקוואד ווי למשל אז מהאט געמאכט א פאניק אז סנישטא קיין טיקעטס און מזוכט א נייע סטעדיום וכו' וכו' און די זעלבע טראכטן די זאלי פירער אז אפשר יעצט ווען האלב ראדני איז שוין ממילא קעגן ר' זלמן פארן זיי צו נער לייגן ברבים קעגן דעת רבותינו זאלן כאטש די איבעריגע אנהייבן גיין מיט קוויטלעך נו וואס טוט מען א גוטע געדאנק מוועט מאכן פראפעגאנדע אז ווער עס היט נישט די תקנות קען מער נישט אריינגיין אין זאל אנטשולדיגט כמיין צו זאגן מיט א קוויטל אבער איין זאך כאפן זיי נישט אז דאס מן האראצעס און אומהנהגה אומשכל און ווי נפתלי בלומענפעלד רופט עס די אומאינטערעסע צו די נקודה פון רבין זאל אנצופולן ראדני איז א ליצנות ביי יעדן זאלי אפגעזעהן צו ער איז פון די זאליס וואס זיי זענען קעגן ר' זלמןנס יעצטיגע שריט זייענדיג אזאנא וואס שפילן קנאות העכער די תורה און נאכן רבין ז"ל איז דאך גארנישט דא (חוץ איך) ממילא וואו מאכסטו מיר שאדן די הארעוואניע פון 30 יאר קעגן ר' אהרן און אלעס גייט יעצט אין מיסט אריין און סיי די חלק זאליס וואס האט געוואלט אראפווארפן דעם עול התורה והנהגה ובהפקירא ניחה לי' און געווארן א חלק פון די פילע פארטייען ביי די זלמונים און אלע סתם אנגעזעצטע אידן וואס דער רבי איז שולדיג אין זייערע צרות אלע אלע ווייסן דאס ליצנות פון די פארטיי אנדערש ווי די כינוס וואס טראץ איר שוואכע פראפעגאנדע פון אנהייב איז עס געווען א זאך וואס האט יעדן אויפגעקאכט יא צו ניין און סאיז א זאך וואס קאכט יעדן איד וואס עמדו רגליו על הר סיני און סרירט יעדן צו צום פינטל דאן האט פראפעגאנדע געארבעט (און אויף אזוי ווייט אז די פראפעגאנדע האט פארפירט תלמידי רבינו הק' וואס האבן זיך געשעהמט פאר זיך אליין אז זיי האבן אראפגעצויגן אלע זייערע גדרים פארן עת לעשות לה' וואס איז אגב בלויז געווען א מעמד העוררת ותו לא כאטש וואס די התעוררת וועט ברענגען ווייטערדיגע שריט ביי אלע קהילות איז אבער דאס ערשיינונג פון סאטמארער אנהענגער נישט נוגע געווען צו פיל צום התעוררת וואס הערשט ממילא אין די לעצטע וואכן אין די גאנצע וועלט) ממילא יעצט אז מוויל וויטער שפילן תורה אויף פאליטיק איז נעבעך דאס גלעכטער א גלעכטער פון שטאט
תוקן על ידי גרוינים ב- 23/05/2012 23:19:53
נשלח ב-23/5/2012 23:41
FiveBoro כתב:
מיר האלטן שוין עטליכע שטאפלען העכער ב"ה
וועלכע שטאפל האלט איר שוין ? אויף וויפיל מ'קען זעהן מיט די אויגן ליגט איר גאנץ גוט אין די טינופת אזוי ווי סיי ווער, און איר שטייט נאך נישט בעסער פון קיינעם. לויט די דרשות פון דיין רבי'ן וואלט איך געזאגט גאר אז איר ליגט אסאך טיפער פון אנדערע, "א נייע מכה דער פעיסבוק, טוויטער, טשעטן, ס'רעדט זיך אויך פון נשים נשואות..."
און נאך אלעם מ'קען נישט צונעמען פון דיין רבי'ן דעם געוואלדיגן זיכוי הרבים וואס ער האט געמאכט די וואך, ווען צענדליגער טויזנטער אידן זענען נתעורר געווארן און האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות בנוגע די ענינים, און ער איז געקומען און האט אריינגעווארפן א פלאקן, און אפגע'חוזק'ט מיט דברי ליצנות פון די גאנצע זאך. און צוגעגליכן דער גיין צום כינוס ווי גיין צו די בחירות...
גיי ווייס וויפיל מענטשן זענען קאלט געווארן צוליב אים, און וויפיל האבן למעשה נישט געמאכט קיין פילטער'ס צוליב אים, און וויפיל ראיות אסורות ער זיך איינגעהאנדלט די וואך אויף זיין קאנטע, איך בין אים נישט מקנא...
נשלח ב-23/5/2012 23:52
אז דו ווילסט פארענטפערן דיין יצר הרע מיט סאטמאר רבי'ן, געזונטערהייט.
אגב, סאטמאר האט אויך קאלט געמאכט טויזנטער אידן פון לערנען די הייליגע תורה, מיטן אפ'חוזק'ן פון דף היומי?
צמח, אז מען רעדט נישט דערפון מיינט אז ס'איז נישטא? און אז מען רעדט יא מיינט אז ס'איז דא מער?
אשרינו שיש לנו רבי כזה וואס שעמט זיך נישט און האט נישט מורא צו רעדן פון א פראבלעם ווען מען דארף און מען קען עס מתקן זיין
די רבי האט נישט צוגעגליכן דעם כינוס צו בחירות, אז דו גלייבסט יעדע זאך פון בחדרי איז עס דיין פראבלעם, הער אויס דעם טעיפ וועסטו הערן פונקטליך וואס ער האט געזאגט
נשלח ב-24/5/2012 00:57
וואלן, איך האב נישט געזאגט אז נאר ביי אייך איז עס דא, און ביי אנדערע נישט, איך האב זיך מתייחס געווען צו די פאלגענדע דברי שטות והבל.
FiveBoro כתב:
מיר האלטן שוין עטליכע שטאפלען העכער ב"ה
און לו יהא אז דיין רבי האט עס נישט צוגעגליכן צו בחירות, צוגלייכן דעם כינוס צו דעם סיום פון דף היומי איז נישט קיין קלענערע דברי ליצנות וחוזק.
נשלח ב-24/5/2012 01:10
צמח_דוד כתב:
צוגעגליכן דער גיין צום כינוס ווי גיין צו די בחירות...
נישט באמערקט די ווערטער.
אלעמאל רעדסטו זאכן וואס דו ווייסט נישט, אדער נאר יעצט?
די גרעסטע לצים, די ליצני הדור תשע"ב, וועלכע מאכן חוזק פון יעדע דבר טוב (א האלב יאר פארן עס נאכמאכן) וואס קומט ארויס פון סאטמאר רבין שליט"א, צו זאל דאס זיין מיט די שחיטה מהודרת, צו זאל דאס זיין מיט די חתונה תקנות, צו מיט די היסטארישע אויפוואכונג לעניני צניעות, אלעמאל זענען זיי דא מיט דברי בלע נוסח פארווערטס, אט די זעלבע ליצני הדור זענען אצינד דא חוזק צו מאכן פון די הוראה פון מנהיג עדתינו, וועלכע האט ארויסגעזאגט זיין דעת תורה פון די ערשטע רגע וואס מען האט גערעדט פון דעם סארט כינוס, וואס דער הוראה איז געווען די זעלבע וואס יעדער תלמיד פון רביה"ק זי"ע האט געזאגט בעפאר ער איז באארבעט געווארן, און דער סאטמארער רבי האט דאס געזאגט נאך בעפאר עס איז געווען צייט צו מאכן פאליטישע חשבונות, אזוי ווי זיין ברודער האט געטוהן.
דער פאקט איז, אז מיט א יאר צוריק האבן גדולי הרבנים פארגעשלאגן פארן רבין א פלאן פון מערערע כינוסים, און סאטמאר'ע רבי האט דאס תיכף אויפגענומען מיט קורת רוח, און אפילו אפגעשריבן א בריוו לטובת דעם פלאן!
אצינד אז די עסקנים האבן באשלאסן עס אויסצושטעלן אויף א אופן אז עס זאל אויסמישן פארשידענע שיכטן פון כלל ישראל, מיט אנדערע מיינונגען בעניני אמונה, מיט אנדערע שפראכן, מיט אנדערע השקפות אויף די טעכנאלאגיע, און דער רבי האט געזאגט אז דאס איז נישט פאר זיין ציבור, קענען קומען ביליגע לצים און זאגן אז ער מיינט כבוד עצמו?! פארוואס האט ער געשריבן א בריוו לטובת הענין? ער האט נישט געפרעגט בעפאר צו ער גייט פירן די חסידישע כינוס!...
עס איז נישט קיין סוד אז די גאנצע הוראה פון הגז"ל איז געווען געבויט אויף פאליטיק. אויב וואלט ער נישט געשפורט בכלל קיין פראבלעם מיטן כינוס וואלט ער עס געשטיצט אן קיינע זיצונגען נעכט נאך נעכט מיט די פעיראל בי"ד, עס וואלט נישט אויסגעפעהלט ארויסצוגעבן א פארעווע בריוו לשם "טעסט", עס וואלט נישט אויסגעפעהלט מדגיש צו זיין צוויי מאל דעם "לדעתי לדעתי", וואס דאס אלעס איז בלויז געקומען נאכדעם וואס ער און זיינע דיינים האבן גוט גוט געוויסט אז דאס גיין אינאיינעם אויף א כינוס איז גארנישט קיין טובה, נאר עס איז א הוראת שעה "ווייל דער גרויסער ברודער זאגט אזוי, מוזן מיר זאגן אזוי". פינטל.
-------
אצינד אז דו ווילסט מאכן חשבונות צו איינער איז קאלט געווארן, אין די צייט וואס רבינו שליט"א איז דער וואס שרייט און וויינט שוין 10 יאר וועגן דעם חורבן, און ער איז דער ערשטער וואס האט שוין למעשה אויסגעפירט פאקטישע תקנות חזקות להצלת הדורות, און ער איז נישט פארטיג, זאגן מיר אייך: טול קורה מבין עיניך!
ווען איר האט חוזק געמאכט און געלאזט ארויסרינען שקרים קעגן די שחיטה המהודרות, וויפיל אידן האבן לכבוד דעם געגעסן שוואכערע פלייש?
ווען איר האט חוזק געמאכט און ארויסגעגעבן חיבורים של דופי וליצנות קעגן די אריזאנע ווייץ, וויפיל אידן האבן אויף ענקער חשבון געגעסן מצומחות און מבוקעות אין די מצות וואס זיי האבן נישט געקליבן די ווייץ?
ווען איר האט חוזק געמאכט און אראפגעריסן די חתונה תקנות פאר א לאנגע תקופה, וויפיל אידיש געלט איז געגאנגען לטמיון אדאנק דעם? וויפיל ביטול תורה איז שוין געווען אדאנק וואס ביי ענקערע חתונות איז מען "מדקדק" צו ענדיגן די חתונה וואס שפעטער, להוציא מלבו של רבי אהרן? (נעבעך)
ווען איר מאכט חוזק פון די אויסגעהאלטענע דאסטער וואס איז ב"ה צושטאנד געקומען נאך בלוטיגע הארעוואניע פון רבינו שליט"א וואס זיין הארץ איז געווען צוריסן פון די נידריגע מצב אין צניעות וואס גייט בארג אראפ, וויפיל פרויען האבן צוליב דעם זיך אנגעטוהן שלא כהלכה, און וויפיל מענער אויף די גאס זענען שוין אדאנק דעם נכשל געווארן?!
ואחרון הכביד:
ווען איר מאכט חוזק די לעצטע 10 יאר פון די דרשות התעוררות פון מרן רבינו שליט"א וואו ער איז מעורר בקול חוצב להבת אש איבער די חורבן פון "אונטערנעט", און איר פרובירט מיט אלע כוחות צו טרייבן שפאס פון יעדעס הייליג ווארט, וויפיל אידן האט שוין קאלט געמאכט מיטן ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות, און גענומען אויף אייער קרעדיט ראיות אסורות און שווערע נסיונות אשר אי אפשר לפורטם כמובן?
------
לסיכום: רבינו שליט"א מיט זיין ערנסטע אויסגעהאלטענע הוראה בנוגע דעם כינוס וואס איז געווען ריין פון פאליטיק, האט נישט גורע געווען פון די התעוררות גארנישט. ענק מיט ענקערע שטענדיגע ליצנות די לעצטע 10 יאר פון יעדע דבר קדוש ודבר טוב, האט איר שוין אויף אייער קאנטע טויזנטער איסורי דארייתא ודרבנן, ופירצות נוראות עד אין שיעור! אין צוגאב צו די יעצטיגע התחברות אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו וביטולו של איסור גדולי דור הקודם, וואס איז געקומען נאך א רייע פאליטישע חשבונות.
------
אשרינו מה טוב חלקינו, אז מיר האבן די זכיה צו זיין דעם אנדערן זייט וואגשאהל פון אייך, און מיר האבן א מנהיג וואס האט מקבל געווען א כח הנהגה נישט צו קוקן וואס דער אדער יענער וועט זאגן, נאר מען זיצט אויף א ליניע וואס פארט אויפן "דרך האמת", און מיר זענען פארזיכערט בעז"ה אקעגן צו גיין משיח צדקינו מיט א ריינעם קאנטע פון אויפטוען אין אלע געביטן, מיט א צוקערל אין די זייט פון די ביליגע השמצות וואס מיר האבן איגנארירט.
נשלח ב-24/5/2012 02:16
פייוו, אויב דו פארשטייסט נישט דעם חילוק ווען אפאר יונגלעך לאכן אפ פון א גוטע "תקנה" לטובת הכלל, צו א רבי א מנהיג פון א קהלה וואס לאכט אפ און גייט ארויס שארף קעגן א כינוס וועלכע קומט אויף "עיקרי הדת", להפריש את האדם מן העבירה, און עס האט געזאלט ארויסשלעפן דעם ציבור פונעם טיפן זומפ פון טומאה וזוהמה.
און ווען א פשוט'ער איד קומט ארויס פון די אסיפה און האט זיך עטוואס אנגעווארעמט צו ארויפלייגן א פילטער, אדער אינגאנצן ארויסצוווארפן די כלי משחית, און פלוצלינג הערט ער זיך אן מיט די אהרונישע ביליגע ליצנות פראפאגאנדע, איבער אלע רישקעלעך און ראזשינקעס פון דעם כינוס, האט רב וואקסמאן געראטעוועט דעם כינוס צו נישט, האט ער זיך פארשטאפט די אויער'ן צו נישט, האט ער זיך יא אויסגעדרייט און געקוקט אויף אים צו נישט... די אלע שטותים און הבלים וועלכע זענען געקומען פון קנאה און שנאה, און האבן געצילעוועט צו פארענטפערן דעם נארישן שריט פון בויקאטירן די אסיפה - איז וואס זאל שוין די התעוררות אויסמאכן אויף אים ?
דער פשוט'ער איד וועלכער איז שטארק נתעורר געווארן בשעת מעשה, נעכטן הערט ער אז גאנץ כלל ישראל גייט ארויס אין א מלחמה קעגן דעם אינטערנעט, און דא זעהט ער א גאנצע פראקציע אין חסידישען כלל ישראל וועלכע לאכט און לאכט, און שפעט און שפעט, און זוכט די אלע לעכער און פראבלעמען ארום די אסיפה, און ווען דאס אלעס קומט מכוחו ומהשפעתו פון א מנהיג און א רבי פון א חסידות, און נישט פון אפאר בעיבי'ס אויף הייד פארק, מאכט עס ביי אים א גאר אנדערן רושם לרעה.
און אויב פארשטייסטו נישט דעם חילוק פון אונזער אפלאכן ביז דיין רבי'נס אפלאכן האב איך נישט וואס צו מוסיף זיין ווייטער אויפדעם.
נ. ב. דאס קומט נישט בארעכטיגן ח"ו אפלאכן פון וויכטיגע תקנות לטובת הכלל, און אויב איז געווען א רב אדער א רבי א מנהיג וואס האט אפגעלאכט פון ר' אהרן'ס תקנות איז עס טאקע זייער נישט אויסגעהאלטן און נישט ראוי, אויסער איבער'ן ענין פון די ווייץ וועלכע איז א מסכתא פאר זיך, און אזוי ווי דו האלטס'ט אז מיינע איז חמץ האלט איך אז דיינע איז חמץ.
נשלח ב-24/5/2012 02:43
הער אויף מיט דיינע נערנות קיינער מאכט נישט חוזק פונעם כינוס יעדער האט געוואלט א סוקסעס און איך ווייס אסאך אהרונים וואס באדערט די אומרעזאלטאטן צווישן זיי לויט ווי איך הער גאנץ קראנט רבינו שליט"א ווייל ער האט געהאפט צו קענען אויפטרעטן נאכן כינוס אז אונז שטעל מיר זיך צו צו די גדרים וסייגים וכו' וווי ר' שש טעלער ברענגט ארויס אין זיין דרשה אויף קול סאטמאר נומער 661 נאר וואסשע דען ווען דו הערסט א קופקע אין סאטמאר חוזק מאכן מאכט מען נישט חוזק נישט פונעם התעוררת און נישט פונעם עצם כינוס ממאכט חוזק פון די לצים גזלונים וועלכע פארפירן 30 יארע אז רבותינו סרו מן הדרך און מדארף זיין א סיקריק פייניגן מענטשן און זיין אפגעפרעגט און אראפציען די הוט צום נאז און שרייען ארונים ציונים התבוללת אט די אידן זעלבסט האבן נישט מער און נישט ווייניגער געטרעטן אויף כל הקודש לנו חוזק געמאכט פון שטיקער דברי יואל אויף פ' בחוקותי און געטייטשט פארקערט ווי ער זאגט און פארקערט פון זיין גאנצע מהלך פון זיך אפשיידן פון די גאס פון אגודה און דגל התורה ווער רעדט נאך פון די שוואכערע און פון די ש"ס ניקעס און געטרעטן אויף א פסק פון הייליגן חתם סופר איבער איסור לשמוע דרשות התעוררת אויף ענגליש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז וואו קען איך גיין ווען 3 פון מיינע זיידעס חתמנן אויפן קול קורא ווי זיי אסרן קלאר עד סוף כל הדורות לא ימושו מפיך עד עולם נישט צו רעדן אדער הערן התעוררת אויף שפת העמים וכל הפורש כפורש מן החיים און אלעס ווערט הייליג אזש ביזן קוקען אויף ווידיא צום ערשטן מאל אין לעבן ברבים במעמד אלפי ישראל און ווייטער פאר יענע קרייזן מה טוב ומה נעים אבער ביי אונז וואס די מסורה איז די ערשטע און ווער רעדט נאך ווען די גאנצע בנין של הבל קעגן סאטמאר רבי איז געבויעט אויף דעם אז כאילו ער איז נישט גענוג עקסטרעים דאן לאכט מען נישט נאר מען רוילט זיך פאר געלעכטער ווייל יעדער ווייסט וויפיל פאשקעווין די גאסן וואלטן געהאט ווען דער רבי גייט ווען און דעם ענין פונעם כינוס ווערט דא גארנישט שוואכער מיט דעם געלעכטער הנורא ואיום און נאך מער די התעוררת ביי די זאליס דארף מען אויך נישט שוואך מאכן ווייל די זעלבע התעוררת איז דא אין די גאנצע וועלט און יעדער זוכט יעצט תיקונים אבער מיטן גיין פון א סאטמארן איד צום כינוס האט דאס גארנישט!
וואס זאל איך אייך זאגן ווען היפאקריטיע וואלט גמאכט קליין וואלטן די ווערים געדארפט נעמען א ראקעט אראפצופליען אריין צו ענקער קליינקייט...
תוקן על ידי גרוינים ב- 24/05/2012 02:45:03
נשלח ב-24/5/2012 02:47
צמח_דוד כתב:
פייוו, אויב דו פארשטייסט נישט דעם חילוק ווען אפאר יונגלעך לאכן אפ פון א גוטע "תקנה" לטובת הכלל,
גוט צו הערן א הודאת בעל דין אז אלע זאלונים וואס דרייען זיך אין די בתי מדרשים ומקוואות, און אזוי אויך דער ארגאן "דער איד", איז אלעס אפאר בלויזע גאסן יונגען.
צו א רבי א מנהיג פון א קהלה וואס לאכט אפ און גייט ארויס שארף קעגן א כינוס וועלכע קומט אויף "עיקרי הדת", להפריש את האדם מן העבירה, לאכט אפ? ווייל אזוי שרייבסטו? נישט אלעס גייט דיר וויאזוי דו ווילסט, ער לאכט נישט אפ דערפון. ער זאגט דעם אמת אז דאס איז נישט דער וועג וואס מען האט אונז געלערנט.
און עס האט געזאלט ארויסשלעפן דעם ציבור פונעם טיפן זומפ פון טומאה וזוהמה.
נ. ב. דאס קומט נישט בארעכטיגן ח"ו אפלאכן פון וויכטיגע תקנות לטובת הכלל, און אויב איז געווען א רב אדער א רבי א מנהיג וואס האט אפגעלאכט פון ר' אהרן'ס תקנות איז עס טאקע זייער נישט אויסגעהאלטן און נישט ראוי, אויסער איבער'ן ענין פון די ווייץ וועלכע איז א מסכתא פאר זיך, און אזוי ווי דו האלטס'ט אז מיינע איז חמץ האלט איך אז דיינע איז חמץ.
געשמאק צו הערן. די אריזאנע ווייץ איז געווארן "חמץ דאורייתא" נאר פאר איין סיבה! ווייל רבי אהרן זאגט אז אין שו"ע שטייט אז מצומחות איז חמץ.
נשלח ב-24/5/2012 04:52
ב"ה אז ס'איז דא א ווארעמקייט לגבי דעם ענין פון מאכן תקנות קעגן סמארט פאונס.
ביז יעצט האבן מענטשן טאקע ארויסגעווארפן דעם קאמפיוטער פון די הייזער אבער עס געלאזט אין טאש, אזוי אז ס'איז געווען "מה הועילו חכמים בתקנתן". ב"ה יעצט איז דא אן אויפוואכונג.
איך האף אז אלע מוסדות וועלן מאכן תקנות קעגן האבן א סמארט פאון.
נשלח ב-25/5/2012 00:24
איך בין נישט געווען ביים כינוס, איך בין געווארן משוגע באורד נאכן קוקן צוויי מינוט. אבער איך האב נישט געוואלט זאגן מיין מיינונג.
יעצט זע איך אז סאיז נישט נאר איך, קיינער וואס איז דארט געווען קען זאגן וואס מהאט אויפגעטון, דער שרייבער זאגט אז דער עולם וואס איז דארט געווען איז זייער צוטראגן אז סאיז געווען א פלאפ
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=41180