בית פורומים כל העולם כולו

רבינו שליט"א: בני תורה טארן נישט פארמאגן סמארט פאון'ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/5/2012 07:00 לינק ישיר 
רבינו שליט"א: בני תורה טארן נישט פארמאגן סמארט פאון'ס

די נאכט איז פארגעקומען א מעמד "נזר הוראה" אין קרית יואל, וואו רבנים פון די ארטיגע מבצר הכוללים האבן זיך פארהערט גאנץ יורה דעה, און מען האט זיי באערט ביי א שיינע מסיבה מיט די עלטערן, בראשות כ"ק רבינו שליט"א.

ביי די דברות קודש האט רבינו שליט"א ארומגערעדט איבער די טעכנאלאגישע כלים, זאגנדיג אז א אברכי הכולל, בני תורה און כלי קודש, וועלכע זענען נישט טרוד על המחי' ועל הכלכלה און האבן נישט קיין שום סיבה זיך ארומצודרייען מיט נישט-כשר'ע טעלעפאנען, מוזן האבן טעלעפאנען וועלכע זענען "בלויז טעלעפאנען", און נישט טעלעפאנען וועלכע האבן אין זיך אלע שמוץ פון עולם הזה.

איך האף באלד צו הערן מער בפרטיות, דערווייל האב איך נאר געהערט דעם קורצן באריכט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2012 13:18 לינק ישיר 
גוט מארגן: ר' אהרן איז אויפגעשטאנען!


היינט ביי א דרשה אין מאנרא האבן די אהרונים זוכה געווען אז זייער רבי ר' אהרן איז אויפגעשטאנען פון שלאף. ער האט פארגעסן פון די ברענענדיגע דברים העומדים על הפרק וואס ער האט ערשט פארלאפענעם מאנטאג פארפירט, נעמליך די גיוס בני הישיבות, נאר אנגעהויבן מעורר זיין די אינגעלייט וועגן טעלעפאן'ס מיט אינטערנעט. ‎​
 
דאס איז נאכדעם וואס רז"ל האט שוין ביים ל"ג בעומר טיש ברייט ארומגערעדט וועגן די בני תורה'ס מיט סעלפאון'ס, און דערציילט אז אריבער הונדערט אינגעלייט האבן זיך שוין ב"ה געטוישט צו מאושר טעלעפאונען. און נאכדעם וואס העכער זעכציג טויזענט אידן ובראשם די גאוני וצדיקי הדור שליט"א האבן זיך באטייליגט ביי דעם מעמד קידוש השם קעגן די אינטערנעט, איז ר' אהרן ענדליך ...אויפגעשטאנען! גוט מארגן ר' אהרן. 

קרעדיט: סענעטאר





תוקן על ידי oאטמאר ב- 24/05/2012 13:20:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 17:32 לינק ישיר 

סאטמאר.
האט נישט ר' זלמן לייב געזאגט אז ער דארף טאן תשובת המשקל?
לאז אים טאן תשובת המשקל און זיי נישט ביזי מיט יענעם ווי א קינד.

וועט ר' אהרן יא טאן איבער די נושא, איז ער יעצט אויפגעשטאנען, וועט ער נישט טאן, וועסטו זאגן אז ער שלאפט... איינער פון די ביידע מוז ער דאך טאן. ניין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 18:50 לינק ישיר 

oאטמאר כתב:

היינט ביי א דרשה אין מאנרא האבן די אהרונים זוכה געווען אז זייער רבי ר' אהרן איז אויפגעשטאנען פון שלאף. ער האט פארגעסן פון די ברענענדיגע דברים העומדים על הפרק וואס ער האט ערשט פארלאפענעם מאנטאג פארפירט, נעמליך די גיוס בני הישיבות, נאר אנגעהויבן מעורר זיין די אינגעלייט וועגן טעלעפאן'ס מיט אינטערנעט. ‎​
 
דאס איז נאכדעם וואס רז"ל האט שוין ביים ל"ג בעומר טיש ברייט ארומגערעדט וועגן די בני תורה'ס מיט סעלפאון'ס, און דערציילט אז אריבער הונדערט אינגעלייט האבן זיך שוין ב"ה געטוישט צו מאושר טעלעפאונען. און נאכדעם וואס העכער זעכציג טויזענט אידן ובראשם די גאוני וצדיקי הדור שליט"א האבן זיך באטייליגט ביי דעם מעמד קידוש השם קעגן די אינטערנעט, איז ר' אהרן ענדליך ...אויפגעשטאנען! גוט מארגן ר' אהרן. 

קרעדיט: סענעטאר




זיס
אבי ענקער רבי קען שוין נעמען קרעדיט אויף עפעס..
די טרוקענע פאקטן
אין סאטמאר וויליאמסבורג כולל אין נאך כוללים איז שוין דא אזא תקנה איבער א יאר, א יונגערמאן וואס האט נישט כשר'ע סעל קען נישט באקומען קיין תמיכה
די זאלי כולל האט דאס (נישט) נאכגעמאכט אנפאנג דעם זומער זמן
אין ל''ג בעומר האט ענקער תורה ריז געמאכט א קעפל אין דער איד פאר זיינט וועגן

אבער עכט איז זלמן לייב יא א רבי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2012 18:51 לינק ישיר 

ווי קען מען הערן די דברות קודש פין רבין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2012 18:53 לינק ישיר 

אין וומ"ס כולל איז שוין לאנג איינגעפירט אזא תקנה וועגן כשר'ע סעלפאונס, נאך סאך פאר די איידיע פון א כינוס איז בכלל געבוירן געווארן.. אין אפילו נאך פאר ס'האט געהייסן אז ס'גייט זיין עקסטערע כינוסים אין יעדע געגענט, וואס כידוע האט רבינו שליט"א געשריבן א בריוו פאר די עסקנים, האט מען שוין אבער געמאכט די תקנה פאר די בני תורה א סאך פאר דעם!  די דרשה פון רבינו שליט"א איז געווען אז די כולל יונגעלייט דארפן זיין א סעמפעל פאר די גאנצע קהילה, אז יעדער זאל האבן כשר'ע טעלעפאונס! סאו אויב איינער איז אויפגעשטאנען איז עפעס א געוויסע רב וואס טוט לעצטענס תשובת המשקל.. וד"ל.

ביטע איבערגעבן פאר "סענעטער" די נייעס.. ווייל מיך האט מען פון דארט אויסגעשפארט ווייל............ די מנהל דארט האט גארנישט ספעציעל מיט די זאלוינים....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 22:32 לינק ישיר 

Recorded Dibres Kodesh at Mamed Neizer Horuah of Mivtzar HaKolelim KY:
2124449899
Ex.44
"Ben Torah must have Kosher Phone, to be an example"



א שטיקל אויסצוג:
"און דער אמת, דאס איז נישט נאר פאר די בני הכולל, נאר פאר אלע מלמדים, און אלע עוסקים במלאכת הקודש, צו אין א תלמוד תורה צו אין א ישיבה קטנה, אויב דארף ער האבן א טאשן טעלעפאן, - א עוסק במלאכת הקודש טאר נישט האבן א טעלעפאן נאר וואס איז 100 פראצענט גלאט כשר!"



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/5/2012 01:35 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2012 18:18 לינק ישיר 

איך מיין אז סאיז צייט פאר ביידע זייטן אויפצוהערן צו מישן פאליטיק מיט די טעכנאלאגיע־מלחמה. איך גלייב אז קיין שום רב וויל נישט אז בני קהילתו זאלן זיין אויף די אינטערנעט. ווער סהאט געזאגט ערשט, און וואס ער האט געזאגט איז נישט רעלעוואנט אויזער פאר די וואס סרים למשמעתו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2012 10:48 לינק ישיר 

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/128917/Satmar-Rebbe%25E2%2580%2599s-Ultimatum%253A-Turn-in-Smartphone-or-Get-Out.html 

Satmar Rebbe’s Ultimatum: Turn in Smartphone or Get Out

(Wednesday, May 30th, 2012)

Following the unprecedented event at CitiField led by gedolei yisrael shlita, the Satmar Rebbe of Kiryas Yoel, has laid down an ultimatum for his chassidim; to rid themselves of their smartphones within a month of look for a new rebbe.

As the chassidim gathered towards the end of Shavuos for the tradition ‘baglitein dir yomtov’ the rebbe addressed the tzibur in the beis medrash. After giving his chassidim a bracha the rebbe surprised the tzibur by coming out in a very strong tone against the smartphones, making his position on the matter crystal clear.

The rebbe reminded chassidim that one may not have a computer in one’s home, as has been the takana for some time. There are exceptions regarding a computer with internet access pertaining to making a living, but only with filtered internet. The rebbe went on to address the smartphones, stating that all “klei kodesh”, referring to avreichim, talmidim, magidei shiur, mashgichim, shochtim, bodkim, and sofrim may not have such a device – no exceptions. The rebbe called on directors of mosdos Satmar worldwide to begin enforcing this in four weeks, permitting chassidim an interim period to readjust their lives and acquire an acceptable phone. Anyone who does not comply will no longer be permitted to continue in his position, whether this involves an avreich or any of the others mentioned.

The conversation then turned to the women, with the rebbe explaining they too may not have a smartphone under any circumstances. For men, it is permitted towards earning a livelihood, but only with internet filtering.

(YWN – Israel Desk, Jerusalem)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2012 23:11 לינק ישיר 

איך זעה אז די זאלונים האבען זיך אויך צוגעכאפט צו די מהלך פין אנהייבן מיט די כלי קודש, טאקע נישט אלע כלי קודש אבער כאטשיג כולל יונגעלייט, זיי גייען מיט א שטאפעל ווייטער קעגן טעקסט מעסעזשעס אזווי פאפא, איך בין נאר נייגעריג אויב זייער טוויטער גרופס וועלן פארלירן פאלאוערס לויט ווי זיי באבלען פאר זייער עולם זאגען זיי דאך אז דארט זענען געווען 1500 כולל יונגעלייט, איך האף אז זייער עולם וועט עס דא מיינען ערנסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבינו שליט"א: בני תורה טארן נישט פארמאגן סמארט פאון'ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext