מיט צופרידנהייט ווערט אויפגענומען אז עס ווערן אצינד אראנדשירט כינוסים פאר חסידישע אידן, וועלכע אנגעהערן זיך אלס תלמידים פון רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע, וואס ביי די כינוסים וועט נישט זיין קיין ווידיא, און נישט קיין ענגלישע דרשות, און עס וועלן נישט גערופן ווערן פרעמדע קרייזן אינאיינעם מיט די היימישע, נאר עס וועט זיין אויף א היימישן שטייגער מיט א חסידישן טעם.
די כינוסים וואס ווערן געפלאנט זענען ווי פאלגנד:
1) א' שלח, כ' סיון, דורך קהל בני יואל אין קרית יואל, אין די זאל פון בני יואל עטרת מאיר צבי.
2) א' קרח, דורך הגז"ל ט"ב ומוסדותיו און די קהילה ויואל משה פון מאנסי, מיט א מעגליכע פלאן פון ארויסנעמען דעם נוי יארק סטעיט ארמארי.
עס איז צום האפן אז ביי ביידע פון די כינוסים וועט מען טאקע אויך אראפשטעלן תקנות וועלכע זענען פאסיג און געאייגנט פאר חסידישע קהילות, און אויסרוימען דעם קאמפיוטער פון יעדע אידישע שטוב, א שטייגער ווי עס איז שוין איינגעפירט אין קהל יטב דסאטמאר ומוסדותי'.
הן עם לבדד ישכון.