עס איז צו אונז געקומען דער וויי-געשריי פון שלומי אמוני ישראל וואס ווילן זיך האלטן צו די פסקי הלכה פון די גדולי ומאורי הדור שליט"א וועגן אינטערנעט, איבערהויפט נאכן כינוס כלל ישראל - הצלת הדורות, וואס עס הערשט א גרויסע התעוררות אין די אידישע גאס וועגן דעם אינטערנעט פראבלעם, און טענה'ן אז אונזער פארום, און אזוי אויך יעדע אידישע וועב-זייטל און פארום, איז א שטארקע שטער צו זייערע קבלות טובות וואס זיי ווילן זיך פארנעמען זיך צו אויסשאלטערן פון דעם טריפה'נעם אינטערנעט ווייל זיי ווילן דאך זען מהנעשה והנשמע אין די אידישע וועלט.
פון די אנדערע זייט איז דא אידן וואס דארפן יא האבן די אינטערנעט לצורך פרנסה, און טענה'ן אז אויב די אידישע וועב-זייטלעך וועלן זיך פארשליסן וועלן זיי אנהייבן פאשענען אין פרעמדע פעלדער, און דעריבער בעטן זיי אז דער פארום זאל יא בלייבן אפן, איבערהויפט נאך וואס עס איז באשטעטיגט געווארן דורך די פילטערינג פירמעס אלס נישט שמוציגער וועב-זייטל.
נאך שטארקע חילוקי דעות אין די הנהלה, האבן מיר באשלאסן ארויסצוקומען מיט א אנקעטע צום ברייטן ציבור און הערן די מיינונג פון אונזערע ליינער און שרייבער וואס זיי האלטן איבער דעם נושא, און לויט די מערהייט פון די שטומען אזוי וועלן מיר אי"ה טון. וחפץ ה' בידינו יצליח!
מיט שעצונג
הנהלת אידישע געדאנק.
נשלח ב-25/5/2012 08:10
ליינער וואס ווילן אפגעבן זייער שטימע, און האבן נישט קיין רשות כתיבה צו שרייבן אויפן פארום, קענען אפגעבן זייער שטימע אויף אונזער אימעיל אדרעסע:
די מנהל האט שוין ערווענט ביים עפענען די פורום אז די מינוט וואס די ארונים פארמאכן זייער פורום וועט דעס אויך ווערן פארמאכט, ווייל ס"ה איז דעס נאר זיך צו פארטיידיגן און אפהאלטן די ארונישע חיות פון באשייגעצן אנדערע מענטשן וואס גייען נישט מיט זיי אין שפאן. ווילאנג עס איז נישט געווען נאר די ארונישע כל העולם כולו פורום איז נישט דורך קיין טאג וואס די אהרונים זאלן נישט באשמיצן אנדערע מענטשן, אבער היינט טראכן זיי שוין 2 מאל ווייל זיי ווייסן אז א שטעקן האט צוויי זייטן. ד.ה. אז ווען רבי יונה וועט שרייבן [חלומ'ן] אז הרב יושע העכט ארבעט פאר די זאליס, וועט נישט געדויערן קיין 5 מינוט וואס מען וועט אויפדעקן אז דוב הייקינד ארבעט פאר די ארונים וכו' וכו'. קודם זאלן ארונים פארשפארן כל העולם כולו ווייל רב אהרון האט דאך שוין גע'אסרט די אינטערעט די "ערשטע", אין דען וועט די הנהלה תיכף ומיד פארשפארן אידישע געדאנק.
נשלח ב-25/5/2012 13:13
פארשפארן דעם פורום לענ"ד
נשלח ב-25/5/2012 15:59
די זאליס האבן שוין פארמאכט זייער פורום צוויי מאל נאר עס צוריק צו עפענען ווען זיי האבן נישט אויסגעהאלטן פון די ארונישע פורום, איך זע נישט פארוואס מען זאל נאכמאל מאכן די שפיל. צוליב די כינוס זאל זיך יעדער פארנעמען צושרייבן נאר וועם מען דארף, אין אויך נאר צודערזאך.
נשלח ב-25/5/2012 16:02
נישט פארשפארן ביז ווילאנג די אהרונים פארשפארן זייערס, נאך אלעמען זענען זיי געווען די ערשטע צו עפענען, און לשיטתם איז ר' אהרן געווען דער ערשטער צו האקן אויף אינטערנעט, זאלן זיי זיין די ערשטע צו פארשפארן, די מינוט וואס זיי פארשפארן זאל מען דעם פורום אויך פארשפארן. החותם קאקאש קעיק
נשלח ב-25/5/2012 16:57
לענ''ד איז די עצם זאך אז מ'טוט דורך זאכן ווי למשל, אריזאנע מצות, ערכאות, שחיטה, כינוס, בעלזה ועוד גאר א גוטע זאך, אבער סתם שרייבען לה''ר דארף מען ענדיגען.
נשלח ב-25/5/2012 17:18
לענ"ד אפגעזען פון די אהרונים'ס כל העולם, דארף דאס בלייבן אפען. זאלען זיי זיך לערנען פון אונז.
איך האלט אויך אז די פורום זאל בלייבן אפען ביז ווען די אהרוינים שליסן זייער בליט טרינקערישע פורום. אזוי ווי שוין ערווענט פריער, זיי זענען געווען די ערשטע צו עפענען. און פון די אנדערע זייט האבן שוין די זאליס זיך אפגעטראגן 2 (איך מיין אפילו 3 מאל). מיר זענען צוריק געקומען נאר ווייל ווען מיר זענען געווען אפוועזענד האבן די אהרוינים ארויפגעצויגן די רשעות שטאפלען מיט 100 גראד העכער. די שפיכת דמים וואס די אהרוינים האבן פראקטעצירט יעדן טאג וואס מיר זענען נישט געווען דא איז געווען עד לב השמים. זיי האלטן זיך האלבוועגס אין די גלייזן נאר ווייל מיר זענען דא, מיר דעקן אויף זייער בלאף און מיר ענטפערן אפ זייער רשעות. אך און וויי וועט זיין אויב מיר לאזן זיי ווייטער זיצן דא און ס'וועט נישט זיין ווער ס'זאל זיך אנעמען פאר די יחידים און משפחות וועם זיי צוטרעטן דא. אלס די ערשטע וואס האבן געפענט א פורום (און לשיטתם איז זייעאר רבי דער ערשטער וואס האט גע'אסר'ט) און צוליב דעם וואס מיר זענען געווען די ערשטע אויפצוהערן עטליכע מאל צוליב די אלע סיבות זאלן די אהרוינים יעצט זיין די ערשטע צו פארמאכן. אבער צוליב דעם וואס איך קען די אהרוינישע גליסט פאר פרישע בליט גלייב איך שווער אז זיי וועלן זיין די ערשטע צו פארמאכן. דעריבער שלאג איך פאר אז דער מנהל זאל צונעמען רשות כתיבה פון יעדעם אן אויסנאם און נישט פארמאכן די פורום. אזוי וועט זיין א געלעגענהייט צוריק צוקומען אויב ווער א מצב אין וועלכע די אהרוינים לאזן אפען זייער פורום. וליתר שאת וואלט איך פארגעשלאגן אריבער צו גיין צו אימעיל. דער מנהל זאל מאכן א אימעיל אדרעס צו וועלכע יעדער קען שיקן זיינע ארטיקלען און געדאנקן און די מנהלים זאלן איינס צוויי מאל א וואך ארויסשיקן די ארטיקלען און נייעסן אויף אימעיל. וואס זאגט איר דערצו?
נשלח ב-25/5/2012 21:55
מען זאל אפען בלייבן.
דער וואס וויל שליסן האט די ברירה נישט צו קומען אויף דעם סייט.
מיר זענען אין א שעת מלחמה, חוץ פון די אנגייעדיגע אישוס, די ביה"ח, די ראסס סט. שול, די קעמפס, בורו פארק ועוד, ווי דער עולם דארף האבן א מקור פאר אינפארמאציע אן די ליגענטס אויף זייער צענזערירטא סייט, שלאפן נישט די נ'ארוינם קיין מינוט נישט ווי נאך זיי קענען שטערן אונזער קהילה און אירע אינטערעסן.