אנטי-אינטערנעט ראלי-באגלייטונג
איידער איך זעץ מיך אריין איו די אויטא עולה רגל זיין קיין קרית יואל אויף שבועות, וויל איך איבערגעבען מיין אינפארמאציע.
כדי להחיות עצמות יבשות, און צוריק אויפלעבען די טויטע נעילת החג צערעמאניע ביי מהרז''ל , איז דער פלאן אז מוצאי יו''ט אויף די טאראסע נאכ'ן באגלייטונג וועט מהרז''ל מאכן א דראמאטישע שריט, צו רעדן שארף אדער גאר פראקלאמירן שטארקע תקנות קעגען אלע טעכנעלאגישע כלים, און דערמיט עטוואס אפווישן דעם שאנד- פלעק פון טרעטן בשאט נפש ובריש גלי אויף די אנגענומענע יסודות הדת ומסורת האבות, דורך זיין התחברות לכשרים המתחברים לרשעים, מתיר זיין די טריפה'נע ווידעא סקרינס בפרהסיא , הערן דרשות בלשון העמים, נישט מוחה זיין בעת מ'זאגט ברבים אז גיוס בני הישיבות איז דער פראבלעם ביטול תורה, און אז אונזערע בני הישיבות מיט זייער תורה זענען די ריכטיגע ארמיי פון מדינת ישראל.
מהרז''ל , מיר האבן אויף אייך א שטיקל מליצה ישרה , אז אלע עבירות וואס איר , מיט כיוצא בך, האבן פראקטיצירט פארגאנגענעם זונטאג ביים כינוס התבוללות, איז געווען קודם מתן תורה (שבועות)
קומט אלע אין די מאסן צום נעילת החג צערעמאניע אין ראדני (דער דברי חיימ'ס ספר תורה וועט ווארשיינליך אויך דארט זיין און מען וועט יא קענען קישן) און דערנאך קומט אלע הערן די פייערדיגע רעדע קעגען אלע טעכנעלאגישע כלים, און דערנאך וועט מען אויסשרייען: יחי אדונינו מורינו ורבינו יחי.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 25/05/2012 16:07:07
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 25/05/2012 16:14:08
 |
|
|