בית פורומים אידישע געדאנק

הכרזת קודש פון סאטמארער רבי שליט"א בחג השבועות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2012 15:40 לינק ישיר 
הכרזת קודש פון סאטמארער רבי שליט"א בחג השבועות

  באקומען אין אימעיל:

ב"ה

הכרזת קודש שהכריז כ"ק מרן רבינו שליט"א
לפני אקדמות

 

אזוי ווי אנ"ש תלמידי רבינו פון די מרחקים האבן געבעטן אז מיר זאלען איבער געבען ווי פריער די תוכן פון די דברות קודש פון רבינו שליט"א, איז כדי לרוות הצמאים לדבר ה' וועלין מיר איבער געבען בקוצר אמרים די ראשי פרקים...

די ביהמ"ד איז גיווען גיפאקאט מלא וגדוש, עס איז גיווען א הכנסת ספר תורה, די רבי שליט"א האט גיטאנצט מיט די נייע ספר תורה און געזאגט לדוד מזמור, מען האט ארויף געטראגן אן עמוד אויפ דעם ארון הקודש און די ערנסקייט האט זיך באלד דערשפירט אין ביהמ"ד, די רבי שליט"א איז ארויף אויפן ארון הקודש, און ס'איז געווארען א גרויס געדרענג, די סדרנים האבען געמאכט סדר און דער גאנצער עולם ביי די ברכת כהנים זיצען האבן זיך אראפ גיזעצט און דער גאנצער געפאקטער ביהמ"ד איז געווארען שטיל,

די רבי שליט"א האט אנגעפאנגען מיט א קול חוצב להבות אש, (תוכן דבריו בערך)

מורי ורבותי לא לדרשה קאתינא, ... מ'גייט יעצט ליינען בחודש השלישי, דער מדרש זאגט... אימתי בחודש השלישי, יעדעס יאר ביי דעם זמן קומט אראפ די זעלבע השפעה פון קבלת התורה. די פריעדיגע צדיקי אמת האט מען ממש געשפירט די קולות וברקים, מיר זענען טאקע נישט ביי די מדרגה אבער מיר גלייבן באמונה שלימה אז מיר גייען יעצט צו קבלת התורה, מיט די אלע השפעות און קדושה ווי ביי מעמד הר סיני... ויתיצבו בתחתית ההר, זאגט די מדרש מלמד שכפה עליהם הר כגיגית, אם תקבלו את התורה מוטב ואם לאו שם תהא קבורתכם, די ספרים זאגען דער הר איז א רמז צו דעם גרויסען יצר הרע (צדיקים נדמה להם כהר, בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין כנגדה) אויב ח"ו איז מען נישט מקבל דעם עול תורה איז ח"ו דער גרויסער יצר הרע דער גרויסער הר ח"ו שמה תהא קבורתכם, רבותי מיר האלטען שוין זייער נאנט צו די גאולה שלימה ורוח הטומאה יעביר מן הארץ, האט זיך דער שטן יעצט אין דעם לעצטען התגברות אנגעלייגט אויף דעם כלל ישראל מיט אזא גרויסען נסיון אזא גרויסער בארג די טמאנע אינטערנעט וואס איז מלא מינות וכפירה טומאה וזוהמה, מיט דעם אינטערנעט וויל דער שטן צוברעכען דעם "ואבדיל אתכם מן העמים" צוברעכען דעם ממלכת כהנים וגוי קדוש, אוועק רייסען יודישע קינדער פון די תורה הקדושה ח"ו, דער שטן וויל שמה תהא קבורתכם ח"ו, מיר דארפען לוחם זיין אקעגן דעם דאזיגען לעצטן גרויסן יצר הרע און זיך שטארקן בקבלת התורה... מיר גייען יעצט צו, צו קבלת התורה... אנכי ה' אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים... בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה... ביי יציאת מצרים שטייט וחמושים עלו בני ישראל רש"י הקדוש ברענגט צו דעם מדרש אחד מחמשה יצאו, וארבע חלקים מתו בשלשת ימי אפילה... נאר 20% יודען האבן זוכה געווען צו יציאת מצרים, און די איבעריגע 80% האבן נישט זוכה געווען צו יציאת מצרים און צו דעם מעמד הר סיני. די רבי זי"ע פלעגט צו זאגען ס'איז טאקע דא א הבטחה פאר כלל ישראל אדער דער יחיד האט נישט קיין הבטחה, ס'פאלט א פחד ווען מ'טראכט אריין אז 80% פון די יודען וואס האבען מיטגעמאכט דעם גאנצען גלות מצרים דעם שיעבוד מיט דעם עבודת הפרך ביז כמעט דעם סוף (שלשת ימי אפילה) און זיי האבן נישט זוכה געווען צו די גאולת מצרים און צו דעם מעמד הר סיני, נאר אחד מחמשה יצאו,

אונז האלט מיר שוין אויך ביים סוף, בקרוב וועט שוין זיין די גאולה שלימה און יעצט שטייט איבער אונז דער גרויסער נסיון דער גרויסער בארג דער אינטערנעט, כלל ישראל האט א הבטחה אבער נישט דער יחיד, און אויב מ'וועט נישט מבאר זיין דעם...  שמה תהא... ח"ו...

רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט א שטארקייט

עס איז אסור צו האבן א טעלעפאן מיט אינטערנעט, ווער עס האט א טעלפאן מיט אינטערנעט (פאסט נישט) האט נישט די זכי' צו זיין א חבר אין די קהלה, דאס מערסטע וואס א טעלעפאן מעג האבן איז נאר אי-מעיל, ווייניגער איז בעסער, אבער לכל היותר איז נאר אי מעיל.

אין שטוב טאר נישט זיין קיין שום אינטערנעט,

ביי די ארבעט טאר נישט זיין קיין אינטערנעט אן א פילטער,

ווער עס האט אינטערנעט אינדערהיים, אדער ווער עס האט אין ארבעט אן א פילטער, אדער ווער עס האט א טעלפאן מיט אינטערנעט האט נישט די זכי' צו זיין א חבר אין די קהלה, און ער האט נישט די זכי' אז זיינע קינדער זאלן לערנען ביי אונזערע מוסדות.

די רבי שליט"א האט אנגעווינטשען דעם עולם אז מ'זאל זען נחת ביי די קינדער ונהי' אנחנו וצאצאינו... ותזכון די תתבון לעילא דרתא..

 

מוצאי יו"ט האבן א ריזיגער עולם באגלייט דעם רבין שליט"א מיט פאקלען בתופים ובמחולות כנהוג, און די רבי שליט"א איז ארויסגעקומען אויף דעם באלקאן און דער עולם האט געזונגען און געטאנצען, נאך עטליכע מינוט האט אבינו שליט"א אנגעוויטשען אויף דעם מייק פאר די טויזענטער יודען אנשים נשים וטף (די נשים אויף די אנדערע זייט גאס אחורי הגדר) האט דער רבי שליט"א איבער געזאגט דעם איסור הנ"ל, און געמאנט דעם עולם זיך מחזק זיין ביי דעם גרויסען נסיון ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך יעצט פאר משיח קומט, הנה זה עומד אחר כותלינו, און דער רבי שליט"א האט מוסיף געווען... מ'האט היינט געזאגט ביים יהי רצון פון ברכת כהנים.. ותתן לנו פרנסתינו "בְּרֶוַח ולא בצומצום בהיתר ולא באיסור בנחת ולא בצער", האט איך געטראכט אזוי, די חכמים האבן אריין געלייגט דעם בהיתר ולא באיסור צווישען בְּרֶוַח ולא בצומצום און בנחת ולא בצער, אז כדי מ'זאל האבן פרנסה בריווח ובנחת דארף די פרנסה אויך זיין בהיתר, אזוי אז א יוד זאל קענען רואיג ערליך דארט ארבעטן און מ'קען רואיג לאזען די קינדער דארט ארבעטן, און אז די פרנסה וועט זיין בהיתר וועט דער אויברשטער העלפן אז מ'וועט האבן פרנסה בריווח ולא בצומצום בנחת ולא בצער, ונהי' אנחנו וצאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל כלנו יודעי שמך ולומדי תורתיך לשמה...

די רבי שליט"א האט אויך בתוך הדברים מעורר געווען אז מ'זאל נישט נוצען די פילטערס וואס גוים האבן גימאכט און ס'איז נישט צוגעפאסט פאר יודען, נאר די פילטערס וואס יודען מאכען לטובת יודען זאל מען נוצען. 

מ'וועט שטעלן א וועד פון תלמידי חכמים, בעלי בתים וואס פארשטייען דערצו, ארויס צו העלפן דעם ציבור מיט די אלע געברויכען..        

 די רבי שליט"א האט מסיים געווען אז מ'זאל זיך מיט נעמען די אלע השפעות פון דעם הייליגען יו"ט זאל אינז באגלייטען און יעדער יוד זאל געבענשט ווערען מיט ברכות טובות והשפעות טובות און מיר זאלען זוכה זיין צו גאולה שלימה... ובהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א

דער עולם האט האט ממשיך געווען אויף די גאסען מיט ריקודים שירות ותשבחות, יחי אדונינו מורינו ורבינו, ימים על ימי מלך תוסיף, אשרי העם שככה לו... רבינו שליט"א איז נאך געבליבען עטליכע מינוט אויפן פארטש און זיך צוגעקוקט ווי דער עולם טאנצט... שפעטער ווען רבינו שליט"א איז אריין אין שטוב איז רוב עולם זיך צוגאנגען און ס'איז נאך געבליבען הונדערטער בחורים און יונגעלייט וואס האבן ממשיך געווען מיט די ריקודים אויף די פארשפארטע גאסען.. שפעטער איז רבינו שליט"א צוגעקומען צום פענסטער און באטראכט די בחורים און יונגעלייט טאנצען... און האט זיי אנגעווינשען נאכאמאל... מה נהדר היה המראה        




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2012 17:42 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=41282



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2012 18:19 לינק ישיר 

ענדליך נאך 13 יאר זיך פארופן רב, האט ער זיך אויסגעלערנט וויאזוי א רב דארף רעדן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 19:09 לינק ישיר 
got a email

נאך די הכנסת ס"ת, האט די שמש ר' זלמן לייב פעלדמאן אויסגערופן "יעדער זאל זיין אונגאנצן שטיל, אויך די עזרת נשים בעט מען זאל זיין שטיל אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן, דערנאך האט די רבי שליט"א מעוטף בטליתו ארויף אויפן ארן הקודש, נאך א קורצע תפילה ביים ארון הקודש אויפגעהויבן די זיינע הייליגע הענט און מיט א בלאסע ערנסטע פנים אנגעהויבן, "מורי ורבותי לא לדרשה קא אתינא נאר איך וועל צוגיין גלייך" די רבי האט געזאגט אז ווען די אייבערשטער האט געגעבן די תורה האט ער אויפגעהויבן א "הר" העכער אונז, און געזאגט 'זענט עטץ מקיים די תורה איז גוט און אויב נישט וועט עטץ אלע באגראבן ווערן!" דא האט די רבי אויפגעהויבן די שטומע ווי קיינמאל בעפאר און געשריגן פון הארץ ארויס "רבותי! מיר שטייען דא יעצט פאר קבלת התורה, עס איז דא העכער אונז א "הר" וואס די הר איז די יצר הרע און דאס איז די אונטערנעט, האט די רבי געשריגן מיט קולות "זענט עטץ מקיים אויף זיך נישט אריינצברענגען אונטערנעט איז גוט, און דער וואס נישט דער וועט באגראבן און קען קיין איד נישט בלייבן"! די ערנסטקייט און שטילקייט וואס האט געהערשט אין ביהמ"ד איז אומבאשרייבליך!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 19:29 לינק ישיר 

ווארט נאר אביסל ביז די ליצני הדור וועלן קומען אפ-חוזק'ן מיט ליצנות פון די דרשה.

ווי רביה"ק האט זיך אמאל אויסגעדריקט. "ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 22:09 לינק ישיר 

ben_yahuda כתב:
  באקומען אין אימעיל:


אין שטוב טאר נישט זיין קיין שום אינטערנעט,

ביי די ארבעט טאר נישט זיין קיין אינטערנעט אן א פילטער,

ווער עס האט אינטערנעט אינדערהיים, אדער ווער עס האט אין ארבעט אן א פילטער, אדער ווער עס האט א טעלפאן מיט אינטערנעט האט נישט די זכי' צו זיין א חבר אין די קהלה, און ער האט נישט די זכי' אז זיינע קינדער זאלן לערנען ביי אונזערע מוסדות.    



קיינער מאכט ח"ו נישט חוזק. אדרבה, הלואי זאל עס ארבעטן.

נאר א קליינע קשיא. צו מעג מען דען האבן א קאמפיוטער אין שטוב אן אינטערנעט? הרב וואזנער האט דאס בפירוש גע'אסר'ט. און אזוי אויך אלע אנדערע גדולי ישראל. דער האט געגעבן א בפירושע היתר פאר קאמפיוטער אין שטוב????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 22:15 לינק ישיר 

נארפאקטן כתב:
נאך די הכנסת ס"ת, האט די שמש ר' זלמן לייב פעלדמאן אויסגערופן "יעדער זאל זיין אונגאנצן שטיל, אויך די עזרת נשים בעט מען זאל זיין שטיל אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן, דערנאך האט די רבי שליט"א מעוטף בטליתו ארויף אויפן ארן הקודש, נאך א קורצע תפילה ביים ארון הקודש אויפגעהויבן די זיינע הייליגע () הענט און מיט א בלאסע () ערנסטע (פנים אנגעהויבן, "מורי ורבותי לא לדרשה קא אתינא נאר איך וועל צוגיין גלייך" די רבי האט געזאגט אז ווען די אייבערשטער האט געגעבן די תורה האט ער אויפגעהויבן א "הר" העכער אונז, און געזאגט 'זענט עטץ מקיים די תורה איז גוט און אויב נישט וועט עטץ אלע באגראבן ווערן!" דא האט די רבי אויפגעהויבן די שטומע ווי קיינמאל בעפאר און געשריגן פון הארץ, ארויס [פון בג''ץ]... "רבותי! מיר שטייען דא יעצט פאר קבלת התורה, עס איז דא העכער אונז א "הר" וואס די הר איז די יצר הרע און דאס איז די אונטערנעט, האט די רבי געשריגן מיט קולות "זענט עטץ מקיים אויף זיך נישט אריינצברענגען אונטערנעט איז גוט, און דער וואס נישט, דער וועט באגראבן [ווערן ביי פאלאקס]  און קען קיין איד נישט בלייבן"! די ערנסטקייט און שטילקייט וואס האט געהערשט אין ביהמ"ד איז אומבאשרייבליך!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 22:23 לינק ישיר 

נארפאקטן כתב:
דא האט די רבי אויפגעהויבן די שטומע ווי קיינמאל בעפאר און געשריגן פון הארץ ארויס

חוץ ביי די חמסנים דרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 22:25 לינק ישיר 

נארפאקטן כתב:
, האט די רבי געשריגן מיט קולות "זענט עטץ מקיים אויף זיך נישט אריינצברענגען אונטערנעט איז גוט, און דער וואס נישט דער וועט באגראבן און קען קיין איד נישט בלייבן"!


האפט פאר א פולע פאלאקס לאט?
אלע שפיטעלער גרייטן זיך שוין פאר די טויזענטער טויטע ה"י.
אמעריקע זיכט דעם מאסן מערדער.
חברה!! קויפט א חלקה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 22:56 לינק ישיר 

איך בין מוחה נמרצות אויפן ליצנות מאכן פון די דרשה פון רז"ל, למעשה האט ער געזאגט וואס מען דארף צו זאגן און ס'קומט זיך אים קרעדיט

איין זאך זעט מען נאר אביסל .... אז מען מעג האבן נאר אימעיל אויפן טעלעפאן, איינער ווייסט ווי אזוי דאס ארבעט, אויף א קאמפיוטער האב איך שוין געהערט, אויפן טעלעפאן איז דא אזא מציאות? צווייטנס, איינער וואס דארף עס פאר ביזנעס דארף עס נישט נאר פאר אימעיל, בקיצור דא איז דא חוסר אינפארמאציע, נו גוט לאמיר זען וואס זיינע חסידים וועלן טון, איך האב שוין געפרעגט היינט א זאלי צו ער האט שוין אויסגעמעקט זיין בראוזער, ער האט מיר געוואלט ממיתן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 23:19 לינק ישיר 

מה אמר האדמו"ר מסאטמער בדרשה שנשא דקות לפני ה'אקדמות'?

http://www.jdn.co.il/news/79617





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 23:31 לינק ישיר 

צו אפחוזק'ן פון ר' זלמנ'ען ווען ער טוט א דבר טוב ונחוץ מאוד איז א עוון בל יכופר, דאס פאסט ענדערש פאר די מלוחים-מאוד עלעמענטן,

וואלן, יא, מ'קען אינסטאלירן א עפ וואס שפארט אפ די בראוזער אבער מ'בלייבט מיט אימעיל איך האב עס געטאן אויף מיין סמארט-פאון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2012 00:01 לינק ישיר 

ריפל כתב:
צו מעג מען דען האבן א קאמפיוטער אין שטוב אן אינטערנעט? הרב וואזנער האט דאס בפירוש גע'אסר'ט. און אזוי אויך אלע אנדערע גדולי ישראל. דער האט געגעבן א בפירושע היתר פאר קאמפיוטער אין שטוב????
נישט ווייל ס'נוגע למעשה, ווייל איך זעה פון דיינע לעצטע פאר תגובות אז די ביסט בלויז א לץ א עמלק א קאלט מאכער אבער כדאי להוציא מלבם וועל איך ענטפערן: הרב וואזנער האט נישט גע'אסרט קאמפיוטער אינדערהיים, ער האט גע'אסר אינטערנעט אינדערהיים אפילו אויב ס'האט א פילטער און ס'איז לצורך פרנסה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2012 00:04 לינק ישיר 

ווי איך גיי שטורעמט וועגען די רבינ'ס הייליגע ווערטער בעפאר אקדמות, ס'האט אויפגערידערט א וועלט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2012 01:02 לינק ישיר 

דער אהרונים זעען זיך יעצט מיטן פיטום אראפ, ווייל אדהכי האבן זיי געמיינט אז דער אינטערנעט מערכה איז שייך בלויז פאר אהרן טייטלבוים, ועכשיו נתוודע הדבר אז דאס האט גארנישט מיט אים, נאר ס'איז כלל ישראל'ס מערכה, איז יעצט האט דער חכם הגדול פון צאנז קאורט גזעהן כי כלתה אליו הרעה, נאך דערצו וואס כלל ישראל האט אים געוויזן אז מ'קען אנגיין אן אים אויך, האט ער באשלאסן אז מ'מוז צייגן א פנים, כאילו דער מערכה איז זיין מערכה, אנגעהויבן האט זיך עס טאקע ווען אלע אהרונים האבן גלייך נאכן כינוס אנגעהויבן שרייען, אז דער פסק הלכה פון בעל שבט הלוי איז זייער'ס א פסק, און אין דער בלאט איז דאס טאקע געווען אנגעצייכנט מיט קידוש לבנה אותיות, (אגב, ווער ס'געדענקט אביסל וואס די אהרונים האבן פארפירט פארן כינוס, היתכן מ'גייט געבן א פסק וואס פאסט נישט פאר היימישע אידן, נאר פאר פייוו טאונס אידן, תיקו, אולי דכאן קודם הכינוס וכאן לאחר הכינוס, וצ"ע) שפעטער זעענדיג ווי אחיו הצעיר סאטמארער רבי שליט"א האט ארויסגעזאגט דעם פסק הלכה בעניני הכלי מכשירים ביום א' דחג השבועות פאר קריאת האקדמות, און ס'האט אויפגערודערט גאנץ וויליאמסבורג, איז מען זיך צוזאמגעקומען אין 152 היוז סטריט דן צו זיין בחובת השעה וואס מ'טוט ווייטער, אז דער זלמניו זאל נישט ווערן ארויפגעקוקט אין דער גאס פאר זיינע פייערדיגע ווערטער דעם ערשטן טאג יו"ט, ישבו ודנו ובאו לידי ההחלטה אז רעבארען וועט אויפטרעטן מוצאי שבועות ביים באגלייטן מיט א באמבאסטישע דרשה קעגן דעם אינטערנעט, און דערביי זאגן עפעס א מעכטיגע פסק, און דאס וועט פארווישן דעם רבי'נס דרשה, אבער מעשה שטן לא הצליח, ווייל זיין ברידער האט אויך גערעדט ביים באגלייטן איבערן אינטערנעט, און גערעדט נאך דערצו דברים של טעם, אשר ע"כ זענען די אהרונים זייער צובראכן אצינז ופני המן חפו..

אלזא וועלן מיר צו ווארטן אויפן נעקסטן פראוו מצידם..


 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2012 01:14 לינק ישיר 

איר האט געשריבן:

אגב, ווער ס'געדענקט אביסל וואס די אהרונים האבן פארפירט פארן כינוס, היתכן מ'גייט געבן א פסק וואס פאסט נישט פאר היימישע אידן, נאר פאר פייוו טאונס אידן, תיקו, אולי דכאן קודם הכינוס וכאן לאחר הכינוס, וצ"ע


לויט ווי איך הער

האט די איחוד הקהילות גונז געווען די פסק פון הרב וואזנער

און עס ארויסגענומען פון אלע באריכטן

און זיי ארבעטן ער זאל שרייבן א נייע פסק אן די סעיף וועגן אינטערנעט אין שטוב

איז עס ריכטיג ?


אויב יא איז מהר "א גערעכט געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכרזת קודש פון סאטמארער רבי שליט"א בחג השבועות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext