בית פורומים כל העולם כולו

רבי זלמן, בלייבט נישט שטיין! גייט מחיל אל חיל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/5/2012 18:02 לינק ישיר 
רבי זלמן, בלייבט נישט שטיין! גייט מחיל אל חיל!

דעם יו''ט שבועות העעל''ט האט פאסירט א מוראדיגע געשהענ'ניש, וואס האט ערשטוינט דעם אלוועלטליכען ארטעדאקסאישן יודנטום, יונג און אלט אלעס איז געבליבן שטיין שפראכלאז, ווען מען געזען דעם געוואלדיגן נס פון הימל, דעם ויפתח השם את פי האתון, במלוא מובן המילה, וואו דער 58 יעריגער מן הארץ האט זיך געלאזט הערן די ערשטע מאל און 12 יאר זייט ער איז ארויף געשווימען אויף די מאפע, מיט א דרשה קעגן דעם אונטערנעט,

כלל ישראל איז טאקע הייס מתפלל צום הייליגן באשעפער, אז דער עם הארץ און מתחבר לציונים, זאל טאקע ווייטער אנגיין, אזוי ווי ער האט אנגעהויבן טאן, זאל ער גיין מחיל אל חיל,

 ער זאל איבערבעטן זיין הייליגן טאטן וואס האט האט אזוי ביטער מבזה געווען, און זיינע עלטערע יארן,

 ער זאל איבער בעטן דעם הייליגן ויואל משה זי''ע פארן אים אזוי מבזה זיין, מיטן זיך פארמעסטן, און זיך וועלן זעצן אויף זיין בענקל ח''ו,

ער זאל איבער בעטן כ''ק רבינו שליט''א, וועמנס בלוט ער האט ברוטאליש פארגאסן, און א צירקע פון כמעט 10 יאר,

ער זאל איבערבעטן די אלע הינדרעטער יודן וואס ער האט געפייניגט און טעראזירט, ארויסגעווארפן, און אוועק גענימען די פרנסה, און איינגעשפארט און סענטערעל בוקונג, מיט א גרויזאמער זאלישע רציחה,

 ער זאל ארויס גיין פונעם טמאנעם בג''ץ,

ער זאל מקיים זיין והשיב את הגזלה און ציריק געבן די בנינים וואס ער האט גערויבט, פאר די ראשי הקהלה, אדער זיך שטעלן צו דין תורה, וואו אזוי יודן פירן זיך,

ער זאל אפ געבן די ירישה פונעם ברך משה זי''ע פאר זיינע געשוויסטער,

אזוי ווייטער און ווייטער.

חזק ויאמץ רבי זלמן! לאז דיר נישט אפקילן פון די יאקאבאוויטשליך, האסט אנגעהויבן צו גיין גוט, גיי אן ווייטער!!!

תוקן על ידי מישמאש ב- 30/05/2012 18:04:05




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2012 18:38 לינק ישיר 

אין איך וועל בלויז ציי לייגען המקום ינחם אתכם אם כל החלה דעקלעך...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/5/2012 20:33 לינק ישיר 

ווי א גאסט אויף א ווייל
האב איך געהאט די זכי' צו זעהן א האלבע שעה צוריק
ווי הרב שלמה לייב וו"ב שליט"א מיט אלע כולל אינגעלייט
שפאנען פאלארעל ווי א פראטעסט
אויף די לענג פון בעדפארד עוו.
קיין עטרת אברהם
ווי האדמו"ר הגז"ל שליט"א געט  יעצט א אינטרנעט דרשה
ספעשל פארן כולל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2012 21:21 לינק ישיר 

ווי אנדערע דא האבן שוין ארויסגעברענגט, איז אינגאנצן נישט אויסגעהאלטן צו אטאקירן רז"ל איבער די יעצטיגע שריט קעגן דעם אינטערנעט.

ס'איז דא גענוג ליצנות אין ארסענאל איבער די טעמע, אבער פאקטיש איז עס א שריט אין דער פאזיטיווער ריכטונג, ויה"ר אז ס'זאל אים געלונגען עס אויסצורייסן ביי זיין עולם.

ס'איז אויך צום האפן אז ער וועט ענדליך קומען גענצליך צום שכל און טאטאל פארבאטן דאס האבן א קאמפיוטער א שטוב, וואס יעדער בר בי רב ווייסט אז דאס איז דער שעדליכסטער פתח פאר קינדער צו האבן צוטריט צו די אלע כלי משחית, אפילו אויב מ'האט נישט קיין אינטערנעט אין שטוב.

(איך האב לעצטנס געהערט א מעשה נורא, פון עמיצן וואס האט געהאט א קאמפיוטער אין שטוב אן קיין אינטערנעט, אבער נאך וואס ער האט געזען א רוחניות'דיגע ירידה ביי זיין קינד האט ער אויף די עצה פון א מורה דרך גענומען א ספעציאליסט דורכצוקוקן זיין קאמפיוטער.

דער מומחה האט געטראפן אז דאס קינד האט אליין באוויזן זיך אנצוטשעפען אין א ווייערלעס נעטווארק, און ער איז גאר געווען אזוי ראפינירט אז ער האט אויסגעמעקט יעדן צייכן אינעם קאמפיוטער פון א אינטערנעט סאפטוועיר, נאר יעדעס מאל וואס ער האט עס געוואלט נוצן איז ער אריין דורכ'ן "RUN" סיסטעם גראד!

שפעטער איז מען דערגאנגען אז א שלעכטער חבר האט אים אויסגעלערנט פונקטליך די אלע טריקס, אבער פאר א צייט פון נאנט צו א יאר האט דאס קינד געהאט אינטערנעט אין שטוב אן דעם טאטנ'ס ידיעה.

דאס איז טאקע אן עקסטרעמער ביישפיל, אבער אין די היינטיגע וועלט קען מען אין כמעט יעדן באזעצטן ארט האבן ווייערלעס אינטערנעט פאר אומזיסט, אדער פאר עטליכע גראשן. מיט א קאמפיוטער אין שטוב האט מען קיינמאל נישט קיין שמירה. שוין אפגערעדט פון די פראבלעמען פון א קאמפיוטער זעלבסט, אפי' גענצליך אן קיין אינטערנעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבי זלמן, בלייבט נישט שטיין! גייט מחיל אל חיל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext