בית פורומים כל העולם כולו

דער פוסק הדור שרייט זייפנים שקרנים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2012 06:24 לינק ישיר 
דער פוסק הדור שרייט זייפנים שקרנים

ביים כינוס כלל ישראל ווי 40 טויזנט יודען זענען געווען האט מען געהערט דעם קלארן דעת תורה פינעם פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א ווי ער אסר'ט אינטערנעט אפילו מיט א פילטער אין דערהיים.

גייט נישט א דורך אפאר טעג אין די וועד פינעם כינוס זענען ארויס געקומען מיט א שרעקליכן זיוף אז רב וואזנער איז מתיר מיט א פילטער צי האבן אינטערנעט .

( פין דעם זיוף האט זיך קלאר ארויס געשטעלט דעם ווייטן בליק פין הרב הקדוש מסאטמאר שליט"א ווי ער האט געזאגט פין פאראויס אז מען דארף מאכן 2 כינוסים ווייל מען דארף רעדן מיט 2 באזינדערע שפראכן פאר כלל ישראל ואכמ"ל )

פארגענעגע סוף וואך האט מען געהערט אז דעם פוסק הדור טוט זייערע וויי דעם זיוף בשמו אין ער האלט זיך קלאר צי זיין פסק
ער האט נאך מוסיף צים פסק די זעלבע ווערטער פין זיין ידיד נפש האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אז וועלכע סופר צי שוחט האט אינטערנעט אויפן טעלעפאן זאל מען מעביר זיין.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/6/2012 12:22 לינק ישיר 

כדי מאכן דיין רבי גערעסער און קליגער פון אלעמען, ביסטו גרייט צו אפנארן דו גאנצע וועלט.

הרב וואזנר האט אין די כינוס געזאגט קלאר אז מען מעג אינטערנעט מיט פילטער פאר ארבעט, און האט צו געזאגט אז זיין דעה איז אז אויך מיט פילטער און אויך פאר ארבעט נישט אין שטוב. אין דאס איז די פסק הלכה וואס ער האט יעצט וידער מפרסם געווען. קיינער זאגט נישט אנדערש.\

אגב, דיין רבי, האט געוואלט ווייזן אז ער איז נאך פרומער פון אלעמען, איז ער געגאנגען אין האט געאסערט די כלי קודש האבן סמארטפון. "דער בלאט" האט שוין געמאכט פון דעם ווער ווייסט.
דערווייל, אין אלע פרומע צייטונגען אין אר"י פון אגו"י, איז פרייטאג געמאלדן, א נייע פסק הלכה פון הרב וואזנר אז סופר סת"ם וואס האט א אפענע אינטערנעט, איז זיין סת"ם פסול! אין שוחט וואס האט אפענע אינטערנעט [סיי אין קאומפיוטער און סיי אויפן סעלפון], שחיטתו פסולה!
איז מיט וואס איז דיין רבי מער פרום? המודיע שרייט שחיטתו פסולה, און דער בלאט שרייט ער מעג נישט דאס האלטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2012 15:30 לינק ישיר 

סים לאמיך דיר קלאר מאכן וואס ביידע האבן געזאגט ווייל דיין בלינדע שנאה צים רבי'ן פארדיירט דיך אביסל

סיי רב וואזנער אין סיי די רבי האלטן אז מען טאר נישט האלטן א קאמפיוטער אידערהיים
ביידע האלטן אז נאר אין דערארבעט מעג מען האבן אין אויך נאר מיט א פילטער

( דער פורץ גודר הגז"ל האלט אז אינדערהיים מעג מען האלטן א קאמפויטער מיט פילטער )

די רבי האלט אז מען מעג האבן א סמארטפאן נאר מיט א פילטער ווער עס דארף עס פאר ביזענס

די רבי האלט אז טאמיר א שוחט האט יא אן א פילטער וועט מען אים מעביר זיין
אין רב וואזנער האלט אז שחיטותו פסילה

יעצט איז געגאנגען די וועד המארגנים פינעם כינוס אין ארויס געלאזט א בריוו אז רב וואזנער האט מתיר געווען אינדערהיים א קאמפוטער מיט א פילטער אין דעס איז ער יעצט מכחיש





תוקן על ידי יקרבו ב- 03/06/2012 15:32:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2012 15:49 לינק ישיר 
דא שרייבן זיי פינעם שרעקליכן זיוף




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2012 18:34 לינק ישיר 

א מבול פון מיספארשטענדעניש.

הרב סים89
קיין שום סיבה צו ווערן אויפגעבראכט, האסט פשוט נישט פארשטאנען די ווערטער פון רבי בלומבערג יר"ה - וועלכער האט זיך נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט.

דא איז די שאלה וועגן האבן אינטערנעט מיט א פילטער אינדערהיים, וואס ביים כינוס האט עס דיין רבי און פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א קלאר גע'אסר'ט, אבער שפעטער האט מען זיך גענומען לייגן דרוק אויף אים אז ער זאל צוריקציען דערפון, ועל זה אנו דנים.

הרב יקרבו
נישט יעדער וואס זאגט עפעס אנדערש ווי דיר האט א "בלינדע שנאה צים רבי'ן". סים איז עמיצער וואס אידענטיפיצירט זיך גראדע געווענליך מער מיט אונזער לאגער (כאטש ער האט שוין היינט אביסל באבובער פראבלעמען...), נאר עס האט זיך אים געדוכט אז רבי בלומבערג איז פוגע בכבוד רבו, און מתוך כעס בא לכלל טעות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2012 02:29 לינק ישיר 

וואו קומט דא אריין באבוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער פוסק הדור שרייט זייפנים שקרנים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext