נוסח פאפא תשע"ב - מ'ציהט צוריקכ'ווייס נישט צו דאס שטאמט פון וואוינען אזוי נאנט בשכינות צום סאטמערער הויף, אבער די וועלט רעדט אז פאפא קוקט אלע מאהל אויף צוריק צו זעהן צו וואס זיי טוהען שטימט מיט די סאטמארע שיטה, און צו פאר סאטמאר געפעהלט וואס זיי טוהען. דאס רעדט מען סיי אין עניני "קדושה" ווי צב"ש די בגדי נשים, און סיי אין עניני שיטה, ווען עס קומט צו די "השקפה הטהורה." כאטש פאפא רביים זענען שוין דורי דורות בעלזער חסידים, פילען זיי נאך ווי זיי זענען אונטערטעניג צו סאטמאר און מוזען זיי געפעלן. כאטש אין דעם פרט זעהט אויס לכאורה ווי זיי וואלטען יא גוט געשטאנען אין דעם אז זיי האבען זיך באטייליגט אינעם גרויסארטיקן "כינוס כלל ישראל" וויבאלד אז די סאטמורים אנשי רז"ל-ראדני זענען יא געווען אין מאסען, אבער דאך זענען די אנשי מהר"א די שטערקערע צד, און דער עולם נעמט אהן אז די רבי פון קרית יואל שטעלט פאר סאטמאר. ממילא האט מען אין פאפא געשפירט נייטיג אויף צוריק צוהען און זאגען לאחר המעשה אז באמת האט נישט געזאלט גיין - פארוואס? ווייל זיי זענען שוין איינמאל "יוצאי אונגארן" און דארפען די תקנות מיהאלאוויטץ תרכ"ו. מ'דארף האבען מסי"נ אויף נישט זיך באנוצען מיט'ן טריפה'נעם אינטערנעט, זאגט דער פאפא'ער רבי, דאס הייסט אפילו אין ביזנעס, און אפילו געפילטערט
Dibros Koidesh - Internet - Nusoy 5772 * id="doc_83971" name="doc_83971" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" height="600" width="100%">
 |
|
|