נעכטן זונטאג בהעלותך ביינאכט האט דער זוהן פונעם פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א זוכה געווען צו שפורן א מתנת חינם פון די צדיקי אתרא קדישא, ווען ער האט געקריגן א שטינק באמבע אין שטוב אריין, וועלכע האט באגלייט זיינע בני בית גדולים וקטנים מיט א אומדערטרעגליכע ריח של גיהנום במשך די נאכט, און אצינד איז מען נאך עוסק בטהרתו של מקום.
דאס קומט נאכדעם וואס אין די פארגאנגענע וואכן האבן די רבנים ובראשם הראב"ד שליט"א אנגעהויבן נעמען ווייטערדישע שריט אפצושטעלן די שוידערליכע חילולי קברים נעבן רמלה ביים "נשר" פראיעקט, וואו אתרא קדישא גיט א השגחה מפנה צו זיין קברים מידי יום ביומו, על סמך פון א אזוי גערופענע היתר בשם הרב וואזנער שליט"א מיט 8 יאר צוריק, אויף וואס הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א האט שוין געשריבן א פערזענליכע בריוו צו הרב שמידל, אז דער היתר איז קיין היתר חלילה.
די חפירות דארט ווערן געשאצט אנצוגיין נאך איבער 5 יאר, און דאס האט באוואויגן דעם ראב"ד אנצוגיין מיט א מערכה צו זעהן וואס מען קען טוהן אפצושטעלן די חילול קברים, וועלכער איז א סיסטעמאטישער איינשטעל פון טרעטן אויף די הייליגע תורה אויף א אופן ווי קיינמאל בעפאר.
אתרא קדישא, אנשטאט זיך צו בייגן און קומען הערן וואס די רבנים פארלאנגען פון זיי, האבן זיי אויסגעוועהלט אנצונעמען די מסורה וואס זיי האבן מקבל געווען אין די לעצטע פאר יאר פון זייער הייליגע ארגאניזאציע, און דאס איז: טעראר.
לקדש שם שמים.