בית פורומים כל העולם כולו

צומות הגידין ווירוס זייער פארשפרייט איבעראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/7/2012 19:44 לינק ישיר 
צומות הגידין ווירוס זייער פארשפרייט איבעראל

ווי מ'ווייסט שוין האט די מהדרין G&G פלענט געמוזט אפשפארן צוליב שווערע פינאנציעלע פראבלעמען וועלכע זענען אין גרויסן טייל צושטאנד געקומען צוליב די געפערליכע שאדנס פון צומות הגידין פראבלעם.

ליידער האבן די בעלי בתים פון מהדרין צוליב פאליטישע מאטיוון נישט געקוקט אויף די תורה הקדושה און נישט געפאלגט דעם שלחן ערוך, און האבן נישט געהעריג באקוקט ווי מ'טוט היינט אין אלע אנדערע שחיטה הייזער אין אמעריקע, אייראפע און אריץ ישראל, דערפאר זענען זיי געגאנגען געבראכן.

איצט זענען עטליכע פון זייער קאסטומערס געגאנגען צו דעיוויד עליאס עופות פלענט, אבער דארט האט מען אויך באמערקט גאר הויכע נומערן פון צומות הגידין ביי די עופות, און דער בעל מכשיר, א ערנסטער רב, ווייסט אז מ'דארף בודק זיין כדת וכדין.

ליידער איז מען אויך געוואויר געווארן איצט ווען די מהדרין G&G איז שוין געשפארט געווארן, אז דער הויפט משגיח פון 82 בוטשער, הרב ר' חיים דוד כ"ץ האט זיך נישט באוויזן אינעם פלענט אין א משך פון 6 חדשים (!) ווייל ער האט נישט געוואלט מודה זיין אז "צומות הגידין" איז א רעליטעט און מ'קען זיך נישט צומאכן די אויגן.

ליידער ליידער האבן רבבות אידן, אנשים נשים וטף, געגעסן טריפה ממש און עובר געווען טויזענטער לאווין דאורייתא טאג טעגליך, צוליב קינדישע פאליטיק. שומו שמים על זאת.

היינט צו טאג זענען אלע פולטעריס בודק פון צומות הגידין אין יונייטעד סטעיטס. אין קאנאדא איז מען נישט בודק. וויפיל פראצענט צומות הגידין עס געפונען זיך אין יענעם פלענט טאר מען נישט פארציילן. וד"ל. 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > צומות הגידין ווירוס זייער פארשפרייט איבעראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext