איין זאך זאל קלאר זיין, ס'איז א דבר ברור אז איינער וואס טוט אונטערגראבן א ארגון וואס שטייט שוין יארן לאנג, אכטונג צו געבן אויף חילולי קברים ברחבי ארה"ק, זאל וויסן אז ער שפילט זיך מיט פייער, ווי רבי חיים פאלג'י שרייבט, אותו יד תקצץ, מ'מיינט אז מ'רעדט דא פון קלייניקייטן, ס'איז ליידער דא פארשטאפטע הערצער וואס וועגן אביסל כבוד און געלט אדער אנדערע סיבות, זענען זיי גרייט צו ארבעטן יד ביד מיט די רשעי ישראל, און אונטערברענגן אן ארגון וואס בראשה שטייט א איד ווי הגאון הצדיק רבי דוד שמידל שליט"א, וועלכע ארבעט שוין באלד 60 יאר שלא עמלק"פ אין דעם ענין, און ליידט נאך בזיונות שאין כדוגמתה.
חזרו בכם!! לפני בוא יום הדין הגדול והנורא.. די באשעפער זאל שומר ומציל זיין, וואספארא צרות דאס קען נאך ברענגען אויף כלל ישראל, מיט די מסירות וואס די אנשי הוועד לאגודה טוען אפ מידי יום ביומו, און מחפה זיין אויף חופרי קברי ישראל.
שומו שמים!!
די וואך איז ארויסגעקומען א בריוו פון הרב חיים קנייבסקי פון בני ברק, אנטקעגן די וואס זוכן אונטערצוברענגן די עסקנים פון אתרא קדישא ביניהם, הר' חזקי' קאלמנאוויטש, וכהאי לישנא שרייבט ער "אין רפואה למכתו"
 |
|
|