בית פורומים כל העולם כולו

היכי דמי חילול השם!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/9/2012 03:40 לינק ישיר 
היכי דמי חילול השם!!!

היכי דמי חילול השם!
די גואישע מידיע איז פאר די לעצטע פאר וואכן פול מיט דעם מניוול וויטא לאפעז, ער איז געפאלן מאיגרא רמה לבירה עמוקתא, אלע זיינע געוועזע גיטע פריינט האבן זיך פון עם אפגעלאזט, קיינער וויל זיך נישט איידענטיפייען מיט אזא נידעריגן פארשוין, ווייל דאס וואס מען באשולדיגט עם איז נידעריג און א שאנדע אפילו אין די גואישע וועלט, און דעריבער האבן זיך אלע אוועק געדרייט פון דעם מנוול וויטא לאפעז, און ביי די יעצטיגע וואלן שטעלן זיך אלע צו צו זיין שונא לינקאלן רעסטלער, אפילו רעסטלערס קעגענער ביי דו פרירידיגע וואלן האט זיך אויך צו געשטלט לטובת רעסטלער ווייל עס זאל נישט הייסן אז ער שטיצט דעם נואף וויטא לופעז,

אבער ליידער ליידער דאס פנים פלאמט פון בושה, איין איינציגער וויטא לאפעז פריינד איז נאך געבליבן מיט עהם, און שעהמט זיך נישט עם אפן צו שטיצן, דאס איז נישט קיין אנדערער ווי משה דוד נידעלאווסקי, ער שעמט זיך נישט זיך צו פאר אייניגן מיט א נואף וואס אפילו די גואישע גאס האט זיך פון עם פארעקלט, אבער נישט משה דוד, ער האלט אז דער עולם זענען קעלבלעך, (און אפשר זענען זיי טאקע...) דער חילול השם איז געוואלדיג גרויס,  דער ניו יורק טיימס האט שוין געמאכט א לאנגס און א ברייטס, אז יעדער איז א קעגן וויטא לאפעז נאר נישט "די וויליאמסבורג ארטאדאקס דזשאס" ווי זענען די רבנים? ווי זענען די ראשי הקהילות? משה דוד איז אונז מבאיש ריח ואין פוצה פה ומצפצף, ס'איז נאך דא איין טאג, און מען דארף, דאס מפרסם זיין ברבים אז א וואוט פאר וויטא לאפעז'ס קאנדידאטן איז א וואוט פאר חילול השם,


תוקן על ידי משהלע ב- 12/09/2012 03:56:19




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2012 18:32 לינק ישיר 

משה'לע דו ביסט געכאפט אין דעות כוזבות ליידער.

דו ווייסט נישט אז דאס שטימען פאר אלטשאווסקי איז וויכטיגער ווי פאסטן יום הקדוש?

דו ווייסט נישט אז אויב חלילה רעסטלער וועט אריינקומען האט דער רבעזעכרעוינע לעבראווכע גארנישט אויפגעטאן אויף דעם עולם? גארנישט?

דו ווייסט נישט אז משיח קען נישט קומען אויב מ'וועט נישט ארויסגיין אלע און שטימען פאר אלטשווסקי?

דו ווייסט נישט אז ווען משיח וועט קומען וועט ער טייטלען מיט'ן פינגער אויף די אלטשאווסקי וויילער די האבן מקרב געווען די גאולה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היכי דמי חילול השם!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext