בית פורומים אידישע געדאנק

חשיפה - מבצע שמלצר סיגל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2013 23:08 לינק ישיר 
חשיפה - מבצע שמלצר סיגל

א אפן הארציגע שמועס צווישן צוויי הארץ-פריינד וואס האט זיך אפגעשפילט אין די פארגאנגענע טעג:


אהרן יודל: וועלווי, וואס טוט זיך?

וועלווי: וואס מיינסטו? אונז האמיר דאך נעכטן נאכט גערעדט צוויי שעה.

אהרן יודל: איך רעד וועגן די פלעי. דו האסט מיר געזאגט אז דו דארפסט היינט צופרי נאכאמאל רעדן מיט אפרים, וויל איך וויסן וויאזוי עס האט זיך אויסגעקאכט.  

וועלווי: אה, איך האב נישט געכאפט פון וואס דו רעדסט. קוק אהער אהרן יודל, איך האב דיר שוין טויזנט מאל געזאגט דו נעמסט צו א שטארקע פרעשור פון דעם, איך זאג דיר, דו האסט זיך נישט וואס צו זארגן, איך וועל אי"ה עקטן די יאר אויך.

וויפיל מאל האב איך דיר געדארפט בארואיגן לעצטע יאר אז פון די אלע קאכערייען וועט זיך גארנישט אויסקאכן, זיי זענען גוט צו רעדן און העצן אביסל, אבער גארנישט מער און? ווער איז געווען גערעכט? נו, אוודאי איך! איך זאג דיר אז די יאר וועט זיין די זעלבע זאך און נאך אסאך גרינגער, זיי האבן דאך לעצטע יאר געהאט א געפערליכע דורכפאל, דו ווייסט וואס דאס מיינט? זיי האבן אינוועסטירט חדשים ארבעט אין איין זאך אז וועלוול שמעלצער זאל נישט עקטן אין די פלעי און עס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט. איך האב עכט רחמנות אויף זיי...

אהרן יודל: איז אזוי, צו איך ווייס וואס דאס מיינט אז מען לייגט אריין חדשים ארבעט און עס לאזט זיך אויס מיט גארנישט? איך ווייס עס זייער גוט... איך האב אינוועסטירט מיין גאנצע לעבן אין א זאך וואס האט זיך "דערווייל" אויסגעלאזט מיט גארנישט, אבער טאקע וועגן דעם מוז איך דיר האבן אינעם פלעי! ווייל איך האב נאכנישט אויפגעגעבן, מיין לעבן איז מיר ממילא חרוב איך האב שוין גארנישט צו דערלייגן לאמיך כאטש אויפטון די איין גוטע זאך אין מיין לעבן לאמיך כאטש מיטנעמען די איין זאך אין קבר אז איך בין געווען דער ערשטער וואס האט נישט מורא געהאט און זיך ארויסגעשטעלט קעגן דער גרויסער סקווירא רבי און געגאנגען עד הסוף!

וועלווי, איך האב ענק שוין טויזנט מאל געזאגט און עטס מאכטס חוזק פון מיר אבער ענק וועלן נאך זען איך וועל זיך נישט אפשטעלן ביז איך וועל אנקומען. וועלווי, דו פארשטייסט נישט דאס איז מיין שליחות פארוואס איך בין אראפגעקומען אויפ'ן וועלט, אמת'דיג! דו ווייסט ווי מענטשן מושטען זיך דארט? איינער דארף זיי דאך העלפן! די אלע וואס האבן זיך דערשראקן אינמיטן וועג זענען הוילע פחדנים! אבער נישט איך! איך קען זיך יעצט נישט אפשטעלן עס איז צו שפעט פאר דעם.

וועלווי: נו, נו, אדרבה, אהרן יודל, דו ווייסט אז מיר דארפסטו נישט קאנווינצן אבער איך זע נישט וויאזוי דו זאלסט עס קענען באווייזן, קוק אהער, דו מוזט מודה זיין אז אונז זענען געווען זיכער אז נאך די ל"ג בעומר מעשה וועלן זיי ממש אונטערגיין – און דאס איז דאך געווען די סיבה פארוואס איך האב דעמאלטס מחליט געווען אז איך האב מער נישט פון וואס מורא צו האבן און איך האב דיר אפיציעל צוגעהאלפן מיט וואס עס האט זיך נאר אויסגעפעלט, אבער איך האב געמאכט א טאטלע טעות. קוק אהער די חברה זענען "היר טא סטעי" און איך דארף זיך מוטשענען יעצט יעדע יאר מיט די פלעי און דאס איז שוין נאכדעם וואס איך האב פארלוירן מיינע אלע אנדערע זאכן.

אהרן יודל: וועלווי, רעד נישט קיין שטותים, וואס הייסט זיי זענען היר טא סטעי? וועלווי, דו רעגסט מיך עכט אויף... ענק כאפן בכלל נישט וואס דא גייט פאר, ענק האבן קיינמאל נישט פארשטאנען וויאזוי די זאכן ארבעטן דארט, ענק האבן נישט פארשטאנען ווען איך האב דער ערשטער אויפגעברענגט דעם פלאן פון אנהייבן דאווענען אין פרידוואלד, ענק האבן נישט פארשטאנען ווען איך האב געשריגן אז מען דארף זען איינצוזעצן איינעם, ענק האבן נישט פארשטאנען ווען איך האב געשריגן פאר חיים אהרן אז ער הרגעט אלעס ווען ער איז מסכים צו סעטלן, און ענק הייבן נישט אן צו פארשטייין וויאזוי דער פלאן דארף גיין ווייטער. ביי ענק איז געווען א מערכה, ביידע זייטן האבן געהאט הצלחות און פארלוסטן און געגאנגען ווייטער איטס אווער.

ענק ווייסן אבער נישט וואס טוט זיך מיט ענק! וועלווי, דו ביזט דאך יא געווען אביסל קלוגער דו ביזט געבליבן אפטימיסטישש אפילו ווען חיים אהרן האט שוין געוואלט הייבן הענט און קוק ווי ווייט מען איז אנגעקומען. לאמיך דיר פרעגן איין שאלה און דו וועסט זיך איבערצייגן ווי גערעכט איך בין, וועם האט רוב עולם דארט מער פיינט, דיך – וואס עס דרייט זיך ארום מעשיות און פאקטן אז דו שטייסט מיר צו דער האנט, אדער יענקי דירנפעלד? נו, מיט אזא  עולם מיינסטו אז מען וועט זיך נישט קענען קיין עצה געבן?! וועלווי, איך זאג דיר אונז וועלן נאך אנקומען נאר איך בעט דיך איין זאך, אנטלויף נישט יעצט, איך דארף דיר האבן.

וועלווי, דו ביזט מיר געווען ביז יעצט א ישועה ווייל דו ביזט דארט דו קענסט די סיסטעם דו קענסט זיי פון אינעווייניג און איך האב נישט דערלייגט פון דיינע עצות און איך מוז דיך ווייטער האבן, און וועגן דעם מוזטו זיין אינעם פלעי! אויב זענען זיי מצליח דיר ארויס צו שטויסן פונעם פלעי ווייזט עס פאר יעדעם איינעם אז וואס זיי האבן דערציילט אויף דיר איז אמת און דו האסט אלעס פארלוירן דארט, דו וועסט אויסקוקן ווי מיר...

דו פארשטייסט? איך מוז האבן מענשטן פון אינעווייניג. איך האב געזאגט פאר דוד'ל אויך ער האט שוין געוואלט מאפן צוזאמען מיט זיינע ברודערס אבער איך האב זיך ממש געבעטן ביי אים דוד'ל בלייב דארט! איך מוז האבן דארט כאטש איינעם וואס איז נארמאל אוועקגעשטעלט מיט א משפחה און נארמאלע קינדער און די זעלבע זאך האב איך געזאגט פאר ארי, ארי, איך מוז דיך האבן אין ישיבה! הגם עס איז מער נישט אזוי וויכטיג ווייל איך האב היינט מיין שוואגער שראלי'ס קינדער אל די וועי, אבער עס שאדט קיינמאל נישט צו האבן מער ווי איינעם, איך קען דאך נישט וויסן ווען שראלי וועט זיך כאפן... אויף אברהם אלטער בין איך נישט באזארגט אז ער וועט זיך אמאל כאפן... אהקעי, איך בין פארפארן, וועלווי, דו ביזט זיכער אז דו וועסט עס מאכן די יאר אויך?

וועלווי: אהרן יודל, זיי נישט באזארגט! 'דו' האסט דוד'ל און ארי און מיך, און 'איך' האב אונטער מיר אפרים און רוב סטעף פון די פלעי! זיי זענען טאטאל אונטער מיר און ביי זיי בין איך דער גרעסטער רחמנות וואס ליידט נעבאך פון אפאר צודרייטע משוגעים. ווילאנג דאס וועט אזוי אנהאלטן ביזטו פארזיכערט אז איך בלייב אין דער סיסטעם! און איך זע נישט קיין שום סיבה פארוואס דאס זאל זיך יעצט טוישן.

אהרן יודל: אהקעי, איך האף דו ביזט גערעכט אבער וועלווי, עני טשעינדזשעס לאז מיר גלייך וויסן, דו הערסט?

וועלווי: אהרן יודל, איך האב דיר שוין איינמאל דיסעפוינטענט?

אהרן יודל: ניין, דו ביזט גערעכט! הלוואי זאל איך האבן נאך אפאר אזעלכע!

וועלווי: הא, הא, אז איך וועל מצליח זיין צו בלייבן אינעם סיסטעם נאך אפאר יאר, זאג איך דיר צו אז דו וועסט האבן נאך אזעלכע ווי מיר...

אהרן יודל: הא, הא, הא...




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חשיפה - מבצע שמלצר סיגל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext