פינעוו ניגונים האבן די זאליס געזינגען די לעצטע פינעוו טעג   אבער קודם די השתלשלות:   אנגעפאנגען האט זיך עס מיט די ט" /> פורום: כל העולם כולו - די 5 ניגונים וואס די זאליס זינגען נאך זייער שרעקלעכע דורכפאל – בחדרי חרדים
בית פורומים כל העולם כולו

די 5 ניגונים וואס די זאליס זינגען נאך זייער שרעקלעכע דורכפאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/6/2013 15:30 לינק ישיר 
די 5 ניגונים וואס די זאליס זינגען נאך זייער שרעקלעכע דורכפאל

פינעוו ניגונים האבן די זאליס געזינגען די לעצטע פינעוו טעג

 

אבער קודם די השתלשלות:

 

אנגעפאנגען האט זיך עס מיט די טמאנע אינטערנעט. יעדער פשוטער יוד פארשטייט אז ווען מען רעדט פון א זאך וואס נעמט אריין די דריי עבירות חמורות דארף מען לייגן אלע פרעזענליכע אינטערעסן אין די זייט? פאריאר זענען געזיצן די הייליגע רעבעזעכרוינע לעווראכע יודן און געמאכט א הייליגן החלטה זיך מתחבר זיין מיט קרייזן וואס אין סאטמער איז מען בשיטה קיינמאל נישט געגאנגען מיט זיי, מען האט מסכים געווען צו ברעכן די תקנות קעגן רעדן די גויאישע שפראכן און איינגערעדט די גאס אז קיין שום רב גייט נישט רעדן ענגליש, כאטשיג זיי האבן זייער גיט געוויסט אז הרב מתתי' סאלאמון שליט"א אין וואקסמאן גייען רעדן ענגליש. אבער, געוואלד, ס'איז דאך די שרעקעדיגע אינטערנעט, פאר אינטערנעט מוז מען אלע חומרות און שיטות לייגן אין א זייט

 

היי יאר האט מען שוין ב"ה נישט גערעדט פין איבערמאכן די כינוס אין א בעסבאל סטעדיעם, נאר יעדע געגנט האט געמאכט עקעסטערע כיניסים, אזוי ווי מהר"א מסאטמער האט פאריאר פארלאנגט אין בשום אופן נישט געקענט פועלן. (פאקטיש איז מהר"א געווען די נחשון. ער האט פאריאר געמאכט די ערשטע כינוס ביי זיך אין שול ווי נחמי' גאטליב פון די איחוד הקהלות האט געגעבן זיין ערשטע דרשה פאר די גאס)

 

עכ"פ אין יעדע פלאץ האט מען זיך מסדר געווען על צד היותר טוב, געמאכט כינוסים, מיט אלע קהלות. אבער אין וויליאמסבורג זענען געקומען די הייליכע רעבעזעכרוינע יודן, וואס האבן פאריאר מחליט געווען צו לייגען די סאטמערע שיטה אין גאבידזש, אין געזאגט אז מען טאר זיך נישט מתחבר זיין לרשעים אין וועגן דעם קען קיין שום אהרוני נישט רעדן דארט. (זיי האבן אפילו נישט געלאכט ווען זיי האבן עס געזאגט....)

 

 האבן צד מהר"א געזאגט, פיין, זאל קיין איין אהרוני נישט רעדן אין קיין איין זאלי נישט רעדן והכל על מקומו יבא בשלום. אבער צד זאלי האט געזאגט בשום אין אופן, מהרז"ל 'מוז' רעדן אין קיין שום אהרוני 'טאר נישט' רעדן, כאטשיג אלע קליינע קהלות אין וומ"ס ווי פאפא, וויען, דושינסקי, סקולען וכו' וכו' וועלן יא מעגן שיקן רעדנערס צום כינוס

 

האט צד מהר"א געזאגט, איז נישט, מיר וועלן מאכן א עקסטערע כינוס אזוי ווי פאריאר

 

איז אבער דא א הייליגער יוד וואס ברענט פאר כבוד שמים אין ער האט באשלאסן אפצושטעלן די עקסטערע כינוס ווייל ער האט מורא געהאט אז סוועט שאטן פאר די קאמפעין קעגן האינטערנעט. די יוד האט צוזאמגערופן עסקני סאטמער אין זיי געזאגט, לאז געמאכט, זאלן זיי מאכן א כינוס, אפילו אויב אונזער צד ווערט באיקאטירט

 

די מנהלים אין מחנכים האבן גערעדט צו דעם הייליגן יוד אין עם מסביר געווען אז טאקע ווייל אינטערנעט –''איז'' אזא שרעקעדיגע פראבלעם מיז מען מאכן א כינוס אויך פאר סאטמערע יודן, כדי אראפצושטעלן א פעסטע פיס קעגן די טומאה

 

די זעלבע הייליגע יוד האט געזאגט אז ער אליינס וועט בשום אופן נישט רעדן ביי דעם מעמד, ער דארף נישט די מייק אין זוכט נישט די כבוד, ווי דער הייליגער יוד דריקט זיך אויס כסדר "איך דארף נישט קיין דרשות אין קיין רעדנערס" (אין יודיש: איך בין נישט אינטערסירט צו בויען מיין איגא. כ'וויל כבוד שמים אין גארנישט מער)

 

די מעכטיגע כינוס האט אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו. די סוקסעס איז געווען עד אין לשער. די גאס האט געשטרעמט, אלע קהלות אין שטאט האבן באקאטירט די 'אפיצעלע' כינוס פין די זאליס, א געשטאפטע ציבור איז זיך צוזאמגעקימען צי הערן די דבר ה'

 

די זאליס האבן געזיכט עפעס נעבעכדיגע חיזוק אין זיי האבן געטראפן, אז ביים סוף פין די כינוס האט מען אויסגעריפן אז אדמו"ר מסאטמער פארופט א מאסן פראטעסט קעגן די שרעקעדיג גזירה פין גיוס בנים. כא כא כא, לוזערס... תיכף זענען זיי געקימען מיט פאשקעויוילן חוזק מאכן אז די פראטעסט קעגן די מדינה איז א טריק מיט וואס די אהרונים זענען יעצט אויפגעקומען אז מען זאל נישט רעדן פון די זאלי כינוס... (ווי קומט הודו צי כוש, אין פארוואס די אהרונים זאלן נישט וועלן רעדן פין די מעכטיגע זאלי מפלה ווייסט איין זאלי)

 

ניגון נאמבער 1!

 

ווי יעדער ווייסט זייער גיט אין סאיז שוין געשטאנען איבעראל, פירט שוין סאטמערער רבי פין פאר פסח א מערכה פאר כבוד שמים צו דורכפירן א פראטעסט, צוזאמען מיט די קנאישע ליטווישע קרייזן פון חדר פון בריסק און אויערבאך. די לעצטע פאר וואכן איז געווען צענדליגער טעלעפאן רופן אין פרעוואטע באזיכן צווישן די רבי מיט הרבנים רבי דוד סאלאווייטשיג, רבי אלי' בער וואכטפויגל און די אנדערע ליטווישע רבנים פון די קנאישע קרייזן

 

די סאטמערער רבי האט אנגערופן איצו גליק אין עם געבעטן ער זאל ברענגען די זאליס צום טיש. איצו, וואס איז שוין יארן מער נישט קיין פלעיער וויבאלד די אהרונים איגנארן אים און די זאליס (מרדכי בריל) נוצט סאכדעס נאמען סייווי אן עם פרעגן, האט זיך צוגעכאפט צו די זאך, אין אפילו געקימען צו פארן קיין מאנרא מיט א קוויטל, אלעס אבי ער זאל ווערן כשר ביי די אהרונים.  דאס איז געווען שוין נאכדעם וואס דער רבי האט פארקיקט אויף זיין כבוד אין פאר כבוד שמים געגאנגען אויף א מיטינג צו סאכדעס איבער די ענין פון מציצה בפה אין זיצן מיט אלע זיינע שונאים. במשך די פארלאפענע וואכן האט דער רבי געהאלטן הארציגע דרשות איינמאל אין נאכאמאל, ביהיינד די סינס האט ער גערופן רבנים אין איבערגעדרייט א וועלט צו מאכן א פאראייניגטע דעמענסטראציע, ווייל יעדער איינער ווייסט אז די בעסטע זאך פאר די מדינה איז אז די קנאים זענען צוקריגט אין צואמפערט אין קענען נישט קימען מיט איין מעסיטש, אבער די זאליס האבן אונטערגעהאקט די פיס איינמאל אין נאכאמאהל פארשטייט זיך פאר די זעלבע סיבה פון התחברות לרשעים.... יעדן טאג האבן זיי געהאט א אנדערע פראבלעם. דער איז נישט גיט יענער איז נישט גיט. קיין איין אהרוני טאר נישט רעדן, וכו'

 

למעשה האט זיך דערנענטערט די טאג וואס אלע  לויפן אין די קאנטריס אין סאיז געווען א סכנה אז די גאנצע פראטעסט זאל נישט ווערן. די רבי האט געזען אז די זאליס האלטן נישט ביי גארנישט האט ער בהתייעצות פון ר' אלי בער וואכטפויגל באשלאסן צו גיין אליינס, און טאקע אומר ועושה

 

ויהי ממחרת אין די זאליס האבן זיך געכאפט אז סאיז גארנישט קיין דזשאוק, נאר איז אויסגעארבעט מיט די ליטאים פון בריסק אין אויערבאכ'ס חדר, אין אויב זיי קומען נישט וועט זייער גאנצע לעגימיסי זיין אויף די ליין, האבן זיי זיך שנעל געכאפט בעת צרתם אין אנגעפאנגען צו רופן די רבנים אין עסקנים וועמען אדמו"ר מסאטמער האט געשיקט צו זיי, צו לייגן דריק אז זיי ווילן אויך קומען צום פראטעסט

 

ענק פארשטייען? נעכטן איז די פראטעסט געווען א טריק פין די אהרונים אז מען זאל נישט רעדן פון די זאלי כינוס, היינט קומען זיי פאלן כורעים זיך בעטן מען זאל זיי נעמען.

 

וואס האבן די אהרונים געענטפערט? בלא! קימטס נישט, אונז ווילן גיין אליינס ציזאמען מיט די בריסקער און אנדערע ליטווישע קנאים. עטס זענט אינגאנצן איבריג, קיינער וועט נישט וויינען נאך ענק

 

דא איז אבער נאכאמאל אריינגעקומען אין בילד דער הייליגער יוד אין געזאגט בכבוד גדול, זאלן די זאליס קימען! ער איז געגאנגען א סטעפ ווייטער אין אריבערגעגאנגען אין שטיב פון האדמו"ר מגאלאנטא, פון די זאלי קרייזן, אין עם פערזענליך איינגעלאדנט צי קימען רעדן (למען האמת איז די איינלאדענונג געמאכט געווארן שוין די נאכט נאכן כינוס)

 

א טעקסט מעסעדזש פארט ארויס אז "(ר') אהרן האט נישט קיין ברירה נאר מסכים צי זיין אז זיין ברידער רבינו שליט"א זאל קימען, אין אינז נאכגעגעבן אינזערע פארלאנגען. אין צו זיצען אינאיינעם מיט רעבין"

 

הערטס גיט, מסכים אז אינז זאלן קימען צי זיי!!!

 

האלט מיר ביי ניגון נאמבער 2

 

אבער דא קומט אינטער א פראבלעם מיט די קעלבער, די זאלי קיעלעך, וואס שרייען אין פארפירן אז רח"ל, מען טאר נישט גיין צו א אהרוני פראטעסט, ווייל.... ס'וועט הייסן ח"ו אז אונז שטעל מיר זיך צו צו די אהרונים אין צו אהרונים טאר מען זיך נישט צושטעלן, אפילו ווען סברענט א ביטערע פייער אין די ישיבות אין קיום המצוות איז אין א סכנה

 

די זאליס האבן צוריקגערופן אין געזאגט אז זיי ווילן קימען אבער בעטן מען זאל זיי געבן נאך עפעס פאוער, אז די קעלבעלעך זאלן זען אז סאיז נישט עכט די אהרונים, נאר ביידע זייטן מאכן עס ציזאמען

 

ווידעראמאל האבן די אהרונים געזאגט ניין אבער דער הייליגער יוד האט געזאגט, בכבוד גדול, ער איז מסכים אפילו אז די יו"ר זאל זיין איצו גליק און אז ר' בערל כ"ץ (נאך א רב מטעם הזאלוינים) זאל רעדן

 

די זעלבע הייליגע יוד האט זיך דערנאך אויפגעשטעלט אין פאבליק אין זיך משפיל געווען עד לעפר, זאגנדיג (עפעס וואס ער זאגט שוין עטליכע וואכן) אז ער דארף נישט קיין שום כבוד, ער וויל נישט קיין שום הנאה, ער איז נישט אינטערעסירט אין קיין אייגענע רעדנערס, ווייל די פראטעסט איז א מצוה אין ס'דארף זיין ריין לשם שמים. ער איז אפילו מסכים אז סאכדעס זאל לייגן צעטלעך, סיינס, אלעס וואס פעלט נאר אויס צו סטאפן א פילוג וואס קען נאר שעדיגן די מערכה

 

די זאליס האבן אנגעפאנגען צו זינגען ניגון נאמבער דריי, אז סאכדעס מאכט דעם פראטעסט אין די אהרונים שטעלן זיך נאר צו.... האלטס קאפ ווייל די ניגון גייט זיך נאך טוישן אפאר מאל

 

אבער די היץ קעפ ביי די זאלונים זענען נאך אלץ נישט רואיג ווייל מען האט געזען פיקטשערס ווי ר' שמואל ווידער אין ר' נפתלי משה אינדיג מיט די ען וויי פי די מאכן די ארענזשמענטס פאר די פראטעסט זונטאג (אפגעשטופט אויפ'ן פארלאנג פון גדולי הליטא וואס האפן נאך צו ארבעטן אז לעיקוואד זאל זיך צושטעלן), אין פעדעראל פלאזא, די ליגנט וואס די זאליס ווילן פארקויפן קלעבט ווי ארבעס צי די וואנט

 

אין דא איז ארויסגעקימען די צייטונג אין סאיז שווארץ געווארן פאר די ראשי הזלמונים צו זען מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אז נישט מער אין נישט ווייניגער נאר האדמור מסאטמער פאריפט די מחאה אדירה, די חברה זענען געווארן ווילד ווי משוגע, יעצט וועט דאך שוין קיינער נישט גלייבן די ליגנט אז סאכדעס האט פאריפן די מחאה אין די אהרונים שטעלן זיך פשוט צו

 

זענען די זאליס געקימען מיט א ווילדע פארלאנג אז זיי ווילן, נישט מער אין נישט ווייניגער, נאר דער מחרחר ריב בעל ה"ברבבותינו" וואס האלט קנאות'דיגע דרשות יעדע וואך אין ישיבה, נישט קעגן די מדינה אדער די אינטערנעט נאר קעגן אדמור מסאטמער שליטא (פשוט אויסצוגיסן זיין כעס אויף איינעם פארוואס די בחורים קימען נישט צום טיש און גיבן נישט קיין שבתך ומשענתך פאר זייער רבי'ן) אז ער זאל אויפטרעטן מיט א דרשה

 

יעדער בר דעת האט געוויסט אז מען קען נישט לאזן אזא ווילדן היץ קאפ רעדן ביי א מחאה אדירה פאר וואס אינזער רבי ארבעט שוין מיט בלוט אין שווייס פאר חדשים, אין די זאליס האבן דעס אויך געוויסט, אין וועגן דעם זענען זיי געקימען מיט אזא ווילדן פארלאנג, אזוי האבן זיי א תירוץ ארויסצובעקן פין די מחאה אין לייגן די שולד אויף די אהרונים. א פרישע טעקסט מעסעדזש פארט ארויס אז "ידינו מסולקת און אונז גייען נישט מיטן פראטעסט!"

 

(דער עולם באמערקט ווי די "ארגענאזירער" פון די פראטעסט בעקן אריין און ארויס, בשעת די "נאכשלעפער" אהרונים זענען בעובי הקורה די גאנצע צייט? די ליצנות איז דאך געוואלדיג. אן ארגענאזירער בעקט נישט ארויס, ער שיסט ארויס דעם נאכשלעפער וואס וויל זיך נישט צושטעלן!!!)

 

יעצט קומט ניגון נאמבער 4: די פראטעסט האט נישט מיט סאכדעס נאר מיט די ליטווישע רבנים פון שטיינמאנ'ס חדר. זיי האבן עס ארגענאזירט אין (ר') אהרן פראבירט פשוט צי נעמען די קרעדיט פאר זיך אין יעצט סטראשען שטיינמאנ'ס חברה אז זיי קימען נישט צום פראטעסט. (צו זאגן אזא טיפשות דארף מען זיין א.... זאלי. יעדער ווייסט אז ניטאמאל אין ארץ ישראל קען מען ברענגען שטיינמאנ'ס חברה צום טיש, אין שטיינמאן איז קעגן די אלע פראטעסטן. די ליטווישע רבנים וואס שטעלן זיך צו צו די מחאה זענען דווקא פון אויערבאכ'ס אין בריסקער חדר, וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום מעמד קידוש שם שמים אין ארץ ישראל. נאכמער, שטיינמאנ'ס מענטשן דוד באדנער אין שמעון גליק פירן א שטארקע מערכה אין נאמען פון שטיינמאן אז קיינער זאל נישט קימען צום פראטעסט אין מען האט אייביג געדארפט רחמים אפילו נאר אז רבני בית מדרש גבוה זאלן זיך צושטעלן, אין מען ווייסט נאך אלץ  נישט אויב זיי וועלן קימען)

 

איז אבער דא א הייליגע יוד אין מאנרא וואס מיינט כבוד שמים אין ער וועט נישט צילאזן אז אזא הייליגע מערכה זאל מעגליך אינטערגעבראכן ווערן דורך א פילוג אין ער האט געזאגט, וואס איז ענקער פראבלעם? איצו גליק, גאלאנטע, בערל כ"ץ איז נישט גענוג? סאכדעס סיינס נישט גענוג?

 

זייער פראבלעם איז, הערטס ווערטער, אז פה מפיק מרגליות הגאון ר"י ווייס שליט"א וואס איז שוין סייווי באוויסט פאר זיינע אינטערנאציאנאלע דרשות אין באבוב, פאפא, מונקאטש אין אנדערע קרייזין, גייט געבן א דרשה

 

ני עטס ווילטס א מנהל? ני זאג אזוי! זאל ר' נחמן שטויבער, מנהל ישיבת קווינס רעדן, והכל על מקומו יבא בשלום. נחמן איז א ת"ח וואס האט קיינמאל נישט גערעדט קיין מיאוס'ע דרשות. איי, ער באלאנגט צו די שונא'ס לאגער? מען וועט אויף דעם פארקיקן פאר כבוד שמים

 

ופני הזאליס חפו, ווייל קיין תירוץ האבן זיי מער נישט געהאט

 

יעצט איז געקומען ניגון נאמבער 5

נישט מער אין נישט ווייניגער, די ליטווישע רבנים ווילן אז נאר סאכדעס זאל פירן די פראטעסט (יעדער ווייסט דאך ווי מען גייט ביי זייערע קרייזן אין פייער פאר סאכדעס, אזאש פסח עסט מען דארט נאר סאכדעס זאלץ אין ציקער) אין די אהרונים האבן זיך צוגעשטעלט צי די ליטווישע רבנים

 

יעצט לאמיר איבערזינגען די פינעוו ניגונים, צוזאמען

 

ניגון נאמבער 1: מחאה פאריפן דורך (ר') אהרן וועגן די אהרונישע כינוס דורכפאל

 

ניגון נאמבער 2: מחאה פאריפן דורך (ר') אהרן אבער ער איז מסכים מיר זאלן זיך צישטעלן

 

ניגון נאמבער 3: מחאה פאריפן דורך סאכדעס, אהרונים מסכים זיך צו צישטעלן

 

ניגון נאמבער 4: מחאה פאריפן דורך שטיינמאנ'ס מענטשן שוין פאר פסח

 

ניגון נאמבער 5: מחאה פאריפן דורך רבי אלי' בער וואכטפויגל אבער ער וויל דווקא אז סאכדעס זאל עס פירן

 

ווער קען געסן וויפיל נאך ניגונים עס וועלן קומען די נעקסטע פאר טעג?

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2013 15:59 לינק ישיר 
עסקני סאטמער מיט NYPD סארדזשענט ריטשארד טעילאר ביי פעדעראל פלאזא ווי די פראטעסט גייט זיין





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2013 16:01 לינק ישיר 
מען מאכט די לעצטע פלענער פאר די גרויסע מעמד





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2013 16:03 לינק ישיר 
ספרא דדיינא ר' יצחק גליק שליט"א זיך געקימען קוויטלען ביי סאטמערע רבי





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2013 10:50 לינק ישיר 
ניגון נאמבער 1. קיין וואכטפויגל, קיין סאכדעס, קיין שטיינמאן, קיין "חדשים לאנג פארהאנדלונגען"





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2013 10:56 לינק ישיר 
ניגון נאמבער 2

"נאכדעם וואס אהרן האט געזען וואסא דורכפאל ער האט געהאט ביים כינוס. האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר מסכים צי זיין אז זיין ברידער רבינו שליט"א זאל קימען. אין אינז נאכגעגעבען אינזערע פארלאנגען. אין צו זיצען אינאיינעם מיטן רעבין."



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2013 11:00 לינק ישיר 
ניגון נאמבער 4

"ברעיקינג: התאחדות הרבנים זאגט פארן קרית יואלער רבי'ן: ידינו מסולוקת און זיי גייען נישט מיט מיטן פראטעסט!"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2013 11:03 לינק ישיר 
מודה אז די סיבה פארן וועלן חרוב מאכן די הייליגע מערכה איז וועגן די צייטונג האט געשריבן אז מהר"א פירט עס...

"עס איז אריינגעגאנגען אין "נייעס באריכט" א מודעה, אז קהל יטב לב פאררופט א פראטעסט פארן גאנצן כלל ישראל. ס'איז אויך ארויסגעקומען זייער פלאן פון רעדנער און א פלאן צו שפאצירן אויפן ברוקלין בריק. האט מען געזען אז דא איז דא איין מטרה: זיך צו בויען. ווייל אויב וויל מען די ליטווישע קרייזן, איז נישט מעגליך צו מאכן א מארש אויפן ברוקלין בריק ווען זיי ציטערן אז שטיינמאן זאל אלעס אפשטעלן, עס איז א פשוט אן אומ'אחריות'דיגער קינדישער שריט אזאנס צו מאכן. דאס איז איינס. צווייטנס אויב פירט דאס די התאחדות, וואו אין דער וועלט איז דא א ליסטע פון רעדנערס ווען מ'האט נאך אפילו נישט געמאכט א מיטינג דערויף, ווי פירט מען אזא הייקעלע מערכה אויף אזא קינדישן און נארישן וועג?"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2013 11:05 לינק ישיר 
ניגון נאמבער 3: סאכדעס האט פאריפן די מחאה אדירה. די אהרונים שטעלן זיך צו

@ClearlyTweets: BOOMING! Aroinim face fact they can't protest w/o Hisachdus Harabunim-Satmar They CANCELED wednesday protest & will join big protest sunday!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2013 11:09 לינק ישיר 
ניגון נאמבער 5: וואכטפויגל פארלאנגט אז סאכדעס מוז עס פירן!

"פריער אין אווענט האט הרה"ג ר' אלי בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבערג אנגערופן ר' אהרן פרעגן היתכן ער שטעלט זיך נישט צו צו די התאחדות ווי אפגעשמועסט, האט אהרן געענטפערט אז ער וויל יא נאר זיינע מענטשן זענען נישט מסכים. האט ר' אלי בער געענטפערט אז דאס קען מען ענטפערן אין די ליטא, ביי די חסידים ווייסן אלע אז וואס דער רבי הייסט פאלגט מען, און האט פארארדענט אהרן'ן זאל זיך יא צושטעלן צו די התאחדות אויב מיינט ער טאקע די טובת המערכה."



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די 5 ניגונים וואס די זאליס זינגען נאך זייער שרעקלעכע דורכפאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext