בית פורומים כל העולם כולו

אלעס איבער טאמפסאן/היינס פארמעסט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2013 05:48 לינק ישיר 
אלעס איבער טאמפסאן/היינס פארמעסט

שוין חדשים אויב נישט יארן וואס דער ציבור שרייט אז היינס איז א גענגסטער, א חי' רעה, אן אנטיסעמיט, א רשע מרושע, א צווייטער נחום ראזנבערג, און מען מוז אים ארויסרוקן פון אפיס.

עס זענען געווען אידן ביי אונז וואס האבן ווי געטרייע מיטגלידער פון אונזער קאמיוניטי מיטגעזינגען מיט יעדן דעם ניגון, און זיי האבן קיינמאל נישט געטוישט דעם טאן, אפילו יעצט.

מיט אפאר וואכן צוריק האט זיך עפעס די שטימונג געטוישט ביים עולם. די פאסטעכער וואס גייען ביים שפיץ פון די סטאדע שעף האבן אנגעפאנגען צו זינגען א נייעם ניגון אז טשארלס היינס איז אן אוהב ישראל און אז ער האט אלעמאל געהאלפן אידן, און ער איז אזוי פיין און שיין צו אונז, און אז קען טאמפסאן איז גאר דער שונא ישראל וואס איז נחום ראזנבערג'ס פרענד.

די לעמעלעך האבן געכאפט דעם ווינק און תיכף אנגעפאנגען צו שרייען מעעעעע מיט דעם נייעם טאן.

ב"ה אז נישט יעדער איינער איז א לעמעלע און עס זענען געווען די וואס זענען געבליבן קאנסיסטענט און פארגעזעצט צו זינגען דעם זעלבן ניגון וואס יעדער ביי אונז האט געזינגען די לעצטע דריי יאר.

אבער א גרויסער פּראצענט עולם איז יא אריינגעפאלן אין די פאסטקע וואס די פאסטעכער האבן אויסגעשטעלט, דער עולם וואס ליידט אויף שכחה האט פארגעסן אלעס וואס יעדער פון אונז האט גערעדט, אלע טוויטס וואס מען האט ריטוויטעד, אלע קאמענטס וואס מען האט געשריבן קעגן די אנטיסעמיטן ביי די אנטי-וויליאמסבורג אנטי-חסידים נייעסן, די אלע פאון קאלס מיט'ן אויסגעהאקטן ענגליש וואס מען האט געמאכט צו זאב ברענערס שאו ווען ער האט אינטערוויוד היינס אדער אַן אנדערן אנטי-חרדי, צו פארדאמען די אנטיסעמיטיזם, די גאל-שטיינער וואס מען האט געגעסן ווען היינס האט געזאגט אז חסידים זענען ערגער ווי די מאפיא, דער עגמת נפש וואס מען האט געליטן ווען היינס האט זיך אויפגעטאן אז ער האט ארעסטירט מער חסידים ווי וועלכער אנדערער דיסטריקט אטוירני, און פלוצלינג שרייט יעדער אז היינס איז גאר דער גוטער און פיינער. מען האט פארגעסן די אלע "מעשים טובים" וואס היינס האט געטאן פאר אזויפיל אידן במשך די יארן און ווי מען האט זיך געשוואוירן אז מען גייט קיינמאל נישט וואוטן פאר אים און ווי אלעמאל פאר די עלעקשאנס האט היינס דאך באוויזן צו באקומען אונזער שטיצע. מען האט פארגעסן ווי מען האט זיך געשוואוירן אז "דאסמאל" וועט היינס עס שוין נישט טאן מיט אונז, דאסמאל וועלן מיר שוין נישט פאלן ווי פערדלעך אויפ'ן שאך ברעט. דאסמאל וועלן מיר געדענקען וואס היינס האט געטאן און נישט גיין וואוטן פאר אים.

ס'איז מעגליך אז מיר האבן פארפּאסט אַן איינמאליגע געלעגנהייט ארויסצורוקן אַן אמטירנדן דיסטריקט אטוירני. (האפנטליך נישט, טאמפּסאן האט נאך אלעם א מעכטיגע שטיצע אינדרויסן פון די חרדי'שע געמיינדע). די קומענדיגע פיר יאר וועט מר. היינס ווייטער טאן קעגן אונז וואס ער האט געטאן קעגן אונז ביז היינט, מיט'ן חילוק אז דאסמאל וועט ער מער פון אונז קיין מורא נישט האבן פון עלעקשאנס ווייל ס'איז זיין לעצטער טערמין.

אבער איין זאך פארלאנג איך פון ענק, כאטש פון יעצט און ווייטער זייטס קאנסיסטענט, לאמיר זיך אונטערנעמען מער קיין פּיפּס נישט ארויסצורעדן קעגן היינס. ער איז אלעמאל געווען אונזער פריינד און וועט אלעמאל זיין אונזער פריינד. אויב איך וועל הערן פון איינעם פון ענק א קרום ווארט קעגן היינס וועל איך מוחה זיין דערויף בכל תוקף. חברה, ס'איז נישט שיין אז נאר פאר די וואלן דערמאנען מיר זיך אז היינס איז אונזער פריינד און פאר די קומענדיגע דריי יאר און אכט חדשים איז ער א וויסטער רשע און אנטיסעמיט. מען פירט זיך נישט אזוי אויף צו פריינד.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2013 17:52 לינק ישיר 

http://www.zingmit.com/joe-hynes-re-election-launch-has-opinions-flying/



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלעס איבער טאמפסאן/היינס פארמעסט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext