מ'לייגט אוועק
כ'פרעג יאנקל, וואס עפעס גייסטו אזוי צעלעכערט די בעקיטשע, אזש לעכער ביים ארעם און אונטער'ן ארעם...
איך האב א נייע, זאגט ער מיר, נאר כ'האב עס אוועקגעלייגט...
אוועקגעלייגט, אויף ווען? אויף שבת מברכים? אויף א חתונה גדולה? אויב כ'געדענק גוט, זאגסטו די זעלבע זאך אויפ'ן שיך, און אויפ'ן שטריימל. אזא שטריימעל פאסט זיך פאר קבלת שבת???
יודל, וואס איז די פלעסטיק אויפ'ן טלית בייטל?
דהיינו? כ'וויל נישט די פלושענעם בייטל זאל שמוציג ווערן.
א שטייגער אויף ווען האלטסטו עס ריין... אויף די לעצטע רגעים פאר די קויפסט דיר א נייע?...
בערל גייט שוין מיט א פלעסטיג אויפ'ן עטרה פונעם טלית. מה זאת? ס'זאל נישט שווארץ ווערן...
און ביים לעצטן וועג, וועט ער האבן א שיינעם טלית זיך איינצוהילען...? ממש אזוי!
יעדער לייגט אוועק פאר שפעטער, און פאר נאך שפעטער, און מ'געבט אכטונג – זייער פיין – אבער ווען נוצט מען דעם 'שיינעם' בכבוד'ן טייערן חפצא? ווען...
יעך ווייס איין זאך, אז מ'קויפט זאכן, אז מ'זאל עס אויסנוצן געזונטערהייט, און עס אויסוואקסן, און זאל עס טאקע ווערן גענוצט, און אויסגעריבן, און דאן קויפט מען א נייעם... אבער עס האלטן איינגעהילט אין פלאסטישן מאנטל? דעם עטרה דעם טלית, צוזאמען מיט'ן טלית בייטל – בייטל בתוך בייטל?...
און דעם חשבון גייט זרח ברוך און געציל מיט'ן אלטן שטריימל בעקיטשע, אז ס'זאל נישט ווערן חלילה גענוצט... ווייל ביים גרויסן חתונה, גייט ער אויסקוקן ווי א מלך... הא הא הא....
איך האב אייך נייעס צו פארציילן, אז ווער ס'גייט מיט א אלטן בעקיטשע שטריימל וכו' א גאנצען קיילכיגער יאר, קוקט אויס פסח ביים סדר – מיט זיין יו''ט שטריימל ווי א.... יא! א פארשטעלטער פיגור. נישט עלעגאנט בכלל.
כ'פארשטיי, אז די לעכער אינעם בעקיטשע פון ביידע זייטן, זכור ושמור, איז שוין אזוי... אבער אז דו האסט שוין יא א שיינעם אנצוג, פארוואס זיך ארומדרייען ווי א נצרך???
מ'לייגט אוועק, פאר'ן עתיד לא נודע...
אז דו האסט א שיינעם טלית בייטל, פארוואס עס בא'פלעסטיג'ען און באהאלטן? נוץ עס אויס... וועסטו קענען קויפן א נייע, און נישט ווי יענער וואס האט א פולע בוידעם מיט מתנות, ווייל ס'צו שיין און צו טייער צו נוצן, און ס'ליגט אין שטויב שוין זיבן שמיטות.
זאג נישט ביסט א אויסגערעכענטער, ניין, ביסט א קארגער – פאר זיך אליינס.