מ'קען אמאל ווערן פארצווייפעלט, ווען מ'האט פראבירט א געוויסע זאך, צו מ'האט יא געטון - נאר ס'האט נישט אנגעהאלטן לאנג. און דער מענטש ווייסט גוט ביי זיך, אז נישט ער איז דא שולדיג, און אפילו אויב יא...
וויאזוי קען ער ווייטער אנגיין, ווען עס קוקט אים אויס אז זיין ארבייט און אויך זיין מוהט איז צערינען און צונישט.
אבער, ס'נישט אינגאנצן אזוי, און אויך מעגליך אינגאנצן נישט אזוי.
ווייל א מענטש דארף געדענקן תמיד, אז וואס ער טוהט, און וויפיל ער טוהט איז 'הכל ריווח'!
וואס מ'האט שוין געטון, איז אויפגעטון - אויף א געוויסע זינען, אויב איז נישט געבליבן אסאך צו א דבר השלם, איז עס דאס אליינס וואס איז יא אויפגעטון, און כאטש די ערפארונג וואס מ'האט באקומען פון כאטש טון און נישט אויפגעבן.
און ס'דא אמאל וואס די הצלחה פון די קליינליכע התחלות, זעט זיך ערשט אן אין גאר לאנגע פעריאדען. און ס'קען זיין יארן, צו צענדליגע יארן, וואס עס נעמט צו זען א הערליכע בילד וואס האט זיך געפארעמט פון די אלע פעולות וואס מ'האט געמיינט אז ס'איז לאיבוד.
ס'נישטא די מענטש צו כח וואס זאל באשטעטיגן אז מ'קען אויפגעבן, בלויז דער מענטש אליינס.
שבע יפול צדיק וקם, איז סיי פאר א צדיק ביי רוחניות, און סיי א פאכמאן אין זיין ארבייט; וואס עס קען אים צומאל גיין אויף די געהירן, די איינע פאקט, אז א וועלט גולמים פארשטייען נישט צו זיין קונסט, אדער ווילן נישט פארשטיין ווייל זיי פלאקערן פון קנאה - איינפאכע אייפערזיכטיגקייט.
צו אזוי, צו אזוי, זעט ער נישט זיין הצלחה זאל אנהאלטן און ארויסקומען מיט גלאנץ. און דאס קען צוברענגן א געפיל פון אויפגעבן - פון פארצווייפלונג. ווייל מ'שפירט נישט מוטיג אנצוגיין מיט עפעס וואס איז נישט אנגענומען ביים ארום.
דאס איז די גורל פון היבש אסאך היסטארישע ערפונדען.
עס קען אדורכפאלן ביים מאכן, אדער ביים אפפערן, אדער ביים בלויז פראבירן. און ס'קומט צו די נישטיגע קריטיק פון ארומיגע אינעם שטח.
אבער אז מ'קוקט א ביישפיל פון איינס פון די גיגאנטישע און היסטארישע ערפונדונגען, זעט מען אז דווקא שטאפל ביי שטאפל איז די ערשטקלאסיגע וועג און שטייגער אז די זאך זאל זיך אויפבויען, סיי נאטורליך גוט, און סיי ס'זאל אנהאלטן מיט גליק און דויערהאפט - יארן אנע צאל.
וויפיל צייט, מוח, געלט, און כוח, דארף מען אריינלייגן אינעם נוקלעאר פראיעקט, אויב מ'וויל עפעס איינקלויבן און אויפטון. און פון איינס ביז צען קען נעמען אסאך צייט און כח, אבער אנדעם איז נישטא קיין אויסדויער.
אזוי קען מען קוקן אויך אויף דעם אייגענער הצלחה, אז די קליינע הצלחות, אדער התחלות, וואס זענען טאקע נישט אויסגעוואקסן צו גרויסע פעולות, אבער זענען נישט געגאנגען לטמיון בכלל נישט.
און ווער ס'האלט דעם אטעם, איז זוכה צוזען דעם גוטער ענדע, ווען ס'צאלט זיך אויס די מי און אפטאמיזעם ביום אחרון.