בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

לכבוד קוטשמע - אונזער מנהל משנה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/1/2004 23:58 לינק ישיר 
לכבוד קוטשמע - אונזער מנהל משנה

בלעטרנדיג אין אלטע פורומס האב איך פונקט אויפגעמישט אין חדשות בורו פארק ווילימסבורג אן אשכול "קוטשמא - kutchma".
לתועלת די חברים פאוסט איך דא א לינק דערצו.
האטס הנאה.

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=511509



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2004 01:01 לינק ישיר 

דער עולם האט נישט ליב קיין לינקס. ברענג אריין דעם גאנצן טעקסט. ס'איז טאקע אינטרעסאנט, און ברענגט אויף היבש נאסטאלגישע זכרונות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2004 01:09 לינק ישיר 

ווער געדענקט נאך די קאלטע נעכט
ווען קוטשמע איז געזצן ביז פארטאגס ביים קאמפיוטער ביי די שיין פין די לעכט

אנגעבויגן די ריקן פארקנייטשט די שטערן
געשאפט פרישע מעשיות אז שיינע ארטיקלעך זאלן דערפין ווערן

די קעלט אינדערויסן די גרויסע שנייען
געלאפן איז מען צו הייד פארק צו הערן די זיסע נאךווייען

אשכולות תגובות טענות מענות אין א הערה
אלעס געקניפט אין געבינדן פינקט ווי א בלעטל גמרא

ווי א אייגן קינד האט מען זיך מיט די פורום געטשאטשקעט
מיט א התלהבות ווי אין די ים התלמוד געפלאטשקעט

איינער האט געברענגט בילדער א צווייטע לאכעדיגע וויצען
אויף הייד פארק האט מען רוב טאג אן קיין פראלעם געקענט זיצען

ליידער וואס קען מען טיען עס זענען אנגעקימען די היצען
זעהט אויס אז ווען עס איז הייס קען מען קיין קוטשמע נישט ניצען
אנגעקימען זענען אזעלעכע וואס ווי בייזע הינט האבן מיט די ציין אין נעגל געטיען קריצען

ומפני חטאינו גלינו
או לנו אז אינז זענען פארשיקט געווארן מעל שולחן אבינו

עס בענקט מיר צירוק פי אלף
איך פיל מיך ווי א פארלוירענע כלב!!

ווי א כוואליע וואס האט נישט קיין יבשה ווי אריין צו קלאפן
לויף איך נעבעך ארום אין קען מיך נישט די אטעם כאפן

איך האב מיך נישט ווי אפצושטעלן כאפן א גלעזעלע משקה
מיין רוקען טיט מיר שוין וויי ווייל מיינע באשראבעכצער ליגען מיר אין טאשקע

איך קיק צירוק צו די אלטע פורום
ממש נישט צו גלייבן ווי עס איז געוורן אזא יורד אזוי ארעם

ווי א מדבר שמם נישט דא קיין נפש חי
הלוואי וואלט געקענט מקוים ווערן דעם השיבינו ואשיבה הלוואי

מיינע טרערן געווייקטע אויגן לאזן מיך שוין נישט זעהן
מיינע געפילן ווערן נתרגש ווען איך דערמאן זיך די גיטע צייטן וואס איז אמאל געוועהן

מיינע טייערע פריינד אזוי איז דאס לעבן
מען דארף אויסניצען יעדע געלעגנהייט וואס מען טיט אינז געבן

די הענט דארף אייביג זיין אפן
אין פאר די בעסטע ברויך מען אייביג האפן

איך ווינטש אייך פיל הצלחה וכל טוב
מזל שפע נחת וברכה לרוב

אייער אייביגע פריינד
קוטשמע



נ.ב. ביטע נישט נעמען צום הארצן…





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2004 01:11 לינק ישיר 

נאך א אשכול "אוי, קוטשמע, קוטשמע, ווי ווייט ביזטו?? "

רעב_חסיד
קוטשמע, קוטשמע, ווי ווייט ביזטו,
הייד-פארק, הייד-פארק, וואו געפאלן ביזטו
וואלט קוטשמע נאך דא געווען
וואלט הייד-פארק פיל אינטערסאנטער געווען,

אוואו ביזטו, גענונג געשלאפן,
דיר צו זעהן צוריק טוען מיר האפן,
ס'קומט שוין באלד ס'ריקט זיך שוין אונטער,
מ'דארף שוין אנגרייטן די קוטשמעס אויף ווינטער,

נו, קומט צוריק אפיר,
דאס פלאץ איז נישט צום דערקענן אן דיר!

חדשות בארא פארק האט פארלוירן דעם גלאנץ
מען לאזט נאר שרייבן אויב מען איז א שוואנץ

חדשות וויליאמסבורג געפעלט אויך נישט זייער
די קריגעריי און אטאקעס ברענט ווי א פייער

חדשות ניו יארק דערווייל איז די לידער
קומט שוין צוריק ווידער

אפשר וועסטו דא ווערן צוריק נתגלה
און פארשאפן הנאה ווי אמאל פאר אלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > לכבוד קוטשמע - אונזער מנהל משנה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext