אט די ווערטער האט זיך דער רבי פון 770 אמאל געטון אויסדריקן אויף חסידים שוטים וואס האבען געטון נארישע מעשים מיינענדיג אז דאס איז חסידות.
פארוואס שרייבן מיר די דאזיגע ווערטער.
עס איז שוין באלד פאראיבער א וואך וואס עטליכע פארשוינען - לאפעצעס וואס דער טאג איז זיי לאנגווייליג - האבען געטין HIGHJACKING חדשות אנ"ש, עס גייט ניט אדורעך עטליכע מינוט וואס איינע פון די חברה זאלען ניט אנפירקלען גאנצעטע אשכולות וועגען די צוויי אחים.
מען שרייבט דארט מיט אזא ברען מיינענדיג אז מיט דעם ראטעוועט מען גאנץ אידישקייט. אנגעהויבן האט עס זיך ווען איינער פון די ברודער האט מחליט געווען אז ער פארט קיין מאנרוי אויפן וויקענד. זאפארט האבען די שישקעס פון ביידע זייטן ארויסגעלאזט צי די ארבעט און אנעהויבן צי טראפאייטערן זייערע קאמפיין לאזאונגען מיינענדיג אז דאס איז אידישקייט און חסידות. די איינציגסטע זאך וואס מיר קאנען זאגען אויף זיי איז "דאס פיצל קינד מיטן ווייסן בארד" מען קאן האבען א ווייסע בארד אבער זיין א פיצעל קינד.
נשלח ב-1/2/2004 06:26
וואס זאגסטו און וואס פארציילסטו, וואס ווילסטי פארציילען מיטן גאנצען פזמון פון דעם פין 770, יעדער געדענקט נאך זיינע מעשים אין פארברענגען די נארישקייטען וואס ער פלעגט דארט ציזאם רעדען שעות אריכות, געב נאר א קיק אן זיינע חסידים די משחיסטן, סתם פאריקטע וואס גלייבן נאך אז ער לעבט גאר, אין פארצייל זיי דיין חכמהדיגע ווערטל פין "דעם פיצל קינד מיטען ווייסן בארד"
תוקן על ידי - jewboy - 01/02/2004 9:52:10
נשלח ב-1/2/2004 07:59
יצמח:
אן אריינגיין אין וויכוחים, היט דיך דיין שמוציג פיסק!!!ן
די לובאוויטשער רבי האט מיט דיר נישט געפאשעט אין איין שטאל, ובכל אופן ווערסטו נישט ארויפגעקיקט קיין כי הוא זה ווען די עפנסט דיין לאך אין קאפ קעגן איינער פין די גרעסטע גדולים פין די פארגאנגענעם דור, ער ברויך נישט דיין הסכמה, אין אויב האבן זיינע מעשים דיך נישט געפאלן וויש דיך אפ די נאז אין הולך ווייטער, די פארשטייסט אוודאי אז קיין שכר וועסטו דערפאר נישט קריגן, איז מה לך ולצרה הזאת, ווער ביסטו אריינצושטעקן דיין קאפ צווישן די גרויסע בערג?
איך וועל אויך זאגען א ווארט פין א רבי, מען האט פארציילט פארן סאטמאר רבי אז אין קראון הייטס האט מען געהאלטען א פארברענג און ציווישען אנדערע האט מען דארט גערעדט פין דער כהן גדול וואס איז געווארן א צדוקי נאך 80 יאר, דארט אין 770 האט מען זיך אזוי אויס געדריקט מיינענדיג דעם סאטמאר רבי, האט זיך דע סאטמאר רבי צישמייכלט אין געזאגט צי ווערן א צדוקי נאך 80 יאר האט מען שוין געהערט אבער פארקערט צי זיין א צדוקי 80 יאר אין דערנאך ווערן א כהן גדול דאס נישט וד"ל.
נשלח ב-16/3/2004 04:43
איך מיין אז דער אשכול איז יעצט מער רעלעוואנט ווי אלעמאל
די קינדער האבען זיך צולאסט
נשלח ב-16/3/2004 08:04
יצמח:
אהן קיין אריכות, איך בין בכלל נישט קיין ליבאוויטשער, אבער דאס קען איך יא זאגען אויף אייך, מען זעהט ממש בחוש אז "שמא קגרים" איך רעדט דאך ווי א "יצמח"
ווייל אהן אריינגיין אין וויכוחים, איז אמאהל זיכער אז דער רבי מליבאוויטש איז נישט געווען פארנומען אויפ'ן אינטרנט ווי אונז, אויך איז ער נישט געווען פארנומען פארזיכערן א רבי'סטווע פאר זיינע קינדער, און אוודאי איז ער נישט געווען פארנומען אוועקלייגען מיליאנען דאלער פון קוויטל געלט פון די ימי אלול פאר זיינע אור אייניקלעך
במילא לאמיר זיך בעסער האלטען דאס מויל ריין ווען דערמאנען נעמין פון אזעלכע רבי'ס וואס האבין געווידמעט טאג און נאכט - שווערע צענדליגער יאהרן - צו מחזק זיין אידישע נשמות צו די אמונה שלימה, דורך זאגען שעות אריכות מאמרי תורה וחסידות, און אזוי אויך מיט רעדען פריוואט צו יעדע איד וואס האט זיך געוואנדען צו זיין טיהר, נישט קיין חילוק צו יענע האט יא געהאט א פאר מיליאן פון גיגנבעט געלד צו נישט, זאל עס אפילו זיין א פשוט'ע רוסישע איד וואס איז נארוואס געקומען פון די שיף קיין אמעריקא, צו יעדעם איינעם האט ער ארויס געוויזען אהבה וחיבה יתירה, און זיינען מוסדות האבין געזארגט פאר יעדען דורש ומבקש בגשמיות וברוחניות "דאס איז היינט יעדער איינע מודה בפה מלא"
במילא איז נישט פאסיג מיר זאלען דן זיין די שוואכקייטן פון אזעלכע מנהיגי ישראל.
נצור לשונך מרע
סליחה
נשלח ב-16/3/2004 15:24
האמתלחוד
כולי עלמה מודין?
מצד שני וויל איך אויך נישט באשמוצען קיין עדה בישראל
נשלח ב-16/3/2004 16:08
ר' yeedle
כ'האב נאכגעקוקט דיינע מאמרים און געזעהן אז מיר שטימען רובא דרובא, במילא וואלט איך נישט געוואלט דאס מאהל זיין מחולק אויף דיר,
ע"כ וועל איך נאכאמאהל קלאר שטעלען מיין פונקט:
איך גיי נישט אריין און באשמוצעןקיין שום עדה בישראל מיט זייער שוואכקייטן, איך האב נאר געצילט מיינע ווערער בנוגע "יצמח" וואס האט ביליגערהייט אהנגעגריפען א מנהיג ישראל וואס "לכו"ע האט מקריב געוען צענדליגער יאהרן פארן רוחניות וגשמיות פון אנדערע יודען", און נישט פאר אנדערע ביליגע אדער פערזענליכע חשבונות. (עס איז אפילו באקאנט פון גאר פארלעסליכע קוועלער אז דער סאטמארער רבי זצ"ל איז נישט געווען ניחא אז "דער איד" זאל אהנגרייפען דעם רבי'ן און מנהיג פון ליבאוויטש איבער געוויסע שוואכקייטן, אויך טאקע צילוב דעם וואס למעשה איז ער איז עוסק און מקרב זיין (אויף זיין אופן) אידן צו אידישקייט), און דאס איז געווען מיין עיקר ציל מיט מיין שרייבען צו "יצמח".(לאמיר נישט אדרעסירן שוואכקייטן פון יעדע עדה קדושה בישראל, ווייל קיינער איז אהנגעקומען צו אלעם בשלימות)
yeedle לאמיר בלייבען גוטע פריינט
אויב ביזט דו מחולק אויף דער נקודה, ביטע שרייבען צו מיר אין תיבה אישית
א דאנק
נשלח ב-17/3/2004 01:07
האמתלחוד (אויסער דעם אמת) און דיין גאנצע חברה.
איך וואלט ענק אן עצה געגעבן צי ווערן אן ארכילאג אין גיין זיכען דעם פארגאנגענעם טאג, עס האט ענק גענימען א היפש שטיקעל צייט אבער עס איז געלאנגען, מען האט נאך א פאר חדשים ענדליך ארויסגעגראבן דעם אשכול.
אינטערעסאנט אז יעדער שרייבט אז ער וויל נישט פירן קיין וויכוחים, נאר זיי ווילען שרייבן די "גדלות" פון "קרני הוד תורה" (קראון הייטס), זעהט אויס אז פון אמת האבען זיי מורא.
נשלח ב-17/3/2004 03:03
טייערע "יצמח"
ביסט גערעכט איך האב פשוט פארגעסען
"אל תוכח לץ"
אבער איך האב נישט קיין חרטה פאר די צייט וואס עס האט גענומען צו שרייבען מיינע פאר שורות, ווייל אזוי האבין עכ"פ אנדערע געקענט זעהן און מכיר זיין דעם "אמת-לחוד" און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון דברי ליצנות ווי א "יצמח"
ביטע "יצמח" זיי נישט בייז אויף מיר
דער וויכוח איז דא געשלאסען
נשלח ב-18/3/2004 03:12
וואס איז געשלאסן?
ווען האט זיך דער וויכוח אנגעהויבן אז עס שליסט זיך? די שרייבסט אז די פירסט נישט קיין וויכוחים, אין פליצלונג ענדיגט זיך דער וויכוח נאך פאר עס האט זיך אנגעהויבן!!! נישט דא ווער עס זאל לאכען.
נשלח ב-18/3/2004 03:18
...
נשלח ב-28/4/2004 07:21
יא עס איז שוין ווידער צייט צו דערמאנען די לאפעצעס און זונדיגע עלעמענטן פון אונגארישן אפשטאם וועלכע טיען זיך מערסטענס געפינען אין וויליאמסבורג און אין מאנרוי אז דא איז ניט דער אָרט אויס-צו גיסן אייער מיסט גייט אייך צו איינע פון די מערערע סאטמארע פורמים און שיט דארט אויס אלע זבל...
זייענדיג די נאכט פון ג' תמוז און קרואן הייטס האב איך דארט געפונען אינזער באליבטער שרייבער הרב ראטצער, ממש איך מיז דיר זאגען א חב"דסקער מיט אלע פיטשיווקעס און זאגט נאך מאמרים פונעם רבי מיט אלע קנייטשען.
איך האב מיט עם גערעדט א לענגערע צייט וועגן הייד פארק אין ער האט זיך זייער אפגערעדט אויף די סאטמערע [אונגערישע עפ"ל] וואס דערגייען עם די יארן אבער ער האט מיר פארזיכערט אז ער וועט זיך נישט לאזן און ער וועט ווייטער שרייבן זיינע ווערטליך.