דעם שבת איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מבני ברק אויפגעשטאנען פון שלאף, און באגאסן מיט א קאלטע שווייס האט ער דערציילט פאר די שטוב מענטשן, אז זיין שווער הרה"ק מדעעש זי"ע איז אים געקומען און חלום, און געפרעגט היתכן ער לאזט צו אז זיין איידעם ר' אהרן טייטלבוים זאל אריינפירן די גרעסטע עדה קדושה בישראל אין ערכאות. און אויב הרה"ק מדעעש זי"ע זעהט דאס צו אין הימל, זעהט דאך עס אוודאי אויך זיין טאכטער הרבנית הצדקנית מרת לאה'טשע ע"ה. די וויזניצער שטוב מענטשן האבן גלייך געלאזט וויסן הרבנית הצדקנית מרת סאשע תליט"א איבער די חלום און זי האט צוגעזאגט אז זי וועט עס איבערגעבן דעם רב שליט"א. די יודעי דבר זאגן אז דאס איז די סיבה וואס קרית יואל גייט לעצטנס איין צו גיין צו דין תורה.
איר וועט זיכער געפונען א רייכע באשרייבונג איבער די חלום אין "דער בלאט"... פאלגט נאך אויף ווייטערע חלומות
נשלח ב-1/2/2004 21:12
מ'האט שוין געהערט אזאנס אז מענטשן זאל חלומ'ען ביינאכט
מ'האט שוין געהערט דערפון אז מענטשן האבן געזען זיו קלסתרו פון זייער טאטן
אבער אז מענטשן זאלן חלומ'ען בהקיץ הערט מען זיינער ווייניג
מ'האלט שוין 4 יאר וואס אהרן טייטלבוים חלומ'ט בהקיץ, ער לעבט און א פאנטאזיע אז ער וועט זיך זעהן צוריק ביים רידער פון די וויליאמסבורגער קהלה.
וואס קען איך עם טאן אז ער חלומ'ט.
נשלח ב-1/2/2004 21:13
א מוראדיגער מעשה!!!!
אגב
דער ויזניצער רבי האט געקענט זיין שווער?
נשלח ב-1/2/2004 21:39
וואס האטזיך דער דעשער רבי דערמאנט יעצט? וואו איז ער די לעצטע פיר יאר?
אפשר איז דער וויזשניצער רבי נישט געשלאפן די לעצטע פיר יאר?
נשלח ב-2/2/2004 00:21
דער בלאט איז טאקע א מומחה אויף די סארט מעשיות אין פיש מעשיות
נשלח ב-2/2/2004 00:32
דער וויזשניצער רבי שליט"א האט שוין גראדע געזאגט זיין מיינונג פאר עטליכע וויזניצער חסידים פון ניו יארק, ווען זיי זענען געווען ביי א באזוך ביים רבי'ן אין בני ברק, און עס איז אריינגעקומען אין שמועס אז אין ניו יארק קריגט זיך אהרן דעם רבי'נס איידעם ווייל ער דארף גאנץ סאטמאר.
זעט אויס אז דער וויזשניצער רבי ווייסט נישט אז ביי אהרן איז א גאנץ יאר פורים, און ביי אים איז אלץ גילטיג דער "וכל זה איננו שוה לי", ווי ביי המן אין דער מגילה.
נשלח ב-2/2/2004 02:29
דער דעשער רבי האט דאך געקענט קומען צום סאטמאר רבי'ן און חלום, וואס דארף ער קיין קיין ארץ ישרא' אין חלום צו זיין שווער...
אגב איז כדאי אז די צוויי רבי'ס זאלן זיך צוזאם טרעפן אין חלומ'ען אינאיינעם..
נשלח ב-2/2/2004 03:58
ער וועט שיקן זיין אייניקל ר' בעריש מייזליש זיך טרעפן מיט שוואגער דער קיט"ל בקר"י רב
נשלח ב-2/2/2004 04:15
וואס איז די חידוש? עס איז די ערשטע מאל וואס עטס הערטס וועגן חלומות? יוסף90, פעשי און אפרים שטערן קומען כמעט יעדן טאג אין חלום איינער צום אנדערן, און זייערע חלומות ווערן שפעטער פארעפנטליכט דא אויף היידפארק
נשלח ב-2/2/2004 04:22
למשל א חלום אז ר' זלמן לייב איז רב אין סאטמאר אין וויליאמסבורג
למשל א חלום אז סאטמאר האט א ישיבה אין וויליאמסבורג
למשל א חלום אז סאטמאר האט א ערליכן "מחנה דברי יואל קעמפ"
וכו' וכו' וכו'
נשלח ב-2/2/2004 16:51
פעשי -
- ער וועט שיקן זיין אייניקל ר' בעריש מייזליש זיך טרעפן מיט שוואגער דער קיט"ל בקר"י רב? מ'רעדט דא פון אן אנדערע דעעשער רבי. א געשוויסטערקינד.
נשלח ב-3/2/2004 01:24
לויט דעם חשבון וועט הרבנית הצדקנית מרת לאה'טשע ע"ה בקרוב קומען אין חלום צו איר באליבטער איידעם אהרן