דער ערשטער יענקיס געים
די ניו יורק יענקיס האבן היינט געשפילט דעם ערשטן געים וואס אונזערע היימישע אידן האבן געקענט מיטהאלטען. ביז יעצט איז נאך נישט געווען א געים אויסער שבת, און אלע היימישע יענקי פענס האבן ארויסגעקוקט אויף דעם היינטיגען טאג, ווען די יענקיס האבן געשפילט אנטקעגן די פיטסבורג פיירעטס. די ענקיס זענען ארויס מיט א 5 איבער 3 געווינס. דער געים איז געשפילט געווארען אין לעג'ענד פיעלד, פלארידע. אלע צוהערער זענען אוועק מיט א מורא'דיגע התרוממות און א רישומא דקדושה. עס איז ערווארטעט אז דער ציבור הרחב וועט אויפנעמען די קומענדיגע געימס מיטן זעלבען פרישקייט און חשק.
|
|