|
|
| נשלח ב-21/3/2004 23:14 |
|
| |
דזשיגוטער ווי אזוי פילט זיך יעצט דיין רבי בנציון וואס איז דער מצב?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2004 23:36 |
|
| |
שור שנגח אין באבוב איז נישט אזוי ווי אין סאטמער
אין סאטמער איז דא צוויי זכרים וואס גלוסטען איבערצונעמן די סאטמערע מקואות און בתי מדרשים
אין באבוב איז דא איין ממלא מקום ממילא איז עס פשוט אז מ'רעדט פון רבי בן ציון ווייל מ'וועט אים דאך סייווי נאכלויפן די פארענטשעס וועלן סייווי זיין געפאקט ארום יעדע ריר וואס ער וועט זיך געבן
די חתבנ"ן ווייסען אז זיי קענען קיין מנין נישט האבען, ממילא וועלן זיי אפילו נישט פרובירען.
ער איז ווייניגער שמוציג פון אהרן מיט זלמן לייב צוזאמען
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 25/06/2006 23:12:08
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2004 23:44 |
|
| |
מ'האט אינגאנצן פארגעסן פון באבאווער רב גייטס זאגטס תהלם
שור שנגח את הפרה
זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2004 23:51 |
|
| |
גערעכט איז געווען רבה"ק מסאטמער אז בטלה תורת החסידות
ווער האט געגלייבט אז אזעלעכע ביליגע יונגען וועלן ממלא מקום זיין רבה"ק מסאטמער
א וואונדער ער האט זיך אזוי אויסגעדריקט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2004 00:09 |
|
| |
ר' יושע רובין וועט אויך נעמען א חלק
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2004 02:59 |
|
| |
אזווי בעריש
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2004 03:06 |
|
| |
וויזוי קעמען רעדן אזעלעכע שטותים
ס'איז אזווי צוצוגלייעכן דעם בעלזער מיט'ן מכניבקה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2004 03:56 |
|
| |
לכבוד ר' דישיגוטער:
מיר האבין זיך שוין א לאנגע צייט נישט געשריבען, אלזא לאמיר ווי גוטע פריינט זיך אדורך ליפטערען אייער שטעלונג, וועל איך און נאך לייענער און שרייבער דא זיך בעסער פארשטיין מיט אייער שרייבעכטס וואס איז אסאך מאהל ווי א חידה סתומה.
איך וועל זיך אפשטעלן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, (ואין כוונתי לפגוע בכם באופן אישית):
א) איר שרייבט: הגה"צ רבי בן ציון די ברידער פון הרה"צ וכו' מהרנ"צ = שטעלט זיך די פראגע איז ביי אייך טאקע מהרב"צ א גרעסערע גאון ווי אחיו הגדול כ"ק מהרנ"צ, אויב ווייסט איר פרטים און חילוקים און זייערע ידיעות התורה ביטע שרייבט ארויס.
ב) איר שרייבט: פון אלע זייטען זענען זיך צוזאמגעלאפען אינגעלייט פון אלע מנינים פון די געגנט ארום, הערנדיג די הייליגע שטימע פון רבין זצ"ל = שטעלט זיך די פראגע צו זענט איר טאקע קיינמאהל און אייער לעבען נישט געווען און באבוב צו הערן דעם רבי'ן זצ"ל וואס כו"ע מודי האט געהאט א הייליגע הייזעריגע שטימע, בזמן וואס זיין זוהן הגה"צ הרב הצעיר האט גאר א שיינע הערליכע שטימע, אבער וועגען הייליגקייט ווער רעדט דען יעצט? סך הכל איז ברור אז קיינער האט ביי ר"ח בענטשען נישט געהערט די הייליגע שטימע פון רבי'ן זצ"ל .
ג) אזוי אויך איז זיכער אז די זקני חסידים האבין זיך נישט דערמאנט די הייליגע שטימע פון מהרב"צ הראשון מבאבוב זצ"ל, ווייל כידוע האט ער געהאט גאר א הייליגע שטימע, און איז זיין קול איז טאקע געווען גאר שיין עד להפליא, אבער עס איז געווען א סאך דיקער, וואס האט זיך אויך געהערט אסאך אסאך ווייטער און העכער ווי די שיינע הערליכע שטימע פון זיין אייניקל הגה"צ הרב הצעיר מבאבוב שליט"א. (אויב האט איר טאקע יא געהערט פון איינע פון די זקני חסידים אזוי, ביטע שרייבען זיין נאמען, מיר זאלען איהם דירעקט קענען פרעגן אונזער תמי').
ד) איר שרייבט: די צובראכענע חסידים טרייסטען זיך אבער אז די רבי האט כאטש איבערגעלאזט נאך איין זוהן וואס קען דערווייל ווען די רבי איז קראנק אהנפירן די רביסטווע און ארויסהעלפן די חסידים אין אלע זייערע געברויכן. = ערשטענס: ביטע ערקלערט אונז צו זענט איר אזוי נאריש זיך איינצורעדען אז די חסידים האבין זיך געטרייסט בעת צרתם מיט דעם אז הרב הצעיר מבאבוב שליט"א פירט רבי'סטווע ווילאנג דער רבי איז קראנק.... צווייטנס: ביטע אויפקלערען וואס רעכנט איר, וויפיל פון די טויזענטער חסידי באבוב טרייסטען זיך מיט דעם אז הרב הצעיר דבאבוב שליט"א העלפט זיי ארויס מיט זייער פערזענליכע געברויכען? האט ער טאקע א שייכות מיט דעם ציבור הכללי פון באבוב, צו אפשר מיינט איר נאר די הילף צו געציילטע משפחות וואס זענען דורכגעלאזט געווארן דורך די קאמענדאנטן אז זיי מעגען אהנגערופען ווערן נאנטע מקורבים ווייל זיי האבן דעם שטר יוחסין וואס פעהלט אויס צו דעם...?. און יעצט צירוק צו די פליאה.. ??טויזענטער חסידים האבין זיך געטרייסט מיט דעם וואס ער העלפט זיי יעצט מיט אלע געברויכען יעצט בעת דער הייליגע רבי שליט"א איז מוטל על ערש דווי ??, אתמהה!! און וועלעכן ביהמ"ד דאווענט איר בכלל.
ה) מר דישיגעטער: בואו ונחשוב חשבונו של עולם, אפשר גאר אלעס וואס איר שרייבט אויפ'ן חשבון פון די טויזענטער חסידים איז גאר אייער פארזענליכער קשר מיט'ן רב הצעיר שליט"א, על כן ביטע שרייבט עטליכע פערזענליכע נאטיצען פון וואס פאר א גוטס איר טוט געניסען ברוחניות און בגשמיות פון די אזויגערופענע רבי'סטווע וואס איר פראקלאמירט אז דער רב הצעיר דבאבוב שליט"א פירט, און העלפט ארויס און אלע געברויכען פאר די חסידים בעת ווען אחיו הגדול דער רב שליט"א לרפו"ש איז נישט בכח צו פירען כמקדם. איז ער אפשר צו אייך צוגעקומען מפעם לפעם און זיך אינטרעסירט און אייער טעגליכען געברויכען, אדער וועגן אייער רוחניות'דיגע מצב, אויב יא, וויפיל מאהל?, ווייל אויב זענט איר יא מקורב צו איהם דארפט איר לויט מיין ידיעה גוט וויסען אז ער זוכט נישט צו משפיע זיין און פירען רבי'סטווע ביי די עדה קדושה בעת ווען דער שרביט ההנהגה איז ביי זיין הייליגן עלטערן ברודער לרפו"ש, און ווי ער האט טאקע גערעדט בתוך דברי ההספד נאך די מטה פון זיין הייליגן טאטען זצ"ל ברוב עם.
ו) לסיום הדברים וויל איך נאכאמאהל שרייבען דברי הבהרה: הגאון הצדיק דער רב הצעיר פון באבוב שליט"א איז זייער א טייערע און חשוב'ע תלמיד חכם און בנן של קדושים, א געטרייע זוהן איז ער געווען פאר זיין הייליגן טאט'ן און פארשידענע ענינים ווי ס'איז באקאנט, און איז געבליבען שטארק דבוק צו זיין הייליגן טאטען זצ"ל און איז מפרסם זיינע תורות ביי זיינע שיינע שיעורים, אבער פינדעסוועגען ווען איר הייבט אהן צו שטורעמען - פרעפלען - פלוידערן - שומפען וועגן הנהגה - רבי'סטווע - מאסן וואס ווארימען זיך - נעמען ברכות וכדומה, מאכט איר נעבעך סתם א חוזק פון איהם אליין, און אסאך עגמ"נ ווערט נגרם פון דעם. קיינער דאנקט אייך נישט פארדעם וואס איר פארסמאקעוועט איהם מיט אזויפיל דעמאגאגישע ליצנות - איינער וואס איז נישט קיין אדמו"ר באשרייבט מען נישט מיט עניני הנהגה און אדמורי"ת חוץ אויב מען וויל חוזק מאכן פון איהם כאילו ער חלש'ט פאר רבי'סטווע. די אלע וואס האבן אויפגעשפילט דעם שפיל האבין גורם געווען אסאך עגמ"נ, ווייל אנדערע האבן זיך טועה געווען אז דאס האט א שייכות מיט'ן רב הצעיר, און איינס האט געפירט צו צווייטען ביז צו עגמ"נ וכו'.... עס איז זיכער שביעת רצונו פון הרב הצעיר שליט"א אז אזויגערופענע גוטע ידידים ווי אייך זאלען איהם נישט גורם זיין קיין עגמ"נ וחילול ה', און זיך אפהאלטן פון שפילען דעם פייער שפיל.
נאכאמאהל זאל באטאנט ווערען אז דער רב הצעיר שליט"א אליין און די גאנצע באבובער משפחה צוזאמען מיט אלע טויזענטער חסידים זענען כפוף תחת מרותו פון כ"ק מרן אדמו"ר פון באבוב שליט"א ה' ירפאהו ויחלימהו במהרה, וואס ער שטייט במשך די לעצטע צענדליגע יאהרן כולם שווים לטובה בראש הנהלת מוסדות באבוב בכל המקומות ברוחניות ובגשמיות , והוא יוליכנו לקראת משיח צדקינו ב"ב.
נ.ב. נאכן שרייבען דאס אלעס, האב איך געטראכט אפשר זענט איר פונקט אזוי קלוג ווי מיר, און איר ווייסט דעם אמת פונט ווי א יעדער איינער, נאר אפשר גאר האט איר טאקע עפעס א טיפע שנאה אקייגען הגה"צ דער רב הצעיר, במילא ווילט איר מעורר זיין א ביטערע געלעכטער אויף זיין חשבון, כדי זיך נוקם צו זיין אויף דעם וואס אפשר האט ער אייך קיינמאהל נישט אנערקענט כראוי, אדער אפגעגעבן דעם כבוד וואס איר האט זיך אהנגעמאסטען אז ער דארף אייך צוטיילען, במילא שרייבט איר אפ אזעלכע אינטערעסאנטע קאמישע ארטיקלען, ביליג צו מאכן דעם כבוד און עהרע און רעספעקט צום רב הצעיר שליט"א. אויב דאס איז עס..., אפעליר איך צו אייך מיט דאס פאלגענד: עס איז נישט רעכט צו האלטן און היטען אלטע שנאות און חשבונות, נאכדעם וואס באבוב'ער חסידים גייען דורך אזויפיל עגמת נפש און צער, איז דאס אוודאי א צייט וואס רוב חסידים ווילן אהנהייבען א נייע בלעטל, און איינער וויל מכבד זיין דעם אנדערן כראוי, גלייבט מיר מען קען אייביג פארגוטיגען אויף אומרעכט וואס איז אמאהל געשעהן במזיד או בשוגג, אלעס קען ווערן פארגעסען, על כן לאמיר זיך ברודער אלע גוט לעבן בשלום בשלוה.
בכבוד רב ובהוקרה
(ווער ווייס אפשר קענין מיר זיך אפילו)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2004 04:21 |
|
| |
קודם נאך פאר איך ליין אייערע מאמרים ווייס איך אז איר פארשטייט שווער זאכן ספעציעל ספעציעל ווען איך האב געשריבן אז דאקטוירעם רעדן זיך אפ אז אלע מאכערס שוערן זיי האט איר נישט פארשטאנען
יעצט:
איר שרייבט
איר שרייבט: הגה"צ רבי בן ציון די ברידער פון הרה"צ וכו' מהרנ"צ = שטעלט זיך די פראגע איז ביי אייך טאקע מהרב"צ א גרעסערע גאון ווי אחיו הגדול כ"ק מהרנ"צ, אויב ווייסט איר פרטים און חילוקים און זייערע ידיעות התורה ביטע שרייבט ארויס.
ווי קומט אהער ידיעות התורה
ב) איר שרייבט: פון אלע זייטען זענען זיך צוזאמגעלאפען אינגעלייט פון אלע מנינים פון די געגנט ארום, הערנדיג די הייליגע שטימע פון רבין זצ"ל = שטעלט זיך די פראגע צו זענט איר טאקע קיינמאהל און אייער לעבען נישט געווען און באבוב צו הערן דעם רבי'ן זצ"ל וואס כו"ע מודי האט געהאט א הייליגע הייזעריגע שטימע, בזמן וואס זיין זוהן הגה"צ הרב הצעיר האט גאר א שיינע הערליכע שטימע, אבער וועגען הייליגקייט ווער רעדט דען יעצט? סך הכל איז ברור אז קיינער האט ביי ר"ח בענטשען נישט געהערט די הייליגע שטימע פון רבי'ן זצ"ל .
מ'רעדט דא פון כ"ק מהרב"צ הי"ד
ג) אזוי אויך איז זיכער אז די זקני חסידים האבין זיך נישט דערמאנט די הייליגע שטימע פון מהרב"צ הראשון מבאבוב זצ"ל, ווייל כידוע האט ער געהאט גאר א הייליגע שטימע, און איז זיין קול איז טאקע געווען גאר שיין עד להפליא, אבער עס איז געווען א סאך דיקער, וואס האט זיך אויך געהערט אסאך אסאך ווייטער און העכער ווי די שיינע הערליכע שטימע פון זיין אייניקל הגה"צ הרב הצעיר מבאבוב שליט"א. (אויב האט איר טאקע יא געהערט פון איינע פון די זקני חסידים אזוי, ביטע שרייבען זיין נאמען, מיר זאלען איהם דירעקט קענען פרעגן אונזער תמי'
וואס?
) איר שרייבט: די צובראכענע חסידים טרייסטען זיך אבער אז די רבי האט כאטש איבערגעלאזט נאך איין זוהן וואס קען דערווייל ווען די רבי איז קראנק אהנפירן די רביסטווע און ארויסהעלפן די חסידים אין אלע זייערע געברויכן. = ערשטענס: ביטע ערקלערט אונז צו זענט איר אזוי נאריש זיך איינצורעדען אז די חסידים האבין זיך געטרייסט בעת צרתם מיט דעם אז הרב הצעיר מבאבוב שליט"א פירט רבי'סטווע ווילאנג דער רבי איז קראנק.... צווייטנס: ביטע אויפקלערען וואס רעכנט איר, וויפיל פון די טויזענטער חסידי באבוב טרייסטען זיך מיט דעם אז הרב הצעיר דבאבוב שליט"א העלפט זיי ארויס מיט זייער פערזענליכע געברויכען? האט ער טאקע א שייכות מיט דעם ציבור הכללי פון באבוב, צו אפשר מיינט איר נאר די הילף צו געציילטע משפחות וואס זענען דורכגעלאזט געווארן דורך די קאמענדאנטן אז זיי מעגען אהנגערופען ווערן נאנטע מקורבים ווייל זיי האבן דעם שטר יוחסין וואס פעהלט אויס צו דעם...?. און יעצט צירוק צו די פליאה.. ??טויזענטער חסידים האבין זיך געטרייסט מיט דעם וואס ער העלפט זיי יעצט מיט אלע געברויכען יעצט בעת דער הייליגע רבי שליט"א איז מוטל על ערש דווי ??, אתמהה!! און וועלעכן ביהמ"ד דאווענט איר בכלל.
ווי שטייט אז איין יוד טאר נישט העלפן פאר'ן צווייטען
ה) מר דישיגעטער: בואו ונחשוב חשבונו של עולם, אפשר גאר אלעס וואס איר שרייבט אויפ'ן חשבון פון די טויזענטער חסידים איז גאר אייער פארזענליכער קשר מיט'ן רב הצעיר שליט"א, על כן ביטע שרייבט עטליכע פערזענליכע נאטיצען פון וואס פאר א גוטס איר טוט געניסען ברוחניות און בגשמיות פון די אזויגערופענע רבי'סטווע וואס איר פראקלאמירט אז דער רב הצעיר דבאבוב שליט"א פירט, און העלפט ארויס און אלע געברויכען פאר די חסידים בעת ווען אחיו הגדול דער רב שליט"א לרפו"ש איז נישט בכח צו פירען כמקדם. איז ער אפשר צו אייך צוגעקומען מפעם לפעם און זיך אינטרעסירט און אייער טעגליכען געברויכען, אדער וועגן אייער רוחניות'דיגע מצב, אויב יא, וויפיל מאהל?, ווייל אויב זענט איר יא מקורב צו איהם דארפט איר לויט מיין ידיעה גוט וויסען אז ער זוכט נישט צו משפיע זיין און פירען רבי'סטווע ביי די עדה קדושה בעת ווען דער שרביט ההנהגה איז ביי זיין הייליגן עלטערן ברודער לרפו"ש, און ווי ער האט טאקע גערעדט בתוך דברי ההספד נאך די מטה פון זיין הייליגן טאטען זצ"ל ברוב עם
מ'דערקענט פון אייער שרייבן אז איר האט זיך דורכדגערעדט מיט'ן רב הצעיר וועגן די רביסטעווע און ער האט אייך געזאגט אז ער וויל נישט פירן
צווייטענס מ'רעדט דא פון אחריות אז די טאטע וואס האט געגערינדעט א הויף און די ברודער איז נישט אויף דער וועלט אפילו זיין גוף איז נאך דא
טאר ער נישט ארויסווייזען א קשר מיט מענטשן און פרובירן צוצוהעלפן וויפיהל ער קען
אז מ'וויל אזוי פון הימל מ'זעהט קלאהר אז די דור איז נישט ווערט צו האבן א רבי וואס איז נאך ]ונדערהיים דארף מען זיך מקבל זיין אן אמעריקאנער
ער מעג טראכטן ביי זיך אז ער וועט נאך אמאהל זיין א רבי
ו) לסיום הדברים וויל איך נאכאמאהל שרייבען דברי הבהרה: הגאון הצדיק דער רב הצעיר פון באבוב שליט"א איז זייער א טייערע און חשוב'ע תלמיד חכם און בנן של קדושים, א געטרייע זוהן איז ער געווען פאר זיין הייליגן טאט'ן און פארשידענע ענינים ווי ס'איז באקאנט, און איז געבליבען שטארק דבוק צו זיין הייליגן טאטען זצ"ל און איז מפרסם זיינע תורות ביי זיינע שיינע שיעורים, אבער פינדעסוועגען ווען איר הייבט אהן צו שטורעמען - פרעפלען - פלוידערן - שומפען וועגן הנהגה - רבי'סטווע - מאסן וואס ווארימען זיך - נעמען ברכות וכדומה, מאכט איר נעבעך סתם א חוזק פון איהם אליין, און אסאך עגמ"נ ווערט נגרם פון דעם. קיינער דאנקט אייך נישט פארדעם וואס איר פארסמאקעוועט איהם מיט אזויפיל דעמאגאגישע ליצנות - איינער וואס איז נישט קיין אדמו"ר באשרייבט מען נישט מיט עניני הנהגה און אדמורי"ת חוץ אויב מען וויל חוזק מאכן פון איהם כאילו ער חלש'ט פאר רבי'סטווע. די אלע וואס האבן אויפגעשפילט דעם שפיל האבין גורם געווען אסאך עגמ"נ, ווייל אנדערע האבן זיך טועה געווען אז דאס האט א שייכות מיט'ן רב הצעיר, און איינס האט געפירט צו צווייטען ביז צו עגמ"נ וכו'.... עס איז זיכער שביעת רצונו פון הרב הצעיר שליט"א אז אזויגערופענע גוטע ידידים ווי אייך זאלען איהם נישט גורם זיין קיין עגמ"נ וחילול ה', און זיך אפהאלטן פון שפילען דעם פייער שפיל.
נאכאמאהל זאל באטאנט ווערען אז דער רב הצעיר שליט"א אליין און די גאנצע באבובער משפחה צוזאמען מיט אלע טויזענטער חסידים זענען כפוף תחת מרותו פון כ"ק מרן אדמו"ר פון באבוב שליט"א ה' ירפאהו ויחלימהו במהרה, וואס ער שטייט במשך די לעצטע צענדליגע יאהרן כולם שווים לטובה בראש הנהלת מוסדות באבוב בכל המקומות ברוחניות ובגשמיות , והוא יוליכנו לקראת משיח צדקינו ב"ב.
קודם כל אויף איינמאהל ווערט איר א מעטנש פון די רב הצעיר וויזוי עס איז גורם פאר אים עגמת נפש
די אינטערנעט איז א רשות הרבים ווער עס וויל נישט זאל נישט קוקן ווער עס וויל נישט זאל זיך זעצן אין א כולל זעהן ווי זאוי מ'פארברענגט די צייט אין כולל
צווייטענס איר באנוצט אייך מיט זייער שיינע לשונות וואס דאס איז זעלטן ווען געזעהן געווארן
און די וויכטיקסטע זאך אז ווען נישט אייך וואלט מען נישט געוויסט אונטער וועמען די באבאווער משפחה און חסידים זענען כפוף
.ב. נאכן שרייבען דאס אלעס, האב איך געטראכט אפשר זענט איר פונקט אזוי קלוג ווי מיר, און איר ווייסט דעם אמת פונט ווי א יעדער איינער, נאר אפשר גאר האט איר טאקע עפעס א טיפע שנאה אקייגען הגה"צ דער רב הצעיר, במילא ווילט איר מעורר זיין א ביטערע געלעכטער אויף זיין חשבון, כדי זיך נוקם צו זיין אויף דעם וואס אפשר האט ער אייך קיינמאהל נישט אנערקענט כראוי, אדער אפגעגעבן דעם כבוד וואס איר האט זיך אהנגעמאסטען אז ער דארף אייך צוטיילען, במילא שרייבט איר אפ אזעלכע אינטערעסאנטע קאמישע ארטיקלען, ביליג צו מאכן דעם כבוד און עהרע און רעספעקט צום רב הצעיר שליט"א. אויב דאס איז עס..., אפעליר איך צו אייך מיט דאס פאלגענד: עס איז נישט רעכט צו האלטן און היטען אלטע שנאות און חשבונות, נאכדעם וואס באבוב'ער חסידים גייען דורך אזויפיל עגמת נפש און צער, איז דאס אוודאי א צייט וואס רוב חסידים ווילן אהנהייבען א נייע בלעטל, און איינער וויל מכבד זיין דעם אנדערן כראוי, גלייבט מיר מען קען אייביג פארגוטיגען אויף אומרעכט וואס איז אמאהל געשעהן במזיד או בשוגג, אלעס קען ווערן פארגעסען, על כן לאמיר זיך ברודער אלע גוט לעבן בשלום בשלוה.
איך האב געמיינט אז איך האב מיר אנגענומען פאר'ן רב הצעיר יעצט זעה איך אז איר רעכענט אז איך האק ליצנות איך מוז אייך זאגן אז איך בין קאמפעלמירט און ווען איך דארף אנכאמאהל אנהייבן ווייס איך נישט צו איך וואלט ווען געקענט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2004 04:42 |
|
| |
איין זאך
דא איז נישט רוסלאנד און איך וועל שרייבען וואס איך וויל
אבער ס'איז אינטערעסאנט זעהט אויס אז מ'איז צופיהל אריינגעטוהן אין גשמיות קעמען נישט פארשטיין קיין פשוטע ווערטער
אז איר דארפט אטאקירן וואס האט מען שוין געשריבן פשוטע נייעס
נישט אלעס איז דער בלאט
דא גלייבט מען יעדע ווארט
ווען איך בין די רב הצעיר וואלט איך הנאה געהאט
|
|
|
|
|