בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די מצב פון באבאווער רבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/3/2004 20:57 לינק ישיר 

די מצב איז פאר א שעה צעריק געווען זייער קריטיש די בלוט פרעשור פון רב איז זייער געפאלן מען האט צעזאם גענומען אלע כולל יונגערלייט פון כולל אין אלע בחורים פון די מתיבתא און אלע קינדער פון חדר און מען האט געזאגט תהלים יעצט איז אנגעקומען א בשורה טובה אז די מצב איז שוין סטעיבל זאל די אויבשטער ווייטער העלפן

תוקן על ידי - 48street - 18/03/2004 21:10:17

תוקן על ידי - 48street - 18/03/2004 21:11:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2004 22:01 לינק ישיר 

היינט ביינאכט 7:30 פארן ארויס די גאנצער באבובער עולם פון ביהמ"ד 15 עוו קאר. 48 סט. צום בית החיים ביים ציון פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל מעורר רחמים צי זיין פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א די מנין תהלים וועט זיך אנהייבן 8:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2004 22:10 לינק ישיר 

ביי צדיקים האט מען געוואוסט אז אין אזעלעכע צייטען פאהרן מען נישט צו קיין טאטען מעורר רחמים זיין

וד"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2004 22:13 לינק ישיר 

" די גאנצער באבובער עולם "

דאס מיינט כולל יונגעלייט מן הסתם

ווייל די האסט דיך נישט אדורכגעשמועסט מיט טויזענטער מענטשן היינט נאכט

ווי זענען די אלע געווען ביז היינט ווען די רב איז אוועקגעפאלען דריי מאהל א טאג

ווען מ'איז געקומען א ערב ר"ח איז געווען קוים א מנין
אפילו אין א שיינע SUNDAY

יעצט פאהר מען נישט צו קיין ציון

עולם הפוך ראיתי

תוקן על ידי - דישיגוטער - 18/03/2004 22:14:05



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2004 01:35 לינק ישיר 

לויט לעצטע באריכטן איז די בלאט שוין גרייט מיט אלע ארטיקלען אלעס איז גרייט אין קאמפיוטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2004 02:23 לינק ישיר 

דישיגוטער שרייבט
<די מצב אין באבוב איז קריטיש>

19:48 18/3/2004
טויזענטער אידן אלע תלמוד תורה קינדער און כוללים האט מען שנעל גערופן זאגן תהלים

DEVELOPING.....
----
21:39 18/3/2004
סטעבעלאזירט
----
1:50 19/3/2004
יעצט קומען ארויס פרישע באריכטען אז די רבי האט בכלל צוטוהן מיט די לינגען אהן די אנצינדונג
----
1:57 19/3/2004
אזוי ווי ס'שטייט ביי שלמה המלך ששים גבורים סביב לה געפונען זיך ארום די בעט פון הרה"ק מבאבוב און מ'לאזט נישט צוה די געהעריגע סערוויס און די דאקטוירעם רעדן זיך אפ שטארק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2004 02:50 לינק ישיר 

עס איז נישט אמת וואס די שרייבסט אז מען לאזט נישט צי קיין דאקטוירם צום רב מען לאזט נאר נישט צי סתם מענטשען וואס דרייען זיך דארט. בכלל האט קיינער נישט וואס צי זוכן אין שפיטאל ביים רב חוץ משפחה צי גבאים אבער די דאקטוירם קענען ציקומען ווען זיי ווילן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2004 07:26 לינק ישיר 

יעצט ביינאכט איז געווען א גרויסער התעוררת ביים ציון פון רב ז"ל קודם האט הרה"צ ר' יהושע רובין שליט"א חדב"ן געגעבן א דרשת התעוררת ער האט געבעטן אז די זיידע די רב ז"ל זאל גיין צוזאמען מיט די אנדערע זיידעס די קדושת ציון די ערשטער רב ר' מאיר נתן די דברי חיים ר' דוד קשאנובער די ר' ר' אלימלך די ר' ר' זושא און די בעל שם טוב מעורר רחמים זיין ביים כסא הכבוד און בעטן פאר די גאנצער רפואה פון רבינו שליט"א דערנאך האט האט מען געזאגט 18 קאפיטליך תהילים פון קפ' צ' ביז ק"ח נאכדעם די פסוקי דרחמי נאכדעם האט הרה"ג ר' חיים דוד בלום שליט"א געהאלטן א דרשה אין האט מעורר געווען וועגן רעדן ביים דאווענן און ביים ליינען און אז מען זאל קומען אין צייט ערב שבת צי מנחה און שבת אידערפרי צי שחרית און און דעם זכות וועט עס זיין א רפואה פאר רבינו שליט"א דערנאך האט מען געזאגט דעם יהי רצון עס האט ממש בוקיע רקיעים געווען זאל די אויבשטער העלפן אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2004 08:16 לינק ישיר 

די רעדן ביים דאווענען איז געפערליך

אבער די וואס זענען מיטגעפאהרן זענען נישט די וואס רעדן
מ'וואלט עס שוין לאנג געדארפט מתקן זיין מ'קען ממש נישט דאווענען אין דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2004 08:25 לינק ישיר 

גערעכט איז דישיגוטער

מען וואלט טאקע געדארפט רעדען זייער שארף וועגען דעם ווען די שמועסער הערען די אזהרה פון שתיקה יפה בשעת התפלה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2004 08:30 לינק ישיר 

"עס איז נישט אמת וואס די שרייבסט אז מען לאזט נישט צי קיין דאקטוירם צום רב מען לאזט נאר נישט צי סתם מענטשען וואס דרייען זיך דארט. בכלל האט קיינער נישט וואס צי זוכן אין שפיטאל ביים רב חוץ משפחה צי גבאים אבער די דאקטוירם קענען ציקומען ווען זיי ווילן"


סתם מענטשן שטערן פאר די דאקטוירעם נישט אז ס'איז נישט אמת דאס רעדן זיך די דאקטוירעם אפ

אוי די קאפ די קאפ

תוקן על ידי - דישיגוטער - 19/03/2004 8:30:28



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2004 08:33 לינק ישיר 

חדשות:
12 געלע באסעס און נאך צענדליגע אוטאס פול מיט חסידי באבוב (א סך הכל פון לערך 700 מענטשען) זענען ארויסגעפארען צום באבאבער ביה"ח מתפלל זיין ביים ציון הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל פאר די רפואה שלימה פון זייער ליבען רבי'ן, רבי נפתלי צבי בן בלומא רחל שליט"א
אויך זענען געזאגט געווארן הארצרייסענדע התעוררות דרשות דורך חדב"ן הרב ר' יהושע ראבין שליט"א און פון הרב ר' ח"ד בלום שליט"א
די תפלות זענען געווען מיט גרויס ברען און עס האט בוקע געווען רקיעים, און ממש אויפגעוועקט אלע ישיני עפר
יה"ר די תפלות זאל געהערט ווערן לפני שוכן מרומים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2004 15:58 לינק ישיר 

די באביטשקעס פון באבווער קהל האבן זיך מקבל געווען דעם שבת צו צינדען ליכט אפאהר מינוט פריער
יא מיר מיינען די אלטע גאליציאנער נשים צדקניות דערנאך וועלן זיך די בחורי חמד זעצן לערנען שעות רצופות און זיך משתתף זיין מוצ"ש ביי די מלוה מלכה פון פעטער יונתן וואס גיבט נישט אויף

אזוי אויך ווערט געמאלדן וועלן די באביטשקעס מנדב זיין פארן ראש הכולל די צדקה

אין די אפיס פון באבאווער כולל עקזעסטירט נישט נאר די מלוכה מלכה כאילו ס'וואלט קיינמאהל גארנישט געשעהן

דער ראש הכולל וואס צאהלט נישט פאר 85 % פונעם כולל מאכט א מלוה מלכה ווי ער גייט פאמפן וועגן א כולל פון איבער 200 יונגעלייט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2004 17:43 לינק ישיר 

הרה"צ רח"ד בלום פארפירט געפערליך נעכטן אז די אמת איז ווי איז יעדער געווען ביז יעצט
די עולם האט מיטגעוויינט מיט אים א מעמד וואס איז זעלטן געדענקט אין באבוב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2004 17:48 לינק ישיר 

ציטוט דבריו:
אונז זענען מיר געקומען בעטן אלס שליחים פון באבאווער חסידים אין די גאנצע וועלט אזוי ווען בחיים חיותו ווען מ'איז אריין צום רב ז"ל אפילו א פרעמדע איד האט ער יעדעם אויפגענומען מיט אזא חביבות יעצט זענען מיר געקומען דא צום רבי'ן בעטן פאר זיין אייגענעם זוהן
די אמת איז מיר זענען שולדיג אין דעם ווי זענען מיר געווען די אלע יאהרן
די גמ' זאגט אז רבי האט געזאגט עליונים מבקשים את רבי ותחתונים איז ווען ס'קומט ארויף אזא נשמה אויף יענע וועלט פרייען זיך די עליונים אבער מיר דארפן אים דא האבן כו'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די מצב פון באבאווער רבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.