בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די מצב פון באבאווער רבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/3/2004 19:33 לינק ישיר 

אזוי ווי נאך די דרשות התעוררת פון הרה"ח ר' חיים דוד בלום שליט"א אז מען זאל קומען אין צייט ערב שבת צי מנחה האט די וועד הרוחני דקהל שערי ציון ד'באבוב אויף געהאנגען גרויסע מודעה צעטליך אז מנחה וועט זיין 6:20 בדיוק און אויך אז מען וועט זאגען הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו פסוק ביי פסוק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2004 20:30 לינק ישיר 

צו הערן נייעס פון באבוב קלינגט די קומענדיגן #

2129906444 option# 1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2004 20:54 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איים סארי פאר די פארשפעטונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2004 20:57 לינק ישיר 

מצורף קובץ

כנ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2004 20:58 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2004 21:42 לינק ישיר 

מצורף קובץ

לכבוד שבת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א בבגדי שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2004 23:50 לינק ישיר 

"איים סארי" פאר די פארשפעטיקונג

יאָר WEL קאָם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2004 23:54 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די רבי אנקומענדיג קיין ניו זשירזי צום ציום הק'

תוקן על ידי - דישיגוטער - 19/03/2004 23:55:04



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2004 00:12 לינק ישיר 

מצורף קובץ

רבינו זצ"ל תש"ו חוהמ פסח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2004 00:13 לינק ישיר 

מצורף קובץ

רבינו זצ"ל בבגדי שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2004 00:19 לינק ישיר 

מצורף קובץ

רבינו לעצטן שלש סעודות ביים בענטשן

תוקן על ידי - דישיגוטער - 20/03/2004 0:19:43



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2004 00:22 לינק ישיר 

מצורף קובץ

רבינו זצ"ל ביי שלש סעודות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2004 00:33 לינק ישיר 

דברי תורה פון רבינו שליט"א
מורי ורבותי איך בין א שליח טאטן זאל לעבן איך זאל מיך משתתף זיין ביי די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון זיידן ז"ל הי"ד לעצטע וואך דאנערשטאג ביינאכט האט די טאטע זאל לעבן מיך אריינגערופן און מיך געהייסן אהער קומען ס'איז ביי מיר געווען אזא איבערראשונג ס'מיר געקומען אזוי אומערווארטעט מ'האט פון מיר פארלאנגט איך זאל אהער קומען דא, איך האב אינדערהיים א גרויסן עול און אוועקצופארן אזוי פון איין טאג אויפ'ן צווייטן איז כמעט מן הנמנע בכלל איז היינט ביי אונז זייער א שווערע צייט מסתם האט עטס געהערט אינגעלייט מוטשען זיך זייער און דאס פילט זך זייער אין די הנהגה פון די מוסדות כ'האב מיך אנגעהויבן צו בעטן אז ס'איז נישט קיין מציאות זאגט מיר די טאטע זאל לעבן איך וואלט געווען בכח וואלט איך געהאט די יכולת וואלט איך געפאהרן איך קען נישט פאהרן וויל איך אז די זאלסט פאהרן און פארשטייט זיך אז נאך אזעלעכע ווערטער זעהט עטס דאך אז איך בין דא.

כ'האב געזעהן אין מדרש רבה אויפן פסוק אין די וואכענדיגע סדרה ד' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים לרוב דער פסוק ווערט געדרשנט אין מדרש אויף כמה וכמה אופנים איין אופן איז דא אמר ר' אבא עדיף להיות במחיצתן של צדיקים יותר ממלאכי השרת בפשטות פארשטייט מען די מדרש אז צדיקים זענען אין א גרעסערע מדריגה ווי מלאכים אבער וואו איז דער המשך צודעם פון דעם פסוק וואס ר' אבא זאגט עס אויפן פסוק ד' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים לרוב, נאר אפשר קען מען זאגן אזא הסבר די וועלט פרעגט ס'איז דא א סתירה פון צוויי מאמרי חז"ל איין מאהל זאגן חז"ל קשה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלקינו און אין מדרש איכה שטייט קשה מיתתן של צדיקים יותר משריפת בית אלקינו שנאמר ואבדה חכמת חכמיו ובינת נבוניו אפשר קען מען זאגן די רמב"ם פסקנט אין הלכות בית הבחירה אפילו ער פסקנט טאקע אז קדושה ראשונה קידשה לשעתה ולא קידשה לעתיד לבוא אעפ"כ דער מקום המקדש איז געבליבן בקדושתו אפילו נאכן חורבן קען זיין זטייט נאך אפילו שכינה לא זזה משם איז פארוואס טאקע שכינה לא זזה משם נאר חז"ל זאגן כל הלומד תורת עולה כאילו הקריב עולה קומט אויס אז אפילו די ביהמ"ק איז בעונותינו הרבים חרוב געווארן אבער די אלע דיני המקדש האבן ווייטער א המשך ס'קען קומען א איד און לערנען תורת עולה און ס'איז כאילו ער איז אין ביהמ"ק און איז מקריב תורת עולה.

אונז זאג מיר אין נוסח פון די סליחות זאגט מען ואין לנו שיור רק התורה הזאת קען זיין אז די כוונה איז דא צוזאגן אז אפילו דעמאלטס ווען ס'איז נישט דא קיין ביהמ"ק אבער ואין לנו שיור רק התורה הזאת אז מ'קען לערנען די הלכות וואס דעמאלס איז עס גערעכנט כאילו הקריב עולה, ממילא איז פארדאס איז נישט בטל געווארן די קדושת המקדש אפילו נאכן חורבן הבית ווייל דער ענין וואס איז געווען די פעולה פון ביהמ"ק וואס א איד וואס האט געהאט א חטא און ער איז געקומען און האט מקריב געווען א קרבן און ס'איז נתכפר געווארן אידן האבן געזעהן ווי די כהנים האבן געדינט דעם אייבירשטען זענען זיי נתעורר געווארן צו דינען השי"ת מ'איז דורך די ביהמ"ק נתקרב געווארן צום באשעפער און דאס איז אלעס ווייטער געבליבן די תוה"ק גיבט אונז די זעלבע אופנים וואס די ביהמ"ק האט אונז געגעבן קומט אויס איז ווייטער דא דער ענין פארדאס איז דער קדושה נישט בטל געווארן און אפשר קען מען זאגן אז ס'איז נפטר געווארן א צדיק און ער האט נישט איבער געלאזט נאך זיך קיין תלמידים קיין ממשיכים וואס לערנען זיין תורה וואס דינען דעם אויבירשטיין לפי ההדרכה וואס ער האט זיי מדריך געווען וואס דעמאלס איז עס שקולה יותר משריפת בית אלקינו ווייל ביים ביהמ"ק איז דאך יא איבער געבליבן די קדושה און ממילא איז עס ערגער שנאמר ואבדה חכמת חכמיו פון דער מענטש וואס האט געדינט דעם אויבירשטן אבער דער צדיק וואס האט איבער געלאזט נאך זיך א תורה שלימה און א הדרכה און ס'איז ווייטער דא אידן וואס דינען דעם אויבירשטען און ווערן מקורב צום השי"ת דורכ'ן כח פון די השפעה וואס ער האט איבערגעלאזט איז עס דעם זעלבן צוגלייך צום ביהמ"ק וואס בעו"ה איז עס טאקע חרוב געווארן אבער די פעולה ווערט ווייטער געטוהן דער צדיק איז טאקע אוועק גענומען געווארן אבער די פעולה וואס ער האט געטוהן בחייו דארף ווייטער צו האבן דעם המשך איז עס כשריפת בית אלקינו.

ס'איז איבער הונדערט יאר וואס דער עלטער זיידע ז"ל האט מייסד געווען די ערשטע ישיבה אין גאליציע אבער דער אמת איז אז נישט בלויז א ישיבה האט ער דארט מייסד געווען דארט האט זיך אנגעהויבן א נייע דרך ווי אזוי אויפצושטעלן חיילים למקום וויאזוי מדריך צו זיין אידישע קינדער אויפצושטעלן אינגעלייט לשם ולתפארת נאך די פטירה פון עלטער זיידען האט די זיידע ז"ל די בעל ההילולא נישט נאר ממשיך געווען די עבודה פון עלטער זיידען נאר נאך אסאך מער מפיץ געווען און אריינגעלייגט זיין גאנצן כח זיין גאנצן מהות זיין גאנצן וועזן אין מחנך זיין אידישע בחורים ער איז א מנהיג ישראל ער האט אוועק געגעבן אסאך צייט פאר די הנהגה פון כלל ישראל ער איז געווען א פועל ישועות און ער האט אוועק געגעבן אסאך צייט פאר אידן מיט פארביטערטע הערצער וואס האבן געדארפט א ישועה אבער דער גרעסטער כח פון די גרעסטע צייט און דאס מערסטע צייט האט ער אוועק געגעבן פאר אידישע אינגלעך און פאר בחורים'לעך און מ'האמער געזעהן די פירות וואס זענען דארט ארויס געוואקסן מ'דארף דאך נישט צו זאגן אז גאליציע איז געווען א מקור תורה ס'איז געווען נאך אסאך ישיבות ווי מ'איז געזעצן און געלערנט ס'איז געווען נאך מקומות ווי עס זענען געוואקסען חסידישע בחורים אבער דאכט זיך מיר אז דעם אופן די מזיגה נפלאה ווי מ'קען דאס אנרופן מ'איז ארויס געקומען א בחור א למדן א ירא שמים א בר דעת און נישט געבלאזן פון זיך בעל מדות ובעל דרך ארץ מיט א איידעלן אידישן חן אמת'דיגע יראי השם האט מען בלויז אין באבוב בבחי' יכירון כי הם זרע ברך ה' ווער ס'האט געזעהן די באבובער בחורים האט נישט געדארפט צו פרעגן ווער זיי זענען מ'האט זיי דערקענט זייער לערנען זייער דאווענען זייערע התנהגות בעונותינו הרבים איז אנגעקומען ביטערע טעג ימי צער ווען ס'איז אומגעקומען די זיידע ז"ל מיט רוב רובם פון די תלמידים וחסידים דער מצב פון שנת תש"ה האט אויסעגעזהן אזוי וויסט מ'האט נישט געגלייבט אז מ'וועט נאך האבן א קיום אויף די וועלט.


כ'האב געזעהן די ילקוט אליעזר זאגט אז ווען דוד המלך האט מקונן געווען אויף שאול המלך האט ער געזאגט דריי מאהל האט ער געזאגט איך נפלו גיברוים און יעדעס מאהל מיט א שטיקל שינוי דאס ערשטע מאהל שטייט איך נפלו גיבורים די צווייטע מאהל שטייט איך נפלו גיבורים בתוך המלחמה און דאס דריטע מאהל שטייט איך נפלו גיבורים ויאבדו כלי מלחמה זאגט דער ילקוט אליעזר פארוואס דוד המלך האט אלעמאהל משנה געווען ברענגט ער די משל אז א שר צבא ווערט נפטר אויב ס'איז א זמן פון שלום ווען דאס פאלק איז נישט אין קיין מלחמה אוודאי איז עס א גרויסע פארלוסט אז א אלטע גענעראל מיט אסאך ערפארונג איז נפטר געווארן אבער סוף כל סוף אזוי ס'איז ימי שלום און מען שטייט נישט בקשרי המלחמה איז נאכדעם וואקסט דאך אונטער אן אנדערע גענעראל און מיט דערצייט ווערט ער אויך א גוטע גענעראל און מ'פילט נישט אזוי דעם פארלוסט אמאהל זאגט ער איז דא א גענעראל וואס פאלט אין דער מלחמה און דעמאלס ווען דער ארמיי דארף צו האבן דעם גענעראל ער זאל מדריך זיין די אלע תכסיסי המלחמה און אויפפאסן אויף יעדן ענין וואס צוטוהן און דעמאלס פאלט די גענעראל דעמאלס איז אסאך א גרעסערע פארלוסט די ארמיי ווערט איגאנצן פארלאזיערט מ'קען נישט אנגיין מיט די המשך פון די מלחמה און אעפ"כ קומען אריין די סגנים זיי נעמן איבער זיי זעהן דארט די מאפעס וואס ער האט אנגעצייכנט און די הדרכות, אמאהל איז דא וואס ס'פאלט א גענעראל און אלעס ווערט חרוב ונחרב דעמאלס בלייבט די ארמעי כצאן בלא רועה און מ'דארף רחמי שמים דאס האט דוד המלך מקונן געווען אויף שאול המלך דאס ערשטע מאהל האט ער געזאגט איך נפלו גבורים וואס דאס פאר זיך אליין איז א גרויסע אומגליק שפעטער האט ער מוסיף געווען איך נפלו גיבורים בתוך המלחמה שפעטער האט ער געזאגט איך נפלו גבורים ויאבדו כלי מלחמה אונז האבן מיר איבערגעלעבט אין אונזער צייט ווען ס'איז געווען נפלו גיבורים ויאבדו כלי מלחמה ס'איז נישט געווען קיין זמן ווען א צדיק ווערט נפטר כדרך העולם ס'איז געווען דער ערגסטער זמן ווען אידן האבן געדארפט צו האבן א מנהיג ימי צער וצרה פאר'ן כלל ישראל און דעמאלס איז דער זיידע ז"ל אומגעקומען און ס'איז מיט אומגעקומען אלע מענדל'י ראטענבערג יחזקאלי ראטענבערג און עזריאל מאנדלבוים און כהנה וכהנה.

בחסדי השי"ת האט נאך דער מלחמה דער טאטע זאל לעבן האט געפילט א גרויסן אחריות אן אחריות כלפי דעם עבר אן אחריות פון זיידן ז"ל און צו די אלע תלמידים וידידים וואס זענען אומגעקומען אויף קידוש השם און אנגעהויבן פארפלאנצן די זעלבע פירות אויפ'ן זעלבן בוים און ברוב הימים האבן אנגעהויבן נאכצוואקסן און בעזרת השי"ת זעהן מיר היינט אז ס'איז ווידער דער בוים וואס ס'האט אלע יאהרן ביז דער מלחמה ארויס געגעבן אזעלעכע שיינע פירות גיבט היינט ארויס ווייטער די זעלבע פירות בערך מיטן זעלבן טעם מיטן זעלבן אויסקוק אויף וויפיהל ס'איז שייך היינט דאס איז אונזער עבודה דארט און דאס איז ענקער עבודה דאהי ארץ ישראל איז היינט א גרויסע מקום פון תורה אלע חסידישע כיתות האבן היינט א מקום אין ארץ ישראל בכלל אלע נוסחאות וואס זענען געווען ביי אידן זענען היינט ווידער אין ארץ ישראל דא און זענען ווייטער מרביץ תורה יעדער לפי דרכו ליגט ממילא ואיף ענק א חוב אז די ארבעט וואס די זיידע ז"ל האט געטוהן מיט דעם באבאווער אייגנארטיקייט אדער איך וואלט מיך אויסגעדריקט מיט דעם באבווער אנדערשקייט וואס מ'האט דאס דערקענט אויף כל פסיעה ופסיעה דארף ווייטער צו האבן א מקום דא אין א"י וואו רוב רובן של כלל ישראל זענען היינט דאהי.

ס'איז ידוע אז א מלאך איז א בחינה פון א עומד ער ווערט באשאפן צוטוהן א שליחות ער קען טאקע נישט מקלקל זיין ער קען אבער נישט בעסער ווערן ער טוט זיין שליחות אויף וואס ער איז געשאפן געווארן א צדיק איז א בחינה פון א הולך ער איז יעדן טאג מוסיף אין עבדות השם און נישט נאר בחיים חיותו נאר אפילו לאחר פטירתו אויב ער האט איבער געלאזט א דרך אין עבדות השם אויב ער האט איבער געלאזט אידישע קינדער וואס דינען ווייטער דעם אייבירשטען מכח די השפעה מכח די זריעה וואס ער האט זורע וואס דורך זייערע מעשים טובים איז ער בעולם העליון א הולך ממדריגה למדריגה מ'זאגט אז צדיקים אין להם מנוחה לא בעולם הזה ולא בעולם הבא ס'איז שפתותיהם דובבות.

ס'איז דא א פסוק ווייטער (מהפסוק ד' אלקיכם הרבה אתכם) שמך ד' אלקיך ככוכבי השמים זאגט דער ספרי פארוואס איז מען מדמה די אידן צו כוכבי השמים לכאורה די זוהן ער לייכטערט אסאך מער ער ווארעמט אסאך מער זאגט דער ספרי אז פארדאס איז מען מדמה אידישע קינדער צו כוכבים אזוי ווי כוכבים אלע לייכטען אבער יעדער גלאנצט מיט אן אנדערע סארט לעכטיקייט ס'איז דא אין די ליכטיגקייט יעדער אן אנדערע מין בליץ אזוי אויך ביי צדיקים טייל זענען בעלי תורה טייל זענען בעלי מצות בעלי גמילות חסדים אלע אידישע קינדער טוהן די עבודת הבורא און יעדער גלאנצט מיט זיין עבדות השם אין א געוויסע מצוה אויף א געוויסן דרך צו וואס ער איז מער נוטה.

קען זיין דאס איז דער טעם וואס ר' אבא זאגט אויפ'ן פסוק ד' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים און דא אין פרשת דברים איז מען אויך מדמה אידישע קינדער צו כוכבי השמים איז אז מען מדמה אידישע קינדער צו כוכבי השמים אמר ר' אבא עתיד מחיצתן של צדיקים להיות לפנים ממחיצתן של מלאכי השרת אז די צדיקים וואס אונז ווייסן מיר אז יעדער איינער האט געדינט דעם אויבירשטען מיט זיין אייגענעם וועג אזוי ווי די כוכבי השמים וואס יעדער איינער לייכט יעדער גלאנצט מיט אן אנדערן גלאנץ אזוי צדיקים האבן יעדער איינער ואיף זיין אייגענער הדרכה געדינט דעם אייבירטשען און אז זייערע תלמידים טוהן ווייטער די זעלבע הדרכה מיט דעם זעלבן גלאנץ די היינטיגע קערנדליך לייכטען טאקע קליין ווייניג אבער זיי האבן דעם זעלבן אפשיין ווי די אמאהליגע כוכבים איז עתיד להיות במחיצתן של צדיקים לפני ממלאכי השרת וואס זיי זענען בבחי' עומד אבער צדיקים זענען כסדר הולכים.

די טאטע זאל זיין געזונט ברענגט אין די הקדמה פון קדושת ציון בשם ר' נחום טשערנאבלער אז מ'לערנט די דיבורים און דברי תורה פון א צדיק איז כאילו מ'וואלט זיך משתתף געווען אויף זיין ציון ס'איז א בחינה פון אדבקות רוח ברוחא דאס איז שייך אפשר צו זאגן ווען מ'לערנט זיין תורה מערציעט אזוי ווי ער האט געוואלט מחנך זיין דאס הייסט אויך געלערנט זיין תורה ווען מאיז זיך מצייר ווען ער וואלט היינט געווען צווישן אונז וואס ער וואלט פון אונז פארלאנגט און מנעמט זיך דאס פאר א חוב אז אזוי דארף מען אויס צוזעהן אזוי דארף מען זיך ווייטער צופיהרן אזוי דארף מחנך זיין די קינדער און אין דעם זכות וואס אונז וועלן מיר וועלן זיין מקושר צו דעם עץ החיים וואס אונז וועלן מיר וועלן זיין די ברא כרעא דאבוה דער פיס וואס דורך אונזערע מעשים וועט די זיידע ז"ל הי"ד ווייטער זיין א הולך ממדריגה למדריגה און עס וועט ביי אונז מקויים ווערן ווי געברענגט אין קדושת ציון למען יצוה את בניו ואת ביתו אחריו יצוה איז מלשון צוותא אפילו ווען ס'איז אחריו וועט עס זיין א קשר בל ינתק זאל דער זכות מגין זיין מיר זאלן מיר געהאלפן ווערן בקרוב מיט די גאולה שלימה.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2004 03:03 לינק ישיר 

מאנטיג גייט זיין א צוזאם קום פון אלע מוסדות באבוב אין די וועלט און איין צייט וואס דעמאלט גייט מען זאגן תהילים לרפואת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אין ניו יארק קומט עס אויס ארום 9 אזייגער צופרי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2004 03:24 לינק ישיר 

קיין גרויסער נייעס איז נישט געווען דעם שבת בנוגע דעם באבובער רב שליט"א און דעם ביהמ"ד האט מען זיך זייער שיין צוטיילט מיט די כבודים מנחה ערב שבת האט די דיין שליט"א געדאוונט פתיחת הארון שבת אידערפרי האט געהאט די ראש הכולל שליט"א ששי האט געהאט הרה"צ ר' יהושע רובין חדב"ן ראש חודש בענטשען האט געהאט הגה"צ רב הצעיר שליט"א און מוסף האט געהאט הרה"צ ר' מרדכי דוד אונגער שליט"א חדב"ן הגבה ביי מנחה און ה' מלך ביי שלש סעודות האט מען ווייטער געגעבן פארן הגה"צ רב הצעיר שליט"א און הרה"צ ר' יהושע רובין חדב"ן האט געבענטשט בדרך אגב האט די רב הצעיר בקול בוכים מעורר געווען ביים דברי חיים שיעור וואס ער געט יעדער שבת אינדערפרי אז מען ווייטער דאווענען פארן ברידער אז ער זאל האבן די גאנצער רפואה אזוי ווי מען זעהט אז די דברי חיים האט אמאל אויס געפוילט פאר איינעם א נייע לונג אזוי דא אויך ביים ברידער זאל די אויבשטער העלפן מיט א פרישער געזונטער לונג אזוי ווי די וואך איז שבת החודש אין מען ליינט החודש הזה לכם אין דאס איז סופי תיבות משה אין משה איז ר"ת שבת היא מלזעוק זאל די אויבשטער העלפן מיט די גאנצער רפואה אמן

תוקן על ידי - 48street - 21/03/2004 3:41:38



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די מצב פון באבאווער רבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.