בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די מצב פון באבאווער רבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/3/2004 04:00 לינק ישיר 

דברי כבושין מאת הרה"צ ר' יהושע רובין שליט"א חדב"ן ביים ציון ליל שישי ביים ציון פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל

אונז האמיר בקבלה פון צדיקים, אז ווען מ'קומט אויף א
ציון פון א צדיק, זאל מען מנדב זיין צדקה פאר די ערשטע
נשמה, און שפעטער פאר אלע נשמות וואם מ'גייט זאגן.

שלמה בן בן ציון מ'איז דא געקומען צו פארן
הונדערטער אידן, זיינע תלמידים, זיינע חסידים, ער פלעגם זיי
אנרופן זיינע קינדער, זיי זענען געקומען מתפלל זיין פאר זיין
זוהן, וואם איז ליידער א חולה מסוכן... מ'דארף אויםבעטן א
גרויסע ישועה... מ'דארף מעורר רחמים זיין, מ'דארף
אויפרודערן אלע הימלען...
אונז אלע מאכן אים פאר א שליח, ער זאל נעמען זיין
הייליגען טאטן וואם איז אומגעקומען אויף קידוש השם, מיט זיין
זיידן, מיט רבי מאיר נתן, מיט רבי דוד'ל קשאנובער, מיט'ן
צאנזער זיידן, דער ראפשיצער רב, מיט דעם רבין ר' אליעזר,
מיט די אלע צדיקים, דער רבי ר' אלימלך מים דער רבי ר'
זושא, דער בעל התניא, דער בעל שם הקדוש, זאלן גיין פאר'ן
כסא הכבוד מעורר רחמים זיין, על מי נטשת מעט הצאן, ער
איז גשעט אנען צו דיין האנט אלע יארן, מיום הולדו עד יום
האחרון, איז ער געשט אנען ביי דיר און געהאלפן.
מעען האט יעצ געזאגט אשרי משכיל אל דל ביום רעה ימלטהו ה',
אשרי משכיל אל דל מען דארף האבן
שכל ווי אזוי צו האנדלן מיט א דל, און אם איז זיין זכות, ער
האט אלעמאל געטוהן חמד, יעצט, ביום רעה ימל טהו ד''.
דער ראפשיצער רב טייטשט, די פמוק זאגט אין מגלת
אםתר (ד, מז), ובכן אבוא אל המלך אשר לא כדת, ובכן איז
בגימטריא חסד, דאם איז די מדה פון חסד, אבוא אל המלך,
ווערן די תפילות נתקבל פאר'ן מלך מלכי המלכים, אשר לא
כדת, אפילו משיח בן דוד איז נאך נישט געקומען.
לענינינו קען מען זאגן נאכמער, ובכן א מענטש וואם איז
געשטאנען און געטוהן חסד אלע זיינע יארן, א מענטש וואם
איז גרייט געווען זיך מוסר נפש זיין פאר א צווייטן איד, אבוא
אל המלך, דארף מען גיין צום מלך מלכי המלכים, און מ'זאל
אויסבעטן א ישועה פאר אים, אשר לא כדת, אפילו משיח בן
דוד איז נאכנישם געקומען, דארף מען זיך מרחם זיין אויף
אים. ער דארף ווייטער זיין געזונט, ער זאל זיין געזונט מים
אלע רמ"ח איברים, מיט אלע שס"ה גידים, ער זאל נישם
לעבן אויף קיין מאשינען, נאר ער זאל קענען ווייטער ממשיך
זיין דאס וואס דו האסט איבער געלאזט דא, ביז דער
אויבערשטער וועט העלפן, ער וועט אונז נעזונטערהייט פירן
אקייגן משיח צדקינו,
משיח בן דוד במהרה בימינו, אמן


תוקן על ידי - 48street - 21/03/2004 4:01:11



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2004 07:56 לינק ישיר 

דברי כבושין מאת הרה"ג ר' חיים דוד בלום שליט"א אצל הציון הקדוש
של כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל

רער רב'ם קינדער האבן מיך געבעטן, כ'זאל זאגן אביסל
דברי כבושין פארן עולם. מ'טרעפט אין די משנה אין מסכת
תענית (פ"ב מ"א), וויען ס'איז געווען א זמן פון מדת הדין און
מ'האט גוזר תענית געווען האם מען געזאגט דברי כבושין
פאר'ן דאווענען, מ'האט געזאגם קרעו לבבכם ואל בגדיכם
מ'זעהט דעם התעוררות ביי אנשי שלומינו, ם'פעהלט
נישט אויס איך זאל זאגן דברי כבושין אין דער צייט, דאס
געזונט פון רבינו שליט"א רירט אן יעדעם איינעם עד דכדוכי
של נפש, זייט מוצאי שבת איז מען נישט מסיח דעת קיין רגע
מעןן געבט כסדר נאכאמאל געלט אין די פושקע, נאך א
תפילה, נאך א קאפיטל תהלים, נאך א זאך וואם מ'קען מתקן
זיין, נאך א שעה לימוד ברצופות, יעדע ענין, ביי יעדע שמונה
עשרה, מ'בעהט דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן און
שיקן א רפואה שלימה אונז זענען געקומען שלוחים פון די גאנצע קהלה קדושה
פון אלע אנשי שלומינו, פון אלע עקן פון דער וועלט אויפן ציון
הקדוש פון רב ז"ל, אונז געדענק מיר בחיים חיותו אז מ'איז
ארריינגעגאנגען, מ'האט זיך אוימגעגאסן דאם הארץ יהי' מי
שיהי', אפילו א פרעמדע איד, ווי דער רב ז"ל האם זיך
איבערגענומען מיטן גאנצען לב ונפש און ער האט מתפלל
געווען פאר יענעם, און ער האט אים מחזק געווען, יעצט זענען
אונז געקומען בעטן פאר זיין הייליג קינד - רבינו שליט"א,
ממלא מקומו, ער ליגם אין אזא שווערען מצב, אפשר זענען
אונז טאקע שולדיג די אלע יארן וואם רבינו שליט"א איז
שוין אין אזעלכע שווערע יסורים, והוא מחולל מפשעינו'מהאט שוין פריער געדארפט מעורר רחמים זיין, אבער יעצט און אזא שווערע זמן מאיז געקומען צום ר"ל ער זאל געדענקן זיין הייליג קינד, די אלע זאכן אזוי ווי רבי יהושע
שליט"א האם פריער דערמאנט, ער האט א גרויסע שותפות
אין די הקמה פון די גאנצע קהלה קדושה, אין אלע מוםדות
פון אלע עקן וועלט. אונז געדענק מיר כמה וכמה פעמים,
ם'איז געווען ממש באו מים עד נפש, און דער רב ז"ל אליין
וואלט גארנישט נעקענט אויפהאלטן דעם שווערן עול, דער
רב זאל זיין געזונט איז געשטאנען לימינו, ער האט נושא בעול
געווען, צוגעהאלפן ממש מים מסירת נפש, ער זאל קענען
ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט, מ'זאל געדענקען די
אלע זכותים כ'וויל איבער זאגען וואס די רב זאל זיין געזונט האט .
געזאגט ביים הספד, דאם היילינע ווארט פון תפארת שלמה,
רק הרחק לא תרחיקו ללכת העתירו בעדי (שמות ח, כד), דער רב
ז"ל איז יעצם אין גן עדן, צוזאמען מיט אלע הייליגע צדיקים,
אונז בעהט מיר רק הרחק לא תרחיקו ללכת העתירו בעדי,
דוד המלך האט געבעטן זכרני ר' ברצון עמך, טאמער כ'וועל
ארויפגיין אין די עולמות עליונים כ'וועל פארגעסן פון דיין
הייליג פאלק מעורר רחמים צו זיין אויף זיי, משפיע צו זיין אויף
זיי, זכרני ד' ברצון עמך, כ'זאל געדענקן צו בעטען ווייטער
פאר כלל ישראל, אונז בעט מיר דעם רב ז"ל ער זאל נישט
פארגעסן פון זיין הייליגע קינד, און מעורר רדמים זיין, ער
זאל בקרוב ממש זיין געזונט און שטארק, נאך שטארקער
ווי פריער, ער זאל ווייטער קענען אויף אונז משפיע ויין.
כ'וויל נאך זאגן א הייליג ווארט וואס דער רב זאל זיין
געזונט האט כמה וכמה פעמים נאכגעזאגט פון הייליגען התם
סופר, והותירך ד' לטובה בפרי בטנך (דבר'ם :ך, .א), ס'איז מסתבר אז דער רב זאל זיין געזונט פאר זיך אליין האט שוין
זיכער משלים געווען וואס זיין הייליגע נשמה האט געדארפט
אויפטוהן אויף די וועלט, די אלע הייליגע מצות, מיט זיין
הייליגע הנהגה, מיום הולדו ביז יעצט, מיט זיינע געוואלדיגע
חסדים, און זיינע יסורים וואס ער האט שוין נעבעך
מיטגעמאכט כל ימיו.
דער הייליגער חתם סופר ברענגט אז דער רמב"ם זאגט
אשרי מי שחתם ימיו במהרה, אבער פונדעסטוועגן זאגט די
פסוק אז דאס איז נאר א צדיק וואס לעבט פאר זיך אליין, איז
זיכער אז ער ענדיגט זיין תפקיד שנעל, און ער גייט ארויף
אויפן עולם העליון, דאס איז דאך דער תכלית, אבער א צדיק
וואס איז משפיע אויף טויזענטער אידן יראת שמים, תורה,
צדקה, און תפלה, מ'זאל זיך האלטן ביים דרך ד', אזא צדיק
איז והותירך ד' לטובה בפרי בטנך, צוליב די קינדער, צוליב די
היילינע תלמידים וואם דער רב זאל זיין געזונט איז מקושר
מיט אונז אלע, און ער איז משפיע אויף אונז תורה, יראת
שמים, און תפלה, אונז דארף מיר דער צדיק זאל ווייטער דא
זיין מיט אונז, ער זאל אונז פירן א קעגען משיח צדקינו בקרוב,
די גמרא זאגט ביי רבי, די שפחה איז ארויפגעגאנגען,
עליונים מבקשים את רבי ותחתונים מבקשים את רבי (כתובות
קד.), ם'איז זיכער אז די נשמות פון גן עדן, די מלאכים, פרייען
זיך ווען מ'קומט ארויף אזא הייליגע נשמה אויפן עולם העליון,
א נשמה פון אזא צדיק, וואס כל ימיו איז ער געווען דבוק צום
בורא כל עולמים, אבער תחתונים מבקשים את רבי, אונז דא
אויף די וועלט, ס'איז דא אזוי ווייניג צדיקים, אונז האמיר אזא
הייליגע צדיק וואם אונז זעמיר מקושר צו אים, און דורך דעם
האלטן מיר זיך אין דעם דרך ד', רבונו של עולם, אונז בעהט
מיר, תחתונים מבקשים את רבי... רבונו של עולם, די הלכה
איז תתאה גבר, אונז זעמיר שטארקער.... יהי רצון שיכופו
תחתונים את העליונים... מ'זאל נישט חלילה וחס צונעמען
פון אונז דעם הייליגען צדיק.
אגב, אפשר יעצט טאקע אז די עולם האט א התעוררות,
יעדער איינער וואלט מקבל געווען אפילו א דבר גדול, ס'זאל זיין פאר'ן געזונט פונעם רב זאל
געזונט, מ'זאנט אין די
היילגע טענ ותשובה ותפילה וצדקה מעבירין את רוע
הגזירה, תפילה און צדקה זענען מיר מקיים, אבער אין
געדענק מיר אלעמאל ווען ס'האט זיך געמאכט א זמן, מ'האט
געזעהן אז ס'איז מדת הדין מצויה, ביים רב ז"ל און להבחל"ח
ביים רב זאל זיין געזונט, האט מען אלעמאל נעהאלטען אז
אונז האמיר נאך איין כלי זין, וואם דאם איז דער כח פון
תפלה, מ'קומט זיך צוזאמען אין בית המדרש, מ'דאווענט,
מ'איז מעורר רחמים, דאם איז די כח וואס כלל ישראל האט,
מ'האט נישט קיין בית המקדש, מ'האט נישט קיין קרבנות
מ'האט גארנישט, מ'האט נעבעך נישט אפילו קיין זכותים אין
וואם צו בעהמן, איין זאך וואם אונז האמיר, דאם איז דער כח
פון תפלה. אבער טאמער מ'איז מזלזל אין דעם ענין פון תפלה,
ס'איז דא אידן וואם רעדן ליידער ביים דאווענען, דער רב ז"ל
פלעגט אלעמאל זאגן אז דער וואם רעדט ביים דאווענען, אזוי
שטייט אין עבודת ישראל מאכט קאליע אפילו פאר די וואס
רעדן נישט, די שכינה הק' גייט אוועק פון אזא בית המדרש,
מ'זעהט נאך א זאך דאם איז נאך אפשר מער פון דעם,
ס'איז דא אידן וואם זענען מאחר צו קומען שפעט צום
דאווענען, מ'איז מאריך אין די מקוה פרייטאג פאר'ן זמן, און
מ'איז גורם אז מ'דאווענט נישט מיט מנחה מיט דער מנין פון
גרויסן בית המדרש, און מ'מאכט מנינים אינדרויסען, מ'קומט
אריין אינמיטן דאווענען, מ'האלט נישט מיט מיט'ן ציבור,
מ'שטעלט זיך אוועק שמועסן, מ'מאכט די גאנצע דאווענען אז
ס'זאל נישט זיין אזוי ווי ס'דארף צו זיין, און דער אמת איז אז
מ'וועט זיך בארעכענען ס'איז דאך אזא קלייניקייט, ס'קומט
איינמאל א וואך, שבת קודש, מ'קומט זיך צוזאמען און
מ'דאווענט, ווען מ'וואלט געדאווענט אזוי ווי ס'דארף צו זיין
וואלט עם געהאט אזא הייליגע השפעה אויף אונז אלע.
פארוואס האבן די צדיקים איינגעפירט מ'זאל זאגען לכו
נרננה פאמעלעך, נישט אז מ'זאל האבן צייט חלילה צו קומען
שפעט, די זעלבע זאך פמוסי דזמרה אינדערפרי, א איד וואלט
זיך אמת'דיג איינמאל א וואך, א נאנצע וואך יאגט זיך יעדער
צו גיין... אבער שבת קודש זאל מען כאטש קומען אין צייט,
און מתפלל זיין אזוי ווי ס'דארף צו זיין, און זיך אויסגיסן דאס
הארץ, וואלט דאם געהאט אן השפעה אויף א גאנצע וואך,
לאמיר מקבל זיין דער ענין, מ'זאל נישט רעדן ביים דאווענען,
מ'זאל זיין שטיל ביים דאווענען און ביי קריאת התורה. ס'איז אזא געוואלדיגע בזיון מ'שטייט און מ'ליינט די תורה דער זוהר הק' זאג, אז עם איז אזוי ווי מ'וואלט עס יעצט מקבל
געווען אויפ'ן בארג מיני, שטייען אינגעלייט און זאלן גארנישט
זיין אפילו אינטרעסירט אויסצוהערן, זאל מען זיך מקבל זיין די
זאך און ס'איז זיכער אז דער רב ז"ל וועט פאר אונז מעורר
רחמים זיין.
ר' משה זאבערמאן שלים"א האט מיר היינט פארציילט
אז א אינגערמאן האט אים פארציילט, ער האט געהאט אן
אייניקעל וואם איז געווען זייער שטארק נישט געזונט, מ'האט
געמאכט צוויי אפעראציעס און ס'איז נישט געלונגען, איז ער
אריינגעגאנגען צום רב ז"ל און האט געזאגט, דער רבי איז
כסדר מעורר אז מ'זאל נישט רעדן ביים דאווענען, איך זאג
דעם רבי'ן איך רעד קיינמאל נישט ביים דאווענען, איך קום
אריין צום דאווענען פון תחילת דאווענען ביז צום סוף רעד
איך נישט, דער רב ז"ל איז ווייס געווארן, און געזאגט, יא, דו
זאגסט מיר אזוי, אז דו רעדסט נישט ביים דאווענען, איך בין
דיר מבטיח אז דאס קינד וועט האבן א רפואה שלימה, וכך
הוה, דאם דריטע מאל האט מען געמאכט אן אפעראציע און
דאס קינד איז היינט געזונט און שטארק. אונז וועלן מקבל זיין
די איינע זאך, וועט דער רב ז"ל פאר אונז מעורר רחמים זיין.
אונז בעהט מיר ביים רב ז"ל, אונז זעמיר טאקע געקומען
דא מתפלל זיין פאר די רפואה פון רב זאל זיין געזונט, אבער
מיגו דזכו לנפשיה זכו נמי לחבריה, דער רב ז"ל זאל וויסען, די

גאנצע עדה קדושה דארף א גרויסע ישועה אין אזויפיל
ענינים, בנפש ובגוף, אזויפיל אידישע קינדער ווארטן אויף
רפואות, אויף קינדער, אינגעלייט מוטשען זיך מיט פרנסה,
מען מוטשעט זיך מיט שידוכים, אזויפיל ענינים, גאנץ כלל
ישראל דארף רחמים אין אלע מקומות, מ'הערט כסדר
בשורות רעות פון ארץ ישראל און פון אנדערע מקומות. דער
רב ז"ל זאל וויסן ס'איז באו מים עד נפש, אזוי ווי דער
הייליגער רבי ר' אלימלך זאגט אין צעטיל קטן, כשל כח הסבל
מרוב הצרות והתלאות, מ'קען שוין ממש נישט אויסהאלטן.
רבונו של עולם, אונז שטיי-מיר יעצט אין אזא הייליגע
חודש אדר, וואס דו האסט געוויזען אזעלכע געוואלדיגע
נסים, דעם שבת גיי מיר בענטשן חודש ניסן, החודש אשר
ישועות בו מקיפות, בניסן נגאלו, ובניסן עתידין להגאל,
הייליגער באשעפער העלף אונז, דאס זאל זיין "דער ניסן"
וואס מ'ווארט שוין באלד צוויי טויזענט יאר, מ'זאל שוין
אוימגעלייזט ווערן, יעדער איינער פון זיינע אייגענע יסורים,
און דער רב זאל זיין געזונט זאל האבן א רפואה שלימה
במהרה, מ'זאל שוין אוימגעלייזט ווערן פון דעם ביטערען
גלות, און פון אלע צרות, דער רב זאל זיין געזונט זאל אונז
אקעגען פירען געזונטערהייט, מקבל צו זיין פני משיח צדקינו
במהרה בימינו, אמן


תוקן על ידי - 48street - 21/03/2004 7:57:58



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2004 09:02 לינק ישיר 

שמעתי כי מצבו של הרבי שליט"א מתחיל להשתפר קצת, אבל אינם רוצים לדבר מזה בגלוי, כיון שרצונם שהציבור יתאמצו בתפלתם לרפואותו המהירה
ואל יתרשו מאמירת תהלים במשך כל היום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2004 19:49 לינק ישיר 

איך האב היינט באקומען א ידיעה אז כ"ק אדמו"ר שליט"א איז שבת נישט געווען אין בעסטן ארדענוג ווייל די פיבער איז ארויף געגאנגען שבת נאכמיטאג צי 104 מען דארף נאר ווייטער בעטן אז אלעס זאל גיין כשורה



תוקן על ידי - 48street - 21/03/2004 20:21:29



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2004 22:42 לינק ישיר 

היינט קומט זיך די גאנצער עולם צוזאמען 5:45 און מען וועט זאגען תהילים און די גרויסער בית המדרש יה"ר שיתקבלו תפלתינו ברחמים וברצון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2004 00:09 לינק ישיר 

היינט נאכט איז די יארצייט פון תפארת שלמה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2004 01:24 לינק ישיר 

למעשה קומט אויס אז מ'זאגט תהלים נאר אין די שעה
ווייל מ'זעהט נישט דורכ'ן טאג קיין נפש חיה אין באבוב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2004 01:26 לינק ישיר 

הרה"ג ר' ברוך חנה גרינפעלד ני"ו משב"ק האט יעצט איבער געגעבן א באריכט אין גרויסע בית המדרש פאר תהילים פון די מצב פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אז די לעצטע צוויי מעת לעת איז ב"ה דא א גרויסע שנוי לטובה ביי די לינגען די נעמאניא גייט ציבסליך אוועק און
די פיבער איז אויך אראפגעגאנגען און עס איז דא פארשידענע סמנים פון זיך צוריק אויפכאפן זאל די אויבשטער ווייטער העלפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2004 02:50 לינק ישיר 

נעכטן איז פארגעקומען א מלוה מלכה פארן ראש הכולל ווי ער האט דערמאנט אז די רבי איז נישט אזוי געזונט (אזוי ווי ער וואלט געהאט א פארקילונג) אן אנדערע האט זיך אויסגעדרוקט רבינו הקדוש
ס'זעהט אויס אז די באבאווער עולם האט שוין נישט קיין כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2004 03:34 לינק ישיר 

טייערע ר' ברוך חנא די רבי האלט נישט ביים אויפשטיין
וואס הייסט סימנים פון אויפשטיין סאיז שוין אריבער אפאהר טעג און די רבי איז נישט אויפגעשטאנען
די רבי האט גענונג געהאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2004 03:45 לינק ישיר 

כדי די רבי זאל זיך אויפוועקן דארף מען זיין ווערט צו דעם
די רבי איז שוין זייער אויסגעמאטערט
און די רבי וועט מחליט זיין אין די נעקסטע . צו ער איז מסכים אויפצושטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2004 03:50 לינק ישיר 

די ערשטע זאך איז צוטוהן תשובת המשקל
צאמרופן אלע באבאווער חסידים מיט האק אפס און מ'זאל אוועקשטעלן רעדנערס וואס זענען אנשי מעשה און מ'זאל זיך דורכרעדן וויזוי מ'האט מזניח געווען דעם רבי'ן אלע יאהרן ווען ער האט זיך געבעטן מ'זאל אים צוהעלפן מיט זיינע חובות און קיינער האט זיך נישט געמאכט וויסענדיג

און ווען ער איז געווארן רבי האט ער צוגעפירהט איינעם צו די בית כסא ווייזען וויזוי מ'האט אים צוגעשטעלט גאלדענע בערשטלעך פאר די ציין
ווי צו זאגן דאס דארף איך?
מ'דארף אריינגיין צום רבי'ן ווייל די רבי הערט אלעס וואס מ'זאגט און מ'רעדט און זאגן פאר'ן רבי'ן אז בשם חסידי באבוב בכל קצוי תבל וויל מען איבערבעטן דעם רבי'ן פאר די עגמת נפש פון די אלע יאהרן און ווי אזוי די אלע יאהרן האט זיך קיינער נישט געזארגט פאר'ן רבין ווען ער איז געווארן מער און מער קראנק פון טאג צו טאג
------

די אמת איז אז מיר האבן זיך איבערגעטראכט אז מקען נישט באשולידגן יעדן איינעם אבער די וואס האבן געקענט העלפן און נישט געהאלפן ווייסן ווער זיי זענען
ספעציעל די וואס ווען זיי האבן געדארפט א רב האבן זיך אנגעהויבן צו מאכן וויסענדיג
ווי זענען זיי געווען אלע יאהרן

תוקן על ידי - דישיגוטער - 22/03/2004 4:04:36



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2004 04:34 לינק ישיר 

רב דישוגוטער: איך זיץ דא ביי די קאמפיועטר און האלט מיך ביי די זייטען פון די אלע JOKES וואס די קנאקסט אוועק, מיין מיינונג איז די זאלסט אריין גיין און בדחנות וועסטו פיל מער פארדינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2004 04:43 לינק ישיר 

ווי איז דא א זשאוק

תוקן על ידי - דישיגוטער - 22/03/2004 4:46:33



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2004 00:44 לינק ישיר 

ווער עס ווייסט קלארע זאכן בנוגע דעם מצב הבריאות פונעם רב שליט"א ה' ירפאהו, אבער נאר קלארע באריכטען פון פארלעסליכע קוועלער (כגון דאקטורים אדער הצלה וואס זענען נאנט דארט)
זאל עס ביטע דא פאוסטען, ווייל דער עולם ווערט שוין נערוועז פון נישט וויסען פונקטליך וואס גייט פאר.
עס איז זייער שווער אהנצוגיין מיטן טעגליכן סדר היום זייענדיג אהנגעשראקען און צומישט נישט וויסענדיג פון איין רגע צום צווייטע, איך בין זיכער אלע אנ"ש פון באבוב ווען אויך זאגען אזוי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די מצב פון באבאווער רבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.