פאר א האלבער שעה צוריק האט מען גענדיגט די עצרת התעוררת און גרויסען באבובער ביהמ"ד ווי טויזענטער תינוקות של בית רבן פון די גאנצע וועלט זענען זיך צוזאמען געקומען און די הויפט קוואטיר איז געוועהן און די באבובער בית המדרש- אהנגעהויבען האט זיך דער מצב פונקטלעך האלב נאך איינס ווען הרה"ח מוה"ר משה קליין שליט"א איז צוגעגאנגען צום רם קול און מעורר געוועהן אז מען זאל מעורר רחמים זיין פאר די צדיק הדור כ"ק מרן אדומו"ר הגה"ק עט"ר שליט"א מרן נפתלי צבי בן בלומא רחל
ר' שמואל שמחה לאנדא נ"י האט פארגעזאגט קאפיטאל ו' פסוק ביי פסוק (כמובא ברד"ק שזה סגולה נפלאה לרפואה) און נאכדעם האט מען געזאגט די 15 שיה המעלות און פאר ק' ק"ל האט דער בורשטינער רבי געזאגט דברי כיבושין פאר 10 מינוט אז דער קאפ פון כלל ישראל איז צוגעגליכען צו די ארון הקודש ווי די גמ' זאגט און מען האט עס ארויסגעטראגען און די גאס מיט שק ואפר דאס מיינט מען זאגט די גמ' דארט אז מען איז געגאנגען פון איין בית מדרש צום צווייטען וכו' דערנאך האט מען געזאגט ק' ק"ל פסוק בפסוק, פסוקי דרחמי,און די יהי רצון פתיחה האט געהאט ר' משה קליין די יללות האבען בוקע געוועהן די רקיעים און עולה געוועהן עד לב השמים.
מען האט געטיילט א DIME פאר יעדען קינד צו געבען פאר ר' מאיר בעל הנס לרפואה.
משתתפים באבוב,בעלזא,פאפא,סאטמאר,מונקאטש,וויזניץ, וויען,חדר, סטאלין,קראסנא,יגדיל תורה,תורה תמימה,סקווירא,קלויזענבורג,תפארת אלימלך,מאשלוי,באיאן,
תוקן על ידי - 48street - 29/03/2004 22:55:30
 |
|
|