דישיגוטער
"אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד" שרייב נאכאמאהל ווער איז רבי??
און נאך איין וויכטיגער פונקט:
היידפארק האט טאקע געזעצען פון האלטען שטרענג בסוד יעדען איינעמ'ס נאמען און נישט מגלה זיין ח"ו. אבער צו דיין אינפארמעישען, און באבוב'ער ביהמ"ד זיצען אסאך אוןזענען דן יעדע פרוואקאטיווע שרייבער מיט נייגער, "מי הוא זה ואיזהו", און פון דארט קען מען יא נעמען שריט (איך האב מיט דעם גארנישט קיין שייכות, אבער איך האב דארט אסאך געהערט רעדען וועגען דעם "דישיגוטער").
ביטע נאכאמאהל געדענקען ממה נפשך טוסטו קיינעם נישט קיין טובה, ביסטו א געטרייע באבובער חסיד וואו איז די אומדערהערטע חוצפה פון רופען דעם רב הצעיר שליט"א "באבובער רבי שליט"א"
ביזטו דעם רב הצעיר א תלמיד דעמאלטס זאלסטו וויסען אז זיי ברענען געפערליך ווי אזוי אויף צו דעקען ווער איז דער שונא מיט די טשיקאווע שרייבעכצער וואס פארסמאקעוויט איהם אזוי געמיין און ביליג
לאמיר האלטען די באבובער באריכטען נארמאל (נישט משוגע) און בכבוד'יג, ווי עס פאסט און א צייט ווי יעצט.
ליין נאכאמאהל די דרשה פונעם רב הצעיר שליט"א און זעה וואס מען דארף יעצט צו טראכטען און רעדען, און טו די אליין אויך אזוי אין רעד נישט וואס מען דארף נישט.
נצור לשונך מרע
 |
|
|