געלונגענע שבת התוועדות ע"י ישיבת בעהוץ
דעם שבת איז פארגעקומען א דערהויבענעם שבת התוועדות אין פראכטפולן ראמאדא האטעל אין ניו ג'ערסי.
מיטן שבת האט אנגעפירט הגה"צ רב ואב"ד ד'בעהוץ שליט"א פון קרית יואל וראש הכולל סאטמאר וויליאמסבורג.
ביים שבת האבן זיך משתתף געווען קרוב צו 90 תלמידים ומעריצי בעהוץ, וואס האבן זיך אנגעווארמט מיט די שיינע תפילות און די פרייטג צונאכטס'דיגע פניני התורה, און ביי שלוש סעודות האט מען געהערט פייערדיגע ווערטער דברים העומדים על הפרק פונעם רב שליט"א, די ווערטער זענען ממש אריין און די ביינער פון די תלמידים שיחי'.
דער רב שליט"א האט געזאגט א ספעציעלע התחזקות דרשה פאר די חשובע יונגעלייט שיחי' ווי אזוי צו פירן א ערליכע שטוב על דרך אבותינו ורבתינו הקדושים, און שפעטער שבת נאכמיטאג איז אויך געווען א ספעציעלע דרשה פאר די חשובע בחורים שיחי'.
לאמיר האפן אז די תלמידי וחסידי בעהוץ האבן הנאה געהאט דעם שבת אינאיינעם מיטן רב שליט"א.
נ.ב.
בקרוב וועט געפענעט ווערן א בעהוץ שול אין בארא פארק, דורך תלמידים וואס וואוינען אין בארא פארק.
|
|