דער היטשהייקער
ס'איז די העכסטע צייט אויסצילערנען אביסעל אנישיות פאר די בני תורה וואס היטשען פון ב"פ קיין וומ"ס אין צירוק אין פארקערט, שוין יארן וואס איך זעע די גרויליגע מחזה, א קאר שטעלט זיך אפ, אין די חברה באפאלען עס ווי ציגיינער, נא, דאס איז נאך שיין, דער פרובלעם איז אז די יונגווארג האט נישט דאס מינדעסטע מענטשליךקייט איינער קען דארטען האבן געווארט א שעה פאר אים, ער ריקט זיך אן אין ווי גארנישט ער לויפט, האלו, טראכט א מינוט איינער איז דא געווען פאר דיר!!
איך פרעזענליך געב גרויס דרך ארץ פאר די היטשערס, איך פאר ארויס פין וועג אבי אנציפילען מיין אויטא, ווען איך דרייוו. אין איך בין מקפיד נישט ציפארען מיטען באס, עד שידי מגעת, איבער די יארן האט זיך מיך איינגעבאקן א ספעציעלער שנאה קעגן די וומס-בפ באסעס, ממש אז איך קום פון מאנהעטן קיין ב"פ וועל איך דורך פארען וויליאמסבורג נאר צי קענען אנפילען מיין ווען מיט די היטשערס, עס איז א געווינס יעדע היטשער, א מצוה מיט צוויי דאלער פיפציג פון די באס קאמפעני, עס צאלט מיר אויס מיין קאר, אזעלכע רשעים די באס קאמפעני, וועל מיר זיך נישט אריין לאזען אין דעם היטצטער,
איז מיר אויסגעקימען צי שטיין א לאנגע צייט אין א הייסע וועטער אין נאך מיך זאמעלט זיך א גערופע אין מ'ווארט נאך איינער אין נאך איינער, הענדליך שטעלט זיך די האמע"ר אין פרייליכערהייט לאדענט איין די היטשערס, פליצלינג, די עולם ווערט צילאזט אין לויפט אין פעקעלט זיך אריין, עס האט מיר זייער געבאדערט ווי איז יושר? אנדערשט ווי געווענליך ס'רעגט אין מ'שווייגט, האב איך געגעבן א שפרינג צי צים זשיפ אין אנגעהויבען שלעפען די טיר, דער כאפער איז דארט געזיצען אין געכאפט אין שאק עס האט אים געדוירט א פאר סעקונדעס אין ער הייבט אן צי שלעפן אויף צירוק, אין איך האב זיך נישט געלאזט, גיט ער מיר נאך א פרעג וואס ווילסטו? איך וויל האבן דיין פלאץ! איך שטיי שוין דא א האלבע שעה פאר דיר! הא, איך מאך סענס? זיצט ער דארט אין קוקט אראפ פון אויבען צימישט אין פארגלאצט, ווי איך וואלט אים יעצט ג'אפערט צי קומען ראבען א באנק, פאר, וואס, ווי, ווען, גיט ער א שלעפ צי דעם טיר אין געפארען, האט ער כאטשיג געהאט צייט צי טראכטען וואס ער האט דא אפגעטון. און איך, איך שעם מיך פאר מיר אליינס, וואס איז די דרייווער שילדיג?
A pached a shrek!
 |
|
|