בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

חיים דוד כ"ץ וויל קויפן "רילעקס אין"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/5/2004 22:29 לינק ישיר 
חיים דוד כ"ץ וויל קויפן "רילעקס אין"

ח"ד כץ, דער דיין פון 53 אין ב"פ, איז געווען דעם שבת קודש אין "רילעקס אין", (ער גייט אין די פיסטריט פון א צווייטן חבר הבד"ץ, ז"ל פילאפף), און דאס פלאץ איז אים זייער געפאלן, און אזוי ווי אין דעם קעמפ וואס די זאליס האלטן ביים ליעסן נעבן קערהאנקסאן האט פארשידענע פראבלעמען וד"ל, איז ער צוגעגאנגען צום אייגענטימער ר'... גערטנער פרעגן אויב מ'קען פארהאנדלען וועגן אפקויפן צו אפדינגען דאס פלאץ אויפן זומער אנשטאט זיין אנדערען פלאץ.
דער בעה"ב האט אים דערויף געענטפערט, אז 2 אנדערע ישיבות, איינס אין פלעטבוש און איינס פון ב"פ, האבן שוין פארהאנדעלט מיט אים און זיי פלאנען עס ארויסצודינגן פארן זומער, ממילא קען ער אים נישט געבן אלס עני המהפך בחררה,
האט אים ח"ד געענטפערט "איך בין א מומחה אין חושן משפט, און איך זאג דיר אז דו מעגסט עס מיר געבן", הערנדיג אזוי קלאר אז ער מעג עס אוועקנעמען פון א צווייטן, און ווועלנדיג פארדינען די בעסערע פרייז וואס ח"ד וויל באצאלן, איז ער איינגעגאנגען דערויף.
הערנדיג אז ער וויל עס אוועקנעמען, און זיך נישט גלייבנדיג אז א דיין בישראל קען אזוינס טון, האבן די ראשי הישיבות ובני תורה זיך אנגעהויבן צו בעטן ביי חיים דוד, אז זיי האבן נישט וואו צו גיין, בשעת ער האט שוין א פלאץ, און זיינע מיידלעך וועלן האבן וואו צו גיין אפילו ער וועט נישט עפענען, בעת די ישיבות זענען עסטעבלישט ישיבות, אנערקענטע מוסדות התורה און זיי מוזן האבן וואו צו גיין אויפן זומער, און כאטש זאל ער קומען צו דין תורה און זאל בית דין פסק'ענען אויב דאס הייסט עני המהפך בחררה צו נישט, נישט סתם גיין במחתרת אוועקכאפן א קעמפ פון א צווייטן וויבאלד דו האסט פראבלעמען מיט דיין פלאץ וואס דו ווילסט נאך עפענען.
קומענדיג אונטער גרויס פרעשור, האט נעכטן נאכט ח"ד כ"ץ געענפערט פאר די ראשי ישיבות אז ער ציהט צוריק, און זיי קענען עס נעמען.
אבער אפרופנדיג מר. גערטנער, טענה'ער גערטנער אז ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים, כ"ץ האלט עס נאך, אדרבה ער האט אים נאך אנגערופן אז ער זאל בשו"א עס נישט אוועקגעבן פאר א צווייטן, און ווילאנג כ"ץ רופט אים נישט אן גיט ער נישט אוועק.
צוריקרופנדיג ח"ד כ"ץ פארפירט ער ווייטער מיט ליגנט אז ער האט שוין גערופן גערטנער, ער רופט שוין, ער רופט אין 20 מינוט ארום, ער האט שוין געזאגט פאר די סעקרעטערי, ער גייט נאכאמאל רופן באלד, וכהנה וכהנה לגיונות פאר די ראשי ישיבה ובני תורה, בעת גערטנער שרייט חי וקיים לא דובים ולא יער אדרבה כ"ץ רופט אים אן ווייטער ארומרעדן אלע פרטים.
די פלעטבוש'ער בני תורה גלייבן זיך נישט די אויערן, אז א דיין אין סאטמאר קען אזאנס טון



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2004 20:48 לינק ישיר 

אפדעיטס:
חיים דוד כ"ץ האט נאך אלע פארשלעפענישן, ליגנט און צוגעזאגעכצער געבליבן איינער וואס כאפט אוועק פון אן עני המהפך בחררה, און ער בלייבט מיט רילעקס אין.
זיין אלטע פלאץ נעבן קערהאנקסאן האט ער נישט, פארוואס טאקע ווייס איך נישט, ממילא כדאי לקיים "איך מוז דאס האבן א נצחון", האט ער ארויסגעדונגען רילעקס אין אפילו דאס פלאץ איז נישט צוגעפאסט פאר מיידלעך, אבי איך האב א קעמפ.
נישט וועלנדיג אז דאס זאל נתפרסם ווערן און די מיידלעך וועלן נישט וועלן אהינגיין, האט ער און זיינע יוצאי משרתים די וואך ווייטער אריינגעלייגט בילדער אין איד פונעם אלטן פלאץ, וויבאלד רוב קעמפס ענדיגן די רעגיסטרעישאנס ל"ג בעומר, און אפילו קומענדיגע וואך וועט ער שרייבן אז מ'האט געטוישט קעמפס, וועלן רוב מיידלעך שוין נישט קענען צוריקציען.
די וואך האט ער אנגערופן די מנהלת פון בית רחל ב"פ אז ער האט אפגעדונגען רילעקס אין מיט נאך א בילדונג א האלבע מייל ווייטער, און צוזאמען קענען זיי אנטהאלטן 150 מיידלעך, און ער בעט אז זי זאל זען אז די מיידלעך זאלן אהינגיין.
בארא פארק'ער אידן זענען זייער אנטוישט אינעם דיין אז ער איז געווארן פון א דיין א מענעדזשער און אדמיניסטראטער, זיי ווילן אים האבן אלס דיין צו פסק'ענען ווייטער שאלות אין עניני כריתות, נישט אויפנעמען פאר אסיסטענט קאונסעלאר איינער וואס וד"ל (ברמז שטייט שוין פריער דורך א צווייטן).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2004 05:34 לינק ישיר 

איחודמעמבר די אפישעל תירוץ פון ח"ד קליקע אין ב"פ איז אז דער בעה"ב פון די אלטע קעמפ לאזט נישט האבן קיין מאבילס וואס זיי מוזן האבן פאר די משפחות וואס זענען דארט.
אניוועי, א שטיקל אפדעיט:
ח"ד נעמט ביזדערווייל ארויס נאר די 2 בילדונגס נעבן רילעקס אין וואס משה גערטנער איז דער אייגענטומער דערפון, אלע רעזערוועישאנס אויפן זומער אין רילעקס אין זענען שוין 90% קאנפירעמט אז עס גיין יא זיין עוועילעבל אויפן זומער פארן פובליק.
די 2 בילדונגס באשטייען פון 1 בנין מיט 32 שלאף צימערן און 1 בנין פון א קאסינא לאונטש רום וכדו', אויסערדעם איז דא א סווימינג פול און א לעיק ממש 5 פוס פון די דארמיטארי בילדונג, אן קיין ביימער אינמיטן, א רעצעפט פאר מאסקיטאס, די בילדונגס האט מען נישט גענוצט פאר 4 יאר און מ'גייט עס יעצט אויפפרישן.
די אפיציעלע פרייז איז 1125, אבער רוב עולם צאלט צווישן 5-600
מען נעמט אן מיידלעך פון סיי ווי, און עס איז שוין דא מיידלעך פון ב"פ, וומ"ס, מאנסי (וועלכע צאלן מוראדיג ביליג) און לאנדאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > חיים דוד כ"ץ וויל קויפן "רילעקס אין"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext