בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הגאון ר' יחזקאל ראטה וויזיט הרב אלישיב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2004 19:04 לינק ישיר 
הגאון ר' יחזקאל ראטה וויזיט הרב אלישיב

סאטמערער חסידים זענען זייער פארשעמט געווארן די וואך ווען עס איז באקאנט געווארן אז הגאון האדיר ר' יחזקאל ראטה שליט"א האט באזיכט ביי הגאון האדיר פוסה"ד הרב יוסף שלום אלישיב שליט"א.

אויך האט מען געהערט אז ר' יחזקאל ראטה האט געהאלטן א דרשה אין צאנז קלויזענבורג אין ארץ ישראל, וואס איז א היפשער פאטש פאר סאטמאר, ווי ער איז געוועזען דיין במשך 35 יאר.

איך בין נישט דער וואס זאל האקען אויף דעם גאון און פוסק ר' יחזקאל, און איך האלט אז ער ווייסט וואס ער טיט. איך געב בלויז איבער די טריקענע נייעס, אז אין סאטמאר איז דא וואס זענען זייער פארשעמט.

וואס איז די ריאקציע פון סאטמאר צי דעם?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2004 19:55 לינק ישיר 

הרב מקרלסבורג שליט"א האלט זיך פאר אן אינטערנאצינאלער רב און ממילא האלט ער אז ער מעג - און אפשר גאר אז ער דארף - גיין צו די אלע ציוניסטישע און אגודיסטישע און בני תורה וכו' וכו', אזוי ווי דער סאטמאר רב זצ"ל פלעגט אויך צו גיין מבקר זיין די אלע סארט רבנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2004 20:54 לינק ישיר 

התאחדות, שעם דיך מיט דיין פרובירן צו פארענטפערן מיט אזעלעכע פאלשע תירוצים, ווען איז רביה"ק געגאנגען באזוכן רבנים וואס האבן זיך פארקויפט צום עגל הציוני מיטן דינען אין "היכל שלמה" וואס ביום הוסדה האבן די גדולי ישראל גוזר תענית געווען.
חוץ מזה וואס פארגלייכסטו רביה"ק צו ר"י ראטה, רביה"ק איז געגאנגען צו די גדולי האגודה זיי מסביר זיין שיטתו הק', און תשכ"ה איז ער שוין נישט געגאנגען זאגענדיג אז ער האט שוין געשריבן א ויואל משה און ווער עס וויל וויסן דעם אמת קען עס דארט זען, אבער ר"י ראטה גייט פאר ביקורי נימוסין, און אויב איז עס אמת אז ער איז געגאנגען (איך גלייב עס נאך נישט) איז עס א חרפה און א בושה און א צער פאר יעדען וואס שיטת רביה"ק זי"ע איז יקר בעיניו.

דרך אגב וויל איך פרעגן ר"י שליט"א מיטן גרעסטן דרך ארץ כתלמיד הדן לפני רבו, ילמדנו רבינו מה בין סקול דיסטריקט להיכל שלמה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2004 22:57 לינק ישיר 

נייטעראל, התאחדות ענטפערט דיר ווי א טיפיקעל זאלוני,
ער וועט אלעס אין דער וועלט כשר'ן, און אלעס מתיר זיין אפילו ביי די 3 עבירות פון יהרג ועל יעבור (פרשת העירוב, גיורת/מאנדל יוכיח) , אויב איז יענער נישט אהרן טייטלבוים, און אוודאי אויב יענער איז אויף די זייט פון די זאלונים, קעגן אהרן מעג ער טון וואס ער וויל, ער וועט טרעפן טויזנט מיט איינס תירוצים פ"וו מען מעג...
אויב איז עס אבער אהרן טיילטבוים, דאן מעג עס זיין סיי וועלכע דבר טוב, און דער נארישער זאלוני וועט נאר זען קריטיק, יא, יא, אזא בלינדע פארביסענע שנאה טראגען זיי אויף אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2004 00:59 לינק ישיר 

איך הער אז די ליטווישע לייגען פרעשור אויף הרב אלישיב ארויס צוקומען מיט א איסור אויף דעם פלעטבושער עירוב

קען זיין וועגען דעם איז ר יחזקאל ראטה שליט"א געגאנגען צו רב אלישיב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2004 01:08 לינק ישיר 

לכבוד הרב נייטעראל
שלו'

קודם כל איך האב איך איהם נישט פארענפערט איך האב נאר געשריבן וואס ער האלט, איי די קשיא אז די רבי נאכן ויוא"מ איז שוין נישט געגאנגען, קענסט איהם גיין פרעגן, אויף וועל איך יא פארענפערן, לויט ווי איך מיין איז עס ריכטיג (לויט קארלסבורגער רב'ס דעה) היות הרב מקרלסבורג איז א וועלטס רב, אין אלישיב איז א וועלטס רב, און אויב דו ווייסט איז אמאל געווען זייער א שארפע בריוו פון אלישיב קעגן הרב מקארלסבורג, ממילא קען זיין איז ער געגאנגען זיך מתווכח זיין מיט איהם אין דעם ענין.

און די צווייטע קשיא איז דא א פשוטע תירוץ ער איז געגאנגען באזוכן סאטמאר רב ווי נאר מ'האט איהם אריינגעלאזט אפילו סטמאר רב האט מתיר געווען יהרג ואל יעבור -לשיטתו- און האט געשאלטן מיט ארור אשר לא יקים יעדען וואס האט געהאלטן אנדערש.

און אבי געזונט דו שרייבסט טאקע אבי געזונט, און איך וועל זיך נישט מתווכח זיין מיט דיר, אבער איין זאך וועל איך דיר זאגן אז איך בין בכלל נישט קיין זאלוני, והיה בזה שלום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2004 01:22 לינק ישיר 

על ראשון וכו'

א)דאס אז מען איז א וועלטס רב איז נישט קיין תירוץ פאר א תלמיד וסיד פון רביה"ק צו גיין באזוכן אזא רב.
ב)איך האב נישט געפרעגט פארוואס ער איז נישט געגאנגען באזוכן סאטמאר רבי'ן, איך האב געפרעגט פארוואס סקול דיסטריקט איז אסור און אלישיב איז כשר.
זיי נישט אייביג מטהר דעם שרץ בק"נ טעמים ווייל מ' וועט דיר נישט גלייבן אז די "ביסט בכלל נישט קיין זאלוני".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2004 09:05 לינק ישיר 

התאחדות

נייטעראל

עליכם נאמר מ'שפייט אייך אין פנים אין איהר זאגט ס'רעגנט

נייעס ארטיקל אין איד
פון אונזער קארעספאנדענט לעניני מכות

דער קארסבורגער רב שליט"א איז יענע וואך דאנערזשטיג געגאנגען מחזיר בתשובה זיין איינעם פון די טרויעריג בארימטע איינקליך פון צאנזער רב זי"ע, נאכהער ווי ער איז אביסל נתקרב געווארן צו איהם בעת זיין באזוך אין בארא פארק מחמת סיבות שאכמ"ל, ער האט זיך מטריח געווען אין מיט מסי"נ אראפ געפארן צו די אויסגעלאסענע שטאט נתניא זיך צו טרעפן מיט אים להחזיר נשמות נדחות, אין איינוועגס האט ער געזאגט א שיעור אין זייער אזוי גערופענעם "קוילעל האלוכע" אין ספה"ק ויואל משה - מיט א חכמה עצומה וואס ער האט מקבל געווען מעצתו העמוקה של אותו זקן, אז כלפי חוץ האט אויס געקוקט ווי ער זאגט א שיעור אין הלכות שבת.

נאכדעהם האבן די ציונים איהם געקידנעפט און אריין געשלעפט צום ראש דגל הציונות הרב הידוע של היכל שלמה, ווען ר יחזקל האט געזעהן כי כלתה אליו הרעה פון די חוליגאנעס פון טרויעריג בארימטן ש"ב. האט ער מיט איהם געפראאוט איין צו טענהן וועגן דעם גרויסן איסור פון רבין זי"ע אויף די בחירות און פון דעהם רבין שליט"א אויף די ווייסע היטן, אבער ווי ער האט נאר ער האט געהאט א געלעגנהייט האט ער געהויבן פוס. אפילו דער היכל שלמה רב איז אים נאכגעלאפן (באגלייט?) האט ער זיך נישט אויסגעדרייט.


מגיט איבער אז ר' יחזקל האט געבענטשט גומל.
סנישט באשטעטיגט ווייל סקען זיין אז ס'געוועהן א בורא פרי העץ. אבער דאס איז זיכער אז עס איז געווען בשם ומלכות
עד היכן הדברים מגיעין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2004 02:07 לינק ישיר 

נייטעראל

איך האב נישט געזאגט אז דאס איז א היתר בס"ה קארלסבורגער רב מעג האלטן אנדערש פון אונז ביידן,
שנית קרלסבורגער רב האט נישט געזאגט אז אלישיב איז כשר, איז ממילא ווייס איך שוין ווייטער נישט וואס דו האסט געוואלט מיטן אריינמישן די פאבליק סקול פרשה, שלישית צו דו גלייבסט צו נישט איך בין נישט געווען און לכאורה נישט זיין און בהווה בין איך אויך נישט קיין זאלוני, און אז ס'איז דיר באקוועמער צו זאגן אז יא חזק ואמץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2004 16:29 לינק ישיר 

This is to Baachi
I spoke to my neighbor who was present when the Rav Yecheskel Roth paid his visit to Kiryat Sanz in Natanya
First Rav Yecheskel Shlit"a spend an hour visiting the Sanzer rebbe's home. Then he was given a tour of Laniado Hospital by Rav Chaim Yakov Schwartz who is the Rav of the hospital. It was obvious the Rav Yecheskel was very impressed
Rav Yecheskel was then invited to give a shiur in the Kollel of Kiryat Sanz. After the shiur which lasted about an hour,Rav Yecheskel spend some time discussing differant sujects that were brought up by this Kollel yungeleit.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2004 16:44 לינק ישיר 

נעכטן האט מיר א באקאנטער געזאגט אז ר' יחזקאל איז זיך געגאנגען דורכרעדן וועגן די שייטל פראבלעם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2004 16:55 לינק ישיר 

All the shaitlach will have a hechsher of
Shmirah M'shaas Ketzirah



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הגאון ר' יחזקאל ראטה וויזיט הרב אלישיב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext