איינער קריכט אויף די נערווען..!!!! אזש מ'קען צופלאאאאאאאאאאצט ווערן.
לאמיר אנאליזירן ווער זענען די נערווען קריכערס למיניהם
- מ'וועט זיך דערמיט אויסטשוכענעןדי נערווען.
- און אפשר וועלן די נערווען קריכער אויך ליינען חדושת אנ"ש און זיך אפלאזן פון מיינע נעעעעעעעעעעעעעערוועעעעעעעען.
נ.ב. מ'מיינט נישט קיין נעמען פון פערזאנען,
נאר וועלכע סארט פערזאנען,
אדער וואס טוען מענטשן וואס צושפילט אייערע נערוון?!!!!
let's roll
נשלח ב-13/5/2004 06:05
- די ווינדאו-וואשערס וואס שטייען ביים קארנער און הייבן אן ווישן די פענסטער פון קאר אומגעבעטענערהייט.
- די טעלעמעארקעטינג וואס רופט פונקט ווען איך יאג זיך צו כאפן א באס, אדער מנחה, אדער איך בין א שלעכטע גוסטע און וויל אביסל שטילקייט און מנוחה
- די שלעפערס-פעניאקעס ביים דאווענען, וואס זענען מקפיד צו דאווענען ווייטער הויך אויפ'ן קול ווען דער גאנצער עולם זאגט שוין שטילע שמו"ע אדער דער בעל תפלה לאזט אויס א.ד.ג.
- די מענטשן וואס האקן אריין אין יעדן ווען זיי דארפן דורכגיין דעם פאליש אדער א געפאקט געשעפט צ.ב.ש., אזוי ווי ריכטיגע ש... אינו מרגיש, ער גייט מיט א פעסטיקייט און זעצט אריין אין מיכל און אין רעכל און ער פילט ניטאמאל...