|
|
| נשלח ב-6/12/2005 22:57 |
|
| |
JEWBOY שלייבט: די שכנים וואס הייסן מאכן שטיל די מיוזיק
ענדליך האב איך שוין געטראפן עפעס זיך צו טענה'ען מיט דיך. מיך קריכט אויף די נערוון די וואס פאלט זיי ניטאמאל ביי זיך צו רעכענען מיט די שכן אין שפילן די מיוזיק אויף די העכסטע טענער.
אויך די וואס לייגן אריין אלארמס אין די קאר. עס קלינגט פאר א שעה, די בעל הבית פין די קאר ווייסט ניטאמאל אז ס'איז זיין קאר. טא פארוואס ברויך ער עס?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 22:59 |
|
| |
פרויען דרײװערס
מענטשען װאס שטונקען 
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 23:04 |
|
| |
מען קומט דאװענען מנחה אין אפיס אין מ׳דרײט זיך ארום װי בײ זיך אינדערהײם !?*/*&^$#
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 23:11 |
|
| |
א חרדי וואס קומט למשל מאכן א דעליווערי, ווילאנג ער ווארט אויפן טשעק הייבט ער אויף איעדען פאפיר פונעם פעקס אדער פונעם פרינטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 23:48 |
|
| |
The garbage trucks. They always manage to stop traffic in the morning when it's rush hour. They always have the world's time.
Insurance Reps., Mortgage Brokers, They don't stop bugging you.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 00:10 |
|
| |
די וועיטערס וואס אויב מ'קוקט אוועק פונעם טעלער פאר איין סקונדע איז דע טעלער מער נישט דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 01:38 |
|
| |
אין בית המדרש ביי דעם עמוד
מתפללים וואס קומען שפעט און בעטן דעהם בעל תפלה צו דאווענען שטאטער זיי ווילען אהניאגן, דארפן 50 מענטשן ליידן צוליעב זיי
די וואס וואשען זיך די הענט ביי דעם קליינעם איבערגעדרייטן פלעשל ביים עמוד , דערצו נאך זעקס מאהל לסירוגין ווי נעגל וואסער, זענען מבלבל דעם ש"ץ און מאכען אהן א בלאטע אנטקעגן דעם ארון קודש
די וואס שרייען הויך מודים דרבנן, דער בעל תפלה קען זיי נישט איבערשרייען, און דער עולם קען נישט הערן דעם מודים
די וואס גייען צו צונדען זייערע לעכט ביי דעם עמוד פונקט אינמיטן ווען דער ש"ץ דאוונט די הויכע שמו"ע, און צונדט זיך געמיטלעך זיינע זעקס אין דרייסיג לעכט פאר אלע צדיקים וואס הייסען שמעון און פאר אלע וואס הייסט מענדל
די וואס זעצן זיך צום תיקון ווי צו א פריששטיג, ראמבלען אריין א גאנץ שאכטעלע הערינג אין נעמען נאך מיט ראגעלעך פאר די מיסיס.
דעם משולח א נצרך וואס מגעט איינמאהל א שיינע נתינה, און קומט זייט דאמאלט יעדעס יאהר מיט א טענת מארגעטזש.

|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 02:39 |
|
| |
ביי א חתונה,
די וואס גייען ארום ביי די סעודה ווי א משיב אבידה געבן לחיים פאר איעדן וואס טראגט א שטריימל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 04:46 |
|
| |
....ביי א חתונה
די בדחנים וואס ס'איז פאר זייער חברים געלונגען זיי איינצורעדן אז זיי זענען פאני.
די כתובה ליינערס וואס מיינען אז מ'קען זיך ביים כיבוד אויסבעטן כל טוב אין זענען מאריך ווי אוישען פארק וועי.
די האלל'ס אין וועלכע די עס צייג איז נישט געוואשן אין אימריין.
די חסידישע אידן וואס בלאזן זיך די נאז אין די קליינע האנטעכער וואס ליגן אין די קאפס.
די מענטשן וואס כאפן שוין א פלאץ פופצען מינוט קודם יצירת הסוויט טעיבל, אין דערנאך טאנצן זיי דערויף אזוי ווי משה רבינו צו עוג מלך הבשן'ס קנעכל.
די וואס האבן א מנהג צו וויינען ביי מצוה טאנץ. אויב וויינסטו יעצט וואס טיסטו ביי א לוי'? עת לבכות?
די מחותנים וואס זאגן אהן די מוזיקאנטן נאר צו שפילן עוד ישמע, ותן בנו, מיט צווה.
די פאטאגראפיסטן וואס לערנן זיך אויף אונזער ביינער, בשעת אונזער פלייש קילט זיך אין זאל.
די מחותנים וואס לייגן אראפ וויין אויף די טיש אבער נעמן נישט ארויס די פימזען האלץ כדי זיי זאלן קענען אהיים נעמען די וויין.
די שנארערס. ס'איז טאקע א מצוה, ס'נערווירט מיך אבער פארט.
די וואס קומען אריין מיט'ן קוטשמע'ס אין זאל.
די וואס קומען אריין מיט די BLUE TOOTH עיר פיס אין זאל. גרויס קנאקער, יעדער זעהט אז די לאמפ בלינקט אויף דיין האריגע אויער, ס'כאפט דאך אבער נישט דא!
די וואס פאקן זיך איין לפחות דרייסיג ברכת המזון'לעך. סגייט דאך ממילא אין שמות ערב פסח!
די פעטערס אין קאזענס וואס שלעפן אריין אין דעם רינג די וואס ווילן נישט טאנצן.
די וואס מיינען אז ס'איז א דאורייתא צו טרינקן כוס של ברכה, אין נעמן נאך פאר זייער קעמלעך אויכעט.
די באבעס וואס שטייען ביי די מחיצה אין בעטן יעדער דארך גייער אויפצוזיכען זייערע מענער.
די רבנים וואס מאכן צו זייער אויגן ווען זיי טאנצן אין די חתן דארף זיי קאנטראלירן.
די חתנים וואס דארפן שוין פין פאר די חתונה באשטעלן א ברודער אדער שוואגער וואס זאל זיי אונטער הייבן די גארטל יעדע מינוט א האלב.
די טאטעס וואס שלעפן אוועק די חתנים אינמיטן טאנצן אשת חיל. ער האט דאך קוים חתונה געהאט שוין מישטו זיך?
נו, וואס נאך?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 07:10 |
|
| |
קוטשמע
ועוד אחד
- די וואס וואשען זיך די הענט און גיסען אריין אויך אין מויל דערנאך שפייען זיי אריין אין סינק אויף די טעפלעך וואס מיר דארפען נוצען ... פע פע פע
- די וואס ווישען זיך דעם מויל מיט די נאז מיט דעם PUBLIC האנטיך...YIKES
- די וואס דארפען צוויי האנטיכער אין מקוה איינס צום ווישען און איינס פאר די פוס צו שטיין דעראויף, מיט די שיך..און ווען דער האנטיך ווערט שווארץ פון זיין שיך וויל ער נישט נוצען נעקסט טיים דעם זעלבען האנטיך ווייל עס איז נישט גוט אויסגעוואשען.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 08:28 |
|
| |
ס'איז דאנערשטאג, א MIDDLE AGE "חיוב" גייט צו צי שחרית.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 08:48 |
|
| |
דריי נישט איבער א שטאט ווייל עס קומט אזוי..
עס איז נישט עק וועלט......
ווען די האלטסט אינמיטן מעביר סדרה זיין, אין די דערמאנסט דיך אז די וואך גייט א אנדערע סדרה......
ווען די דאווענסט פארן עמוד אין אינמיטן הויכע שמונה עשרה נעמסטו דיר היסטען אין ניסען......
ווען די בארעדס איינם פאר אגרופע חבירים, אין פונקט שטייט ער אינטער דיר......
ווען די פרובירסט דיר צו דערמאנען א אלטע ניגון , אין איינער נעבן דיר זינגט זיך אינטער געמיטליך....
ווען די קויפסט א נייע טעיפ, אין די ערשטע מאל די לייגסט עס אין טעיפ ריקארדער כאפט זיך עס אריין דערין.....
ווען דו נויטיגסט דיר אין א ציגרעטל, אין קני איז שוין ליידער נישט דא...
ווען די קומסט אן צו א קידוש אין די זעצט דיר אראפ אזוי מיט די שמונה בגדים אויף א טעלער הערינג....
ווען די לויפסט נאך א באס אויף ליע עוועניו, יעדער העלפט דיר אפצושטעלן די באס, אין דו כאפסט א מיאוס'ן גליטש....
ווען דו האלסט אינמיטן ליינען א צייטונג, אין אינמיטן ליינען זעהסטו אז עס איז פון 3 וואכן צוריק.....
ווען דו מיט דיין בענקל דרייען זיך איבער אינמיטן קריאת שמע ביי שחרית....
ווען איר שרייט אמן יהא שמיהרבא ווען דער עולם שרייט אמן....
ווען אינמיטן א חתונה באמערקט דיר איינער אז דיין היט האט א געזינטן קראך....
ווען אייער ציצית פארהאנקעט אין א בענקל אין ביהמ'ד אין א טלית פליט אראפ פון אייך...
ווען איר גליטשט אייך אויס מיט א טעלער זופ אינמיטן זאל ביי א חתונה......
+==+ שעלט נישט וויל אזוי קומט עס +==+
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 09:46 |
|
| |
90PCT איך שטים מיט מיט דיר. וואס איז דער שגעון צו מאכן די סירקלס ביי יעדע שמחה און רייכן די הענט פון די וועלכע האלטן נאך אינמיטן עסן?
און וואס איז מיט עסן פיש מיט די הענט? (און דערנאך קומט מען דיר זאגן לחיים און מ'ווישט אריין די פיש אין דיינע הענט?) פוי. קען מיר איינער זאגן דא איינמאל פאר אלעמאל פארוואס פארא שווארץ יאר עסט מען פיש מיט די הענט? יא, כ'האב שוין געהערט דעם "ודגי הים בידכם נתנו" בלעבער אבער כ'האלט אז דער סמך איז געקומען נאכ'ן מנהג און נישט פארקערט.
***
די וואס בלינקען נישט ביים זיך איינדרייען.
די וואס צינדן נישט אן העדלייטס ווען ס'רעגנט / שנייט / פארנעפלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 11:39 |
|
| |
קוטשמע
וואס איז שלעכט צו בלאזען די נאז אין סערוויעטעל וואס קומט אין קאפ?
(אז ס'ביי די אייגענע פלאץ, פארשטייט זיך)
|
|
|
|
|