דער וואס קומט ארויף אויפן באס מיט פילע בעג'ס און וויל זיך זעצן דווקא נעבן דיר אפי' ס'איז דא פלאץ אין די בעק.
(אין ירושלים) ווען די ליינסט א צעטל קומט איינער פון אונטן און שטופט זיך אריין כאילו מ'האט געלייגט די צעטל נאר פאר עם.
ווען יונגעלייט שמועסן צווישן זיך און איינער שטיפט אריין זיינע גלעזער ביזן פלייש ממש.
וואס פרעגן שאלות.
ווער איז דיין טאטע?
ווי האסטו געלערנט?
ביי וועם ביזטו א איידעם?
ביי וועלכע פארטיי דרייסטו זיך?
ווי לאנג וואוינסטו שוין דארט?
איך האב א זון דארט, קענסט עם?
מיין ברודער גימפל פלעגט וואוינען דארט, האסט עם געקענט?
ביזטו נישט פון די געצלעקאוויטש משפ'?
אה דאס איז דאך די שמעלקאוויטש, אוודאי קען איך זיי.
און נאך.
ווען א טיר איז אביסל אפען ערגעץ, טרייט מען אריינקוקן ווי שטערקער.
ווען די באבע פרעגט פארוואס קומסטו קיינמאל נישט צו מיר?
ווען דער פעטער זאגט, אהה איך האב דיר שוין לאנג נישט געזעהן.
ווען איינער שפאצירט מיטן ווייב, מוז ער קומען פרעגן וואס טוט זיך?
ער מוז קאלן נאך 11PM ווייל ער האט א פראגע / קאמפלעין אויף הייד פארק.
האסט א ציגערעטל? איך האב, נאר דיינס איז בעסער.
וואס שטופט אריין זיין נאז ווען איינער ליינט עפעס אין א פאבליק פלאץ.
וואס קוקט וועלכע שפראך די האסט אויף דיין סעלפאן, און וועלכע געים די שפילסט.
וואס מוז זיין אייביג דער לעצטער וואס זאגט בא ביי.
תוקן על ידי - jewboy - 07/12/2005 18:22:33
 |
|
|