בקרוב אינטערנעט קפה אין די היימישע ב"פ
אין אפאר וואכן ארום גייט זיך עפענען א כשר'ע אינטערנעט קפה שטיבל אין הארץ פון היימישע געגענט אין בארא פארק.
עס וועט זיין געפירט לויט די הוראות פון רבנים פון געגענט און ספעציעל געמאכט פאר ביזנס לייט וואס ווילן נישט האלטן דעם (טמא'נע) כלי אינדערהיים, לויט ווי כ'האב געהערט וועט עס זעען א עכט כשר'ע אינטערנעט שטיבל.
וואס הייסט כשר?
1] די העכסטע לעוועל פון J'NET
2] בחורים וועלן נישט קענען אריינגיין דארט
3] ספעציעל גאיינגנט פאר היימישע ביזנעס לייט, און נישט פאר סתם ארחי פרחי'ניקעס
4] צו הייד פארק וועט מען קענען אריינגיין נאר דורך מסורת
5] עס ועט זיין אפן ביז ארום 8-9 צייט (כ'ווייס נישט פונקט)
די חסרון דערפון אז איינער וועט שרייבן אויף הייד פארק וועט א צווייטער דאך קענען זעהן ווער יענער איז, דורך די נאמען וואס שטייט פון אויבן
פארשטייט זיך די קול קורא'ס קעגן דעם וועט אויך ארויסקומען מיטן געאסר'טן כלי און נישט מיט קיין טייפרייטער.
אגב.
אויף 62 ערגעץ איז אויך דא א אינטערנעט קפה (נישט קיין כשר'ע) וואס איז אפן ביז 2:30 ביינאכט
|
|