נאכן וואכן לאנג פון דרוק פון צוויי פראמינאנטע פוסקי הדור הגר"מ שטערנבוך ראב"ד הגר"מ בראנדסדארפער חבר הביד"צ בעל ספר "קנה בשם"
וועלכע האבן שוין אפיר געברענגט און דן געווען די שאלה וועגן שייטלען פאר 3 חדשים צוריק וועלכע האבן געקעמפט ווי לייבן קעגן די אלע מלחכי פינכי אנגעפירט פון ר גרשון שטעמער וואס האבן פראבירט פאר יעדן פרייז אפצוהאלטן די עדה החרדית פון צו באהאנדלען די שייטל פראגע און א פאלטשע שלייער פון פרומקייט כאילו אז אין רעזולטאט וועלן אויסקוקן אז די עדה איז מתיר צוגיין מיט שייטלען נאר יעצט איז נאר דא א פראבליעים פון עבודה זרה
אבער די בראווע רבנים וואס האבן מקיים געווען דעם לא תגורו מפני איש האבן מיט גרויס סייעתא דשמיא געקעמפט ווי לייבן פארן עתיד פון כלל ישראל און האבן אפגעשלאגן די אלע פאלטשע שפילערייען (וואס דאס אליין איז ווער אן עקסטערן אשכול) און מיט די הילף פון פול געטרייע ערליכע עסקנים און געלונגענע תחבולות איז זיי ענדליך נאך 5 וואכן ענליך געלונגען איבערצוקלוגן די אומצאליגע מחבלים כרמים,
און די לעצטע מינוט געראטעוועט דעם כבוד פון די עדה החרדית און צווינגען די הנהלה מיט די רבנים ארויסצוקומען מיט א קלארן איסור אויף די שייטלען
חאטשיג דער איסור איז זייע פארווע און וויט פון א דבר השלם אבער בעסער ווי גארנישט איז דאס
וויל די גאנצע וועלט האט זיך געוואונדערט אז אויף יעדע קליינע פירצה שיסט די עדה באלד ארויס מיט א בריוו און ביי ע"ז ארבעטן זיי אזוי באזעסן און איבעגעטראכט