|
|
| נשלח ב-18/5/2004 02:52 |
|
| |
רויטמן30 שרייבט
אהרן רעדט שטותים מיט נארישקייט
נעכטן האט אהרן א דרשה אין קאנטינענטעל ווי עס האבן זיך באטייליגט א געוואלדיגער ציבור פון בחורים און ישיבה קטנה בחור'לעך, ווייל בעלי בתים האבן פארשטאנען אז זיי האבן נישט וואס צי זוכן דארט.
אהרן האט אנגעהויבן א פלפול עצום ונורא אין הלכות עבודה זרה, געפלאכטן מיט זיינע אייגענע בויך סברות און שטותים, געמאכט ליצנות פון כל הקדוש לנו און געוואלט ווייזן פאר די בחור'לעך אז ער איז דער גרעסטער גאון און פוסק.
11:30 איז שוין דער זאל געווען האלב ליידיג, חוץ אפאר מידע בחורים און אפאר היץ קעפ וואס זענען דארט געבליבן, ווי ש. ווידער און אנדערע ליצים וואס האבן געמוזט טרייבן דעם וואגען.
קיין איין רב איז נישט דארט געווען, קיין איין אדמו"ר האט זיך נישט באטייליגט, קיין איין ראש ישיבה קיינער, חוץ אפאר שווענצלעך.
די דרשה האט זיך אויסגעלאזט אזוי ווי עס האט זיך אנגעהויבן מיט גארנישט און נישט.
נאך א ווינדער אז די אהרונים פלאצן.
=====
געזעגענען שרייבט
נישטאמאל דאס פארגינסטו אים.
ענדליך האט זיך געמאכט א געלעגנהייט פאר אהרן ט"ב צו קענען עוסק זיין אין נשים, און דו ווילסט אים פארמאכן דאס מויל.
=====
קניידלזופ שרייבט
איך האב פארשטאנען אז עס איז געווען ליצנות
אז די אהרונים שעמען זיך אזוי שטארק מיט די דרשה אז זיי זענען נישט צו געפונען זייט נעכטען ביינאכט
=====
מקוה_איד שרייבט
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
=====
שדים_טאנץ שרייבט
יהללוך ה' אלקינו כל מעשיך...
=====
קניידלזופ שרייבט
יא יא
די אהרונימלעך שפרינגען און פרובירען צו פארדרייען דעם אשכול
אפשר האט איינער א נישט צענזורירטער טעיפ?
=====
העטעכפעטעך שרייבט
הא הא הא
ווי אזוי גייט דאס שפריך ווארט
אז די הונט בילד איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען (אבער נאך ווי געלונגען).
אדער, ווי אזוי האט יענער "קלוגער יוד" געזאגט, די הונט בילד אין די באן פארט ווייטער.
אבער עס איז נישט קיין סתירה צווישן די צוויי מאמרים, ווייל עס איז דא וואס פירן זיך אזוי, אין עס איז דא פירן זיך אזוי.
פרושים זענען איבעריג, מען זעט ווי אזוי די נעבאכדיגע זאליס צאפלען מיט די נשמה אין די הענט, אט אט, אין דער קרית יואל רב נעמט איין די גאנצע וועלט, מען זעט בחוש ווי עס ווערט פארווירקלעכט רצון קדשו פין רבינו הגה"ק שליט"א, אז דער קרית יואלער רב זאל זיין די מרא דאתרא אויף גאנץ סאטמאר די בכל קצוי תבל, .
אין די נארישע זאלי לוזערס מיינען נעבעך אז מיט זייערע ליצנותער (וואס נאר דאס פארמאגען זיי) וועלען זיי עפעס אויפטוהן, פין דעם אליין ווי מען זעט ווי זיי שימפען אין שעלטען אזוי , דאס איז דער גרעסטער בייוואז פין די אויסערגעווענליכע סוקסעס פין די נעכטיגע דרשה, וואס האט ווי עלעקעריזירט די טוזענטער משתתפים אין ציהערער.
בלייבט נאר איבער צי ווינטשען פאר די נעבאכדיגע זאלי לוזערס עטץ זאלטס אלטס זיין אזוי ציפרידן ווי עטץ זענטס יעצט, (איך ווייס נישט אויב זיי וועלען ענטפערן אמן נאך די ברכה).
=====
קניידלזופ שרייבט
העטעכפעטעך ווען דער באבא וואלט געהאט רעדער
נו אפשר שאפסטו א טעיפ פונעם דרשה?
=====
shabbos_23 שרייבט
Call the hotline 1212-990-6378 and listen for yourself. Press #2
=====
רויטמן30 שרייבט
1) אהרן האט גערעדט פון וואל סטריט זורנאל כאילו ער איז ער עקספערט אין פינאנצן און עקאנאמיע, ער האט געוואלט געפעלן פאר די בחורימלעך וואס זענען דארט געווען.
איז שוין אמאל געווען א רב אין די היסטאריע וואס האט געזאגט פון א וואל סטריט זורנאל ביי א דרשה?
און דער שוטה וויל נאך אז מ'זאל אים האלטן פאר ממלא מקום פון רביה"ק זי"ע - אזא <פליז ריספעקטן רבנים>, וואס האט ער געמיינט.
2) ער האט אויך מבזה געווען הגאון הגדול ר' מאיר בראנדסדארפער שליט"א מיט'ן זאגן אז ער איז גאנץ א גיטער דיין, כלשונו המתוק מדבש (געדעכט).
3) נאכדעם האט ער גערעדסט סתם מנוולות און דברי חשק מיטן רעדן פון שייטלען אז מענער האבן עס ליב (ער איז נישט פון גומי).
ער האט אויך געפינען א סתירה צווישן די צייטונגען, א הארבע סתירה וואס האט מורא'דיג געכאפט אין התפעלות פאר די בחורים און ישיבה קטנה יונגלעך, איין צייטונג זאגט 25 טויזענט און די אנדערע זאגט 50 טויזענט. דער שוטה ווייסט אבער נישט וואס די צייטונגען שרייבן און ליינט נאך ווי דער האן אין בני אדם.
נאך א מזל אז די אהרונים האבן אים אויפגעשטעלט רעדן, זאל כאטש יעדער זען וואס <לעצטע ווארענונג><פליז ריספעקטן רבנים> דאס איז - זאל כאטש די וועלט זען ווער זיי זענען און ווער זייער פהירער איז!
=====
תיבהאישית שרייבט
עס איז פשוט א שאד צו רעדן מיט אזעלכע פערדן און טפשים, (אדער גאר פערד און טיפש, עס איז מסתמא דער זעלבער מענטש, רויטמאן, געזעגענען, איחוד מעמבער וכדו')
ווען די זאליס זאלן נאכאמאל מגולגל ווערן וועלן זיי נישט וויסן וואס זיי פארפאסן ביי ארונישע מסיבות.
ווי האט איינער געזאגט נעכטן, אז בלויז צו הערן די נעכטיגע דרשה פון קרית יואלער רב שליט"א האט זיך געלוינט צו זיין אן ארוני
דאס איז געווען די דרשה פון יאר הונדערט, עס איז געווען ממש הפלא'דיג ווי מ'האט אנדערט האלבן שעה געקענט הערן ווי א נאדל פאלט אראפ. דער זאל איז געווען געפאקט מקצה אל הקצה, און צי רויטמאן וויל צו נישט, בחורים זענען נישט אריינגעלאזט געווארן אינעם זאל צוליב אפס מקום, און דער גאנצער ריזיגער עולם האט זיך געשפירט ווי אין העכערע ספערן
וויפיל מאל די ארונים זאגן עס אז אזא דרשה האבן זיי פון קרית יואלער רב נאכנישט געהערט, איז עס נעכטן נאכאמאל באוויזן געווארן. אזא קלארע, מייסטערהאפטע דרשה, אזוי ארומגענומען דעם גאנצן ענין מצד הלכה, פאקטן, חסידות, מוסר, האט מען נאכנישט געהערט איבער דעם ענין פון שייטלען.
ביי די פייערדיגע דברי כיבושין האט מען געקענט זען רויטע אויגן פון טרערן אין גאנצן זאל
ווען ער האט געענדיגט די דרשה האט מען זיך ממש ווי אויפגעכאפט פון א אנדערע וועלט
איר זאליס קענטסט רעדן וואס איר ווילט. ווייקט זיך ווייטער ביי אייער עם הארצ'ל, און ס'וועט אייך גוט זיין בזה ובבא...
=====
איחודמעמבר שרייבט
יא בחורים נישט בחורים.
אדרבה, וויפיל פון די רויטע אויגן האבן אויסגעטאן דעם שייטל?
איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען. אבער גיט א פרעג די פרויען וועלכע פארן אלץ ארויס צו ק"י, צי זיי גייען אנטאן שפיטצלעך?
דאס מוז איך מודה זיין צו דיר: אודאי וועלן מיר נישט האבן אזא דרשה. ביי אונז הערט מען נישט ראמאנטישע דרשות ווי דאס וואס אהרן שטעלט צו.
אהרן איז מסביר וויאזוי דער מאן האט הנאה פונעם שייטל א.א.וו.
יא! פון דעם קען נאר אהרן רעדן. קיין שום רב בישראל וועט נישט ארומפאטשקען אין די ענינים.
און גיי הער זיך גוט צו צו אהרן'ס ראמאנטישע דרשות, ווייל אויסער ביי די גוים קענסטו דאס נישט האבן.
צלח ורכב.
=====
קניידלזופ שרייבט
איך בין ממליץ פאר יעדעם צו אויסהערן דעם דרשה אויפן האטליין
פארשטייט זיך אז מען זאל קודם צומאכען די אויגען איך זיך אריינלייגען אין א כיתה א MODE
די גרעסטע טומאה אויף דער וועלט איז רוים איז זיי האבען זוכה געווען אריינצוכאפען דעם טומאה אויך
ועוד ועוד
=====
תיבהאישית שרייבט
איך בין ממליץ "נישט" צו הערן די דרשה פון זאלי, אויב מען קען עס הערן ערגעץ ווי
די בויך וועט דיר פלאצן פאר געלעכטער הערענדיג די עם הארצות, די קאפ וועט דיר וויי טאן פון הערן דעם "גרייזיגן" (ח"ו) דברי יואל, און די תאוה וועט דיר ברענגען ביז'ן הימל הערנדיג די "אינערליכע" תאוות פון זאלי
נעמט למשל דעם פאלגענדן קטע פין זיין דרשה
"א פרוי א אשת יפת תואר, נאה בקומתה ויופי במראיה, אז זי טוט נאך אן א יומען העיר שייטל דאס רופט דאך ארויס אזא אינערליכע אהבה וואס ברענגט צו מכשולות"
אדער דעם פאלגענדן קטע
"דער רבי זי"ע האט זייער נישט געהאלטען פין עבודה זרה. איך האב געהערט פון טאטען זאל זיין געזונט אז ער איז אמאל געווען ביים רבי'ן זי"ע און ער האט אזוי געקאכט אויף עבודה זרה."
און ער האט מסיים געווען במתק לשונו:
" אונץ תלמידים פון רבי'ן זי"ע דארפן זיך מונע זיין דערפון. מען דארף נישט נאכשרייען קיינעם, ווייל פארט איז דאס נישט אזא יסודותדיגער ענין ווי דער עירוב, אבער תלמידים פין רבי'ן זי"ע טארן נישט האבן קיין שייכות מיט די עבודה זרה".
ווען זאלי'ס מענטשן האבן שכל, לאזן זיי אים קיינמאל נישט עפענען דאס פיסק ברבים
=====
msavage04 שרייבט
ich hob gihert di drushe es is given a risige olem nuch di drushe hob ich gikolt man vab "shoin arup mit dem sheitel" b"h as mir hoben noch einer vus ken epes oiftien
=====
איחודמעמבר שרייבט
פארפאלן.
עס ארבעט גוט.
די אהרונים שעמען זיך מיט אהרן'ס מנוולות-ראמאנטישע דרשות און פרובירן צו פאררעדן די ציין.
ניין! איך בין ב"ה נישט געווען ביי די ראמאנטישע דרשה אין קאנטינענטאל, אבער כ'האב געהערט נאכזאגן וואס פאר א מנוולות דער אהרן האט גערעדט, ס'איז ממש תסמר שערות אנוש.
איז דען נאך א וואונדער פארוואס די אלע אהרונישע ביקעס וואס דאווענען נישט קיין ווארט זענען עפעס אזוי ענטוזיאסטיש פאר דרשות?
דאס איז גוט פאר זיי און דאס דארפן זיי.
ברוך הוא אלוקינו וכו' והבדילנו מן התועים.
און אהרונימליך גייט אן מיט די גוטע ארבעט. עס איז זייער לייכט ענק ארויסצוברענגען פון די כלים.
=====
העטעכפעטעך שרייבט
עס קוקט אויס ווי די נעבאכדיגע זאליס האבן שוין פארגעסן וואס איך געשריבן פאר דעם לייג איך עס נאכאמאל........
ווי אזוי גייט דאס שפריך ווארט
אז די הונט בילד איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען (אבער נאך ווי געלונגען).
אדער, ווי אזוי האט יענער "קלוגער יוד" געזאגט, די הונט בילד אין די באן פארט ווייטער.
אבער עס איז נישט קיין סתירה צווישן די צוויי מאמרים, ווייל עס איז דא וואס פירן זיך אזוי, אין עס איז דא פירן זיך אזוי.
פרושים זענען איבעריג, מען זעט ווי אזוי די נעבאכדיגע זאליס צאפלען מיט די נשמה אין די הענט, אט אט, אין דער קרית יואל רב נעמט איין די גאנצע וועלט, מען זעט בחוש ווי עס ווערט פארווירקלעכט רצון קדשו פין רבינו הגה"ק שליט"א, אז דער קרית יואלער רב זאל זיין די מרא דאתרא אויף גאנץ סאטמאר די בכל קצוי תבל, .
אין די נארישע זאלי לוזערס מיינען נעבעך אז מיט זייערע ליצנותער (וואס נאר דאס פארמאגען זיי) וועלען זיי עפעס אויפטוהן, פין דעם אליין ווי מען זעט ווי זיי שימפען אין שעלטען אזוי , דאס איז דער גרעסטער בייוואז פין די אויסערגעווענליכע סוקסעס פין די נעכטיגע דרשה, וואס האט ווי עלעקעריזירט די טוזענטער משתתפים אין ציהערער.
בלייבט נאר איבער צי ווינטשען פאר די נעבאכדיגע זאלי לוזערס עטץ זאלטס אלטס זיין אזוי ציפרידן ווי עטץ זענטס יעצט, (איך ווייס נישט אויב זיי וועלען ענטפערן אמן נאך די ברכה).
=====
13Hooper שרייבט
תיבה אישית
פארוואס פעהלט דיר אויס נאכצוטוהן געזעגענען אין די אנדערע באצאהלטע זאליס מיט שרייבען אויסגזוגענע ציטאטען פון זאלי
נישט אז עס קען נישט זיין אמת, נאר ווען ער וועט זאגען זיינע עם הארצישע פסקום אין פסקים אין די וועסט עס שרייבען דא, וועט מען האבען ספיקות, לאז איבער שקר מיט מנוולות פאר די זאליס אין מילך ש
=====
קניידלזופ שרייבט
פארוואס האט מען נישט אפגעדרוקט דעם דרשה אזוי ווי די פון שבת קודש נאכמיטאג?
=====
קאנדאהאר שרייבט
די ווייסט נישט אז די אהרונים שעמען זיך געפערליך מיט די דרשה.
די דרשה וואס דו האסט געזעהן אפגעדרוקט, איז נישט פון ר' אהרן שבת קודש. ס'איז שקר, ער האט עס גע'גנב'ט פון עפעס א ספר סמיכה לפיאה נכריות... כלשון זאלי.
די אהרונים האבן כאטש די מידה פון בני אברהם יצחק ויעקב, זיי זענען ביישנים! זיי האבן א רבי'ן אוןזיי שעמען זיך מיט אים.
די זאליס זענען נאך שטאלץ מיט זייער רבי.
דאס איז דער גאנצער חילוק מר. קניידל.
=====
איחודמעמבר שרייבט
עס איז בעסער צו הערן ווי אהרן אליינס זאגט זיינע ראמאנטישע דרשות.
מען מוז דאס הערן ווייל אנדערש פארשטייט מען נישט וויאזוי ער זאגט עס.
===============
קלארערייד שרייבט
הונדערט נשים אנגעטאן שפיצלעך
עקסטרעמע זאליס, ביטע נישט ליינען די פאלגנדע ווערטער, עס קען שאטן פארן הארץ.
ריזיגער קידוש השם ווען איבער הונדערט נשים צדקניות האבן אויסגעטאן די שייטלעך און אנגעטאן שפיצלעך.
אויפן הייליגן רוף פון קרית יואל רב שליט"א אראפצונעמען די שייטלען וואס דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט גע'אסר'ט.
=====
חורינער שרייבט
איך האלט שוין לאנג אז אהרן טייטלבוים האט אסאך א גרעסער הצלחה ווי דער דברי חיים זי"ע ר"ל.
עס איז נישט קיין סוד.
=====
רויטמן30 שרייבט
איך געדענק נאך ווען ליובאוויטש האט זיך אויגעטאן מיט זייער מבצעים, אז זיי טיען אן תפילין אין מאנהעטן פאר אידן און גוים...
אהרן דער הופערער צאדיק קען זיך רופן אהרן שניאורסאן מיט זיינע טריפה'נע מצוה-טאנקען.
א גליק פארן רבוש"ע
=====
קלארערייד שרייבט
די ענטפערס געפעלן מיר גאר שטארק.
גיס אויס דיין כעס.
איך פארשטיי דיין ווייטאג.
=====
איחודמעמבר שרייבט
טאמער איז עס אמת, דעמאלט ביזטו גערעכט.
אגב, אהרן האט דערמאנט אין זיין דרשה שבת ביי פרקי אבות אז עס איז נוגע נאר האלב קרית יואל.
דאס איז טאקע אמת, ווייל די בני יואל און די ריכטיגע תלמידים פון רביה"ק זי"ע גייען שוין לאנג אנגעטאן אזוי ווי ער האט געוואלט.
===============
חורינער שרייבט
ירושלים: צווי צעטלעך - די זעלבע גרעפיק
אין ירושלים עיה"ק איז ערשיינען פרייטאג צופרי צווי קול קורא'ס איבער די "די פאה נוכרית" סקאנדאל, פון צווי פראמינענטע בתי דינים, איינס פון די העדה החרדית און איינס פון קהל יטב לב דסאטמאר.
די צווי צעטלעך זענען געווען אויסגעשטעלט מט די זעלבע אותיות און די זעלבע גרעפיק, אויפ'ן ירושלימ'ער שטייגער מיט די בא'חנ'טע ווערטער.
=====
איחודמעמבר שרייבט
וואו איז די צווייטע בריוו?
=====
קלארערייד שרייבט
א מופת פון רבין.
=====
שורשנגח שרייבט
ר' ישראל חיים מנשה איז דאך גאב"ד אין ירושלים און ראב"ד אין אמעריקא נו וואס איז די קשיא?
=====
babyfish שרייבט
דא איז נאך א צעטל אויסגעשטעלט מט די זעלבע אותיות און די זעלבע גרעפיק, אויפ'ן ירושלימ'ער שטייגער מיט די בא'חנ'טע ווערטער.
=====
איחודמעמבר שרייבט
און וואס טוט זיך מיט די בריוו פון אהרן?
מ'האט עס נישט געהאנגען אין ירושלים?
=====
KJAlliance שרייבט
די זעלבע תלמידי חכמים ו
והא ראי' זיי נוצן די זעלבע גראפיקער
נישט אומזיסט זענען די ירושלמיער באוויסט פאר חכמים
זינט חעלעם איז חרוב, האבן מיר שוין לאנג נישט געהאט אזאנס
=====
קלארערייד שרייבט
די ירושלימער אידן מיינען אז די בריוו איז א פאשקאוויל. זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהערט פון די נעמען.
מעז יצא מתוק.
פון די פרשה שייטלען האבו די ירושלימער אידן געהערט אז סעיז דא א בית דין הגדול בוומס.
ווען בית דין אין ירושלים וועט נישט קענען פסקנן וועט מען אנפרעגן וומס.
און זיי וולען געבן דעם פסק מיט די זעלבע אותיות....
איך הער אז מען גייט דרוקן א ספר פון מיט די זעלבע אותיות ווי דברי יואל...
=====
שורשנגח שרייבט
ממש ווי די נס חנוכה, איך מיין אז חכמינו ז"ל זאלען מאכן א יו"ט צו אזא מאדנע נס וואס איז געשעהן.
אפשר וועט טאקע זאלי איבערדרוקען די גרייזיגע דברי יואל מיט די זעלבע אותיות?
=====
תיבהאישית שרייבט
בין איך אפשר בלינד?
איך קוק שוין אפאר שעה אויף די צוויי צעטלעך, און די דיפערענצען פון די צוויי צעטלען זענען ממש כרחוק מזרח ממערה.
די אותיות זענען אנדערע
די לשונות זענען אנדערע
איין צעטל איז געפרינט געווארן דורך ה. פרינטינג אין וויליאמסבורג
די אנדערע צעטל איז געפרינט געווארן דורך דפוס מ. אין ירושלים
ועל כולם, אויף איין צעטל איז אונטערגעשריבן גדולי דורינו, רבנים וגאונים, קדושים וצדיקים
אויף די אנדערע צעטל איז אונטערגעשריבן פוסטע ליידיגייער עמי הארצים און שוטים
ווער ס'קען מיר ערקלערן וואס דא גייט פאר זאל מיר ביטע צוליב טין
=====
תיבהאישית שרייבט
אה, ענדליך געטראפן
איין זאך וואס ביידע צעטלען עינדלען
ביידע זענען געפויסט געווארן אויף היידפארק דורעך חורינער
=====
מקוה_איד שרייבט
איך האלט אז מ'פארטשעפעט זיך סתם אזוי אויף די גראדע ווענט..
מ'ברויך צו פארשטיין אז סיז דא טויזענטער אידן און אפשר גאר צענדליגע טויזענטער אידן אין ארץ ישראל וואס זענען אדוק און מקושר צו ר' זלמן לייב שליט"א און זיי האבן ממש נישט געוויסט ווי אזוי זיך צו פירן, ביז סיז ארויסגעקומען דער בריוו פון ר' ז"ל ובית דינו אז סיז דא פירן זיך און סיז דא וואס פירן זיך אזי
=====
APPLE שרייבט
תיבהאישית
ווי אזוי דערקענסטו אויף די צעטלעך ווי עס איז געדריקט?
=====
תיבהאישית שרייבט
איין אות אין די ווילאמסבורגע צעטל האט א. ב. אליינס פרודוצירט און נאר ער ניצט עס.
=====
סיני_ארי שרייבט
דאס אז עס שטייט אין חדרי חרדים מיטן נאמען יוסף90 מיינט נאך גארנישט, ער האט עס קאפירט פון חדשות אנ"ש.
=====
רויטמן30 שרייבט
אויב רעדט מען פון רבנים און פוסקים רעדט מען פון די עדה און פון סאטמארער בית דין.
פון התאחדות הרבנים רעדט מער קיינער נישט, זייט זיי האבן גערופן חורינער צי די אסיפה.
נאך א ווינדער אז די אהרונים פלאצן.
=====
איחודמעמבר שרייבט
אהרן איז שטארק צעקאכט איבער דעם שטארקן בריוו פון ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר.
אהרן'ס בריוו רעדט בכלל נישט צו דער זאך אויסער זיך וועלן חנפענען צו הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א און צו הגאון רבי מאיר בראנדסארפער שליט"א.
ערהייבט אן אז הגר"מ שטערנבוך שליט"א האט מעורר געווען דערויף אבער אנגעקאלט האט ער הרב בראנדסארפער. פארוואס האט ער נישט גערופן הרב שטערנבוך מברר צו זיין די פרטים?
אגב, דערמאנט ער נישט קיין ווארט וואס רביה"ק זי"ע האט געפאדערט פונעם ציבור. דעריבער פרובירט ער יעצט צו רעדן פון שפיצלען.
=====
===============
פליז נישט עפענען נאך אשכולות אויב ס'איז שוין דא א נושא דערפון
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2004 06:47 |
|
| |
2 שייטלעך סאנגס
out of my e maik box
Sung to "If you're happy and you know it, clap your hands"
If you're your Jewish and you know it
Burn your wig
You love God and want to show it
Burn your wig
Unless your instincts were prophetic
And your shaitel is synthetic
Go ahead, you won't regret it
Burn your wig
Semi - custom, fall, or box
Burn your wig
Avodah Zarah's in those locks
Burn your wig
Be it a Freeda, Ralph, or Claire
Might as well be Mother Mary
So be very, very wary
Burn your wig
If it's blond or black or brown
Burn your wig
Don't be the Apikorus in town
Burn your wig
Take it off and don't go near it
Wear a snood you'll have to bear it
Drive a Chevy, but don't wear it
Burn your wig
Do what's right, don't be heretical
Burn your wig
Just stay calm, don't get hysterical
Burn your wig
Your whole life is still ahead
Go put butter on your bread
But no Buddha on your head
Burn your wig!
Here is another one:
One Sheitel, One Sheitel
based on Chad Gad Ya
One sheitel, one sheitel that husband bought for an arm and a leg. One
sheitel, one sheitel.
And came The Sheitelmacher, who put it in her little shop, that husband
bought with his life savings. One sheitel, one sheitel.
And came the European Manufacturer, who sold it to the sheitelmacher, that
husband mortgaged his house to buy. One sheitel, one sheitel.
And came the Hindu Church, who auctioned it to the European manufacturer,
who sold it to the sheitelmacher, that husband paid half a year's salary
for. One sheitel, one sheitel.
And came the Hindu Priest, who cut off the hair, that the church auctioned
off, that the European manufacturer put in the highest bid for, who sold it
to the Sheitelmacher, that husband went into credit card debt to purchase.
One sheitel, one sheitel.
And came the Hindu Pilgrim, who bowed before the priest in an offering to
Vishnu, and he shaved off the hair, which the church auctioned, that the
European manufacturer got for a steal, who sold it to the Sheitelmacher,
that husband created a tzedaka fund for. One sheitel, one sheitel.
And came Rav Eliyashiv, Shlita, who paskended the hair was assur, that the
pilgrim offered to the polytheistic gods, that the barber shaved, that the
church auctioned, that the European manufacturer got his hands on for
bupkis, who he sold to the Sheitelmacher, that husband sold his daughter
into slavery so that he purchase it. One sheitel, one sheitel.
And came the Holy One, Blessed Be He, Who said, "I am the Lord thy G-d, thou
shalt not have any other gods before Me", which Rav Eliyashev took very
seriously, so he paskened the hair was assur that the pilgrim offered to the
other gods, that the barber shaved off, that the church put up on eBay, that
the European manufacturer couldn't believe the deal he got, who sold it to
the Sheitelmacher, that husband got his knee-caps broke because he couldn't
pay off the interest from the loan he got from Goombah Vinny. One sheitel,
one sheitel.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2004 18:11 |
|
| |
תיבהאישית
רבנים זאגן אז אלע שייטלען זענען מותר
א סאך היימישע רבנים זאגן אז אלע שייטלען זענען מותר, ווי למשל הרב ביק, רבי מענדל זילבער, רבי משולם פאלאטשעק, רבי בנימין גרובער, רבי יודל גרובער וכו' וכו'.
זיי זאגן אז די גאנצע עבודה זרה מעשה איז איבערגעטריבן.
מען בעיט די עולם נישט צי קימען צי קיין קאנקלוזשענס וואס מע קען שפעיטער חרטה האבן דערויף.
+++++
JETBLUE
אין ראביי בלאמענקראנץ?
+++++
שדים_טאנץ
תיבה אישית דיינע ווערטער זענען מופרך מעיקרא, ווייל הרב ביק איז אוממעגליך אז ער זאגט אזוי ווייל יעדעס יאר חול המועד האקט ער אויף שייטלעך און שוין יארן וואס ער דערמאנט דעם חשש פון תקרובת עבוזה זרה
ווער געואויר מער פינקטליכער ווער עס איז מתיר, און אויב זיי זענען טאקע מתיר און הערשט דעמאלט וועט מען דארפען זען ווער עס איז א גרעסערע גדול, צי די נעמען וואס די האסט אויסגערעכנט, אדער רבי משה שטערנבוך, רבי שמואל וואוזנער, רבי יוסף שלום אלישיב, רבי ניסים קארעליץ, רבי מאיר בראנסדארפער וכו' וכו'
+++++
shia550
אדרבה שווער צו גלייבען אז רוב פון די רבנים זאגען אז עס איז גארנישט
תיבהאישית אפשר איז דא א בריוו פון זיי
+++++
הכשר
איך האב אויך געהערט עפעס דערוועגן, אבער נאר אויף בלענד שייטלעך, אין אויך נישט מותר לכתחילה, נאר אז עס איז נאך נישט נתברר אז עס קומט טאקע פין אינדיע, אבער אויף יומען הער האלט יעדער אז עס איז אסור מדאורייתא בלי שום פקפוק.
תיבה אישית , אין פרק שטייט חכמים הזהרו בדבריכם!
+++++
13Hooper
איז דאך wacky יא גערעכט, ''עס איז דא וואס האלטען אזוי, אין עס איז דא וואס האלטען אזוי''
+++++
עפשטיין
רבי מענדל זילבער, רבי משולם פאלאטשעק, אין רבי בנימין גרובער זענען נישט קיין חדר אינגלעך
זיי נעמען נישט אזוי שנעל אראפ א איסור פון חשש עבודה זרה און צוויי טעג
+++++
ma_amatsav
החיד"א ווייס התיר אחרי ששלח שליח לבדוק
אין רב ואזנער, רב אלישוב, אדער אנדערע רבנים וואס אגאנץ יאר האקען נישט אויף שייטלע וויא חברי הבד"ץ שליטא האבען נישט געגעבען אן פערזענליכע איסור. רב אלישוב שרייבט עס אפרתי אין ביי רב וואזנער איז ע מבית מרן
+++++
מן_הסתם
איך הער אז קרית יואל'ער רב האט היינט נושא ונותן געווען מיט הגאון הגאון ר' מנחם זכרי' זילבער שליט"א און מיט הגאון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדעל שליט"א און מיט נאך גדולי ישראל.
למעשה ווי איך זעה איז דער קרית יואל'ער רב שטארק נוטה לאיסור און האלט אז אלע שייטלען (חוץ 100 סינטעניש) האבן אין זיך היומען העיר און מ'טאר זיך מיט זיי נישט באנוצן.
+++++
קאנדאהאר
הגאון ר' מענדל זילבער האט נעכטן געזאגט אז נאכדעם וואס ער האט געהערט די דרשה פון קרית יואל'ער רב, וועט ער שוין מיט קיין היתר נישט ארויסקומען, טראצדעם וואס עס איז נישט קלאר וואס יא.
קרית יואל'ער רב האט גערעדט מיט מערערע רבנים און ווי עס קוקט אויס, איז זיין השפעה נישט נאר אויף בעלי בתים און כולל יונגעלייט, נאר אויך אויף וועלט בארימטע פוסקים און תלמידי חכמים מפורסמים, וועלכע זענען מודה לדבריו צוליב זיין קלארקייט אין מברר זיין א זאך ווי א ריכטיגער גדול בישראל, אזוי ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגן פון די דרשה זינטאג נאכט.
+++++
רויטמן30
וועמען ווילסטו איינרעדן אז רבנים געבן זיך אינטער פאר אהרן דער הופערער רבי.
אויב ר' מענדל זילבער האט זיך אינטערגעגעבן, איז עס נאר ווייל מ'האט אים געסטראשעט מיט די בוררות ביזנעס. יעדער ווייסט פינקטליך ווער די אהרונים זענען און ווער דער הופערער שלעגער איז.
אויב איין רב האלט זיך צוריק איז עס נאר וועגן טעראר און אינטערדריקונג וואס אהרן'ס שלעגערס טעראריזירן יעדן וואס גייט נישט אין זייער שפאן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2004 19:21 |
|
| |
Roitman is right, the Aroinim are going around terrorizing people all over, they hit 70+ year old people, they scream on woman on the streets, they make filthy phoney calls
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2004 21:40 |
|
| |
זאלונישע רבנים טרעפן א היתור פאר די שייטלעך.
זיי וועלן שיקן איצחק מאנדל קיין אינדיע ער זאל מגייר זיין די פרויען וואס געבן די האר, און פטור אן עסק.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2004 22:02 |
|
| |
צו די אלע וואס האבן פראבירט צו זאגן אז עס איז נישט ע"ז ממש
לייענטס דעם בריוו מוראדיג
ב"ה, ז"ך אייר ה'תשס"ד מ"ב למ"
כש"ת הרבנים הג' יושבי על מידין מורי וודאין ה' עליהם יחיו! שלום
וברכה!
זה עתה דיברתי בטלפון עם הרהגה"ח מוה' יוסף יצחק בלינוב שליט"א, רב מרכז ב"ב, וגם קבלתי מכתב ממנו, ואני מוצא חובה לנפשי ליידע את מעכתר"ה בהמדובר; ראשית סיפר לי הרב שליט"א הנ"ל כי אמש דיבר חותנו הגאב"ד בני ברק שליט"א עם יהודי עסקן ידוע ונכבד.... מעי"ת..... (הפרטים שמורים אצלנו), אשר היה לאחרונה במוקד "סערת השערות" בהודו, וזה אשר ראו עיניו; בנין של 6 קומות המיועד לתגלחת המדוברת לשם הע"ז. וכך הוא מספר; קומת המרתף היתה נעולה, הקומה הראשונה היתה דחוסה באנשים המתגלחים, והוא הצליח להיכנס לקומה השניה אשר גם שם התגלחו, והיה שם באופן מרכזי בתוככי המתגלחים פסל עבודה זרה של ממש! ובכלל הוא אומר כל האזור מלא פסלים ובלשונו; "הכל פסל אחד גדול של ע"ז".
דומני שהפרטים האלה משמעותיים ביותר כלפי אלה שרצו לדחוק ולומר שהקרבת השיער לא נעשית לפנים מן המחיצות. דבר נוסף מענין לענין באותו ענין כותב לי הרב בלינוב שליט"א; "בנוגע לפאות סינטטיות, זה עתה יצאתי ממעבדת שעטנז אשר בבני ברק שהם בודקים כבר כיומיים וחצי את סוגי הפאות סנטטיות אם אין בהם תערובת של שער טבעי, וכעת המצב הוא שלכה"פ חמש עשרה אחוז מהפאות סנטטיות יש בהם שער טבעי גם כן, ולא משנה אם כתוב סתם סנטטי או כתוב בהוספה מאה אחוז, והיינו הך. וכבר בדקו מכל מיני חברות ויבואנים. (הסיבה לתערובת מובנת).החשש הוא שהשער מהודו או אולי מסין, כי השער הארופאי יקר מידי. אולי בעוד יומיים נדע יותר פרטים".
כאמור מצאתי חובה ליידע את כב' הרבנים שליט"א, ולמותר לציין שציבור היראים לדבר ה' מצפים לחוות דעתכם ולהוראתכם בנדון.
בכבוד ובברכה, דוד מאיר דרוקמן קרית מוצקין.
 |
|
|
|
|
|