פאליציי בעט זיך ביי די ב"פ שומרים
Brooklyn Sout בעה"ב פאליציי האט זיך געבעטן ביי די ב"פ שומרים אז זיי זאלן זיך קומען באטייליגן צו א פארטי וואס זיי מאכן ספעשל פאר די שומרים קארדינעיטער'ס.
די קארדינעיטער'ס פון ב"פ שומרים האבן ענדליך מסכים געווען זיך צו באטייליגן לכ' די קומענדיגע האָלידעי פארטי.
ר' יענקל דאסקאל הי"ו האט ארויסגעברענגט די פרשה פון די CPU אז זיי געבן טיקעטס רעכטס איף לינקס אן קיין שום סיבה, און אן קיין רחמנות, און מ'האט צוגעזאגט אז מ'וועט זעהן קעיר צו נעמען דערפון מיט וואס אלץ מעגליך.
ר' ישעי' ליכטנשטיין הי"ו האט מסביר געווען וואס ס'געשעהט פאר א א יוד נאך וואס ער באקומט א טיקעט, דא דארף מען לויפן באצאלן שכר לימוד און אנדערע געברויכן, און נאַ האסטו א טיקעט אויך אויפן קאפ, און ר' ישעי' האט געזאגט פאר די פאליצאנטן אז מ'דארף האבן מער סקיורעטי און די ברוקלין סאוט געגענט.
ר' בעריש פרייליך הי"ו האט פארציילט אז ער איז ג'אסט צוריק געקומען פון אלבאני וואס דארט איז געווען א אנדעק טאג פאר די סטעיט פאליצאנטן וואס זענען געהארגעט געווארן און טאקע אויפן פלאץ האט ער געבעטן פון די חשובע פארזאמלטע מען זאל אוועק געבן 1 מינוט פאר די אומגעקומענע, און די פארזאמלטע זענען טאקע שטיל געבליבן פאר א מינוט בערך, און אזוי אויך האט ר' בעריש גערעדט לטובת די יידישע קאמיונעטי, און באלויבט אלע הויכראנגיקע פאליצאנטן.
טשיף פאַקס האט אויך ארום גערעדט וואס מ'טרייט אלץ צו טוהן פאר די יידישע קאמיונעטי, און ער האט געזאגט א סאפרייז וואס מען האט געטוהן לטובת הכלל (צוליב טעכנישע סיבות קען איך עס נישט שרייבן) און ב"ה די יידישע פרזעינליכקייטן וואס זענען געווען דארט האבן זייער הנאה געהאט דערפון.
פון די יידישע קאמיונעטי האבן זיך באטייליגט.
ר' בעריש פרייליך הי"ו
ר' יעקב דאסקאל הי"ו
ר' שמחה בערנאטה הי"ו
ר' ישעי' ליכטנשטיין הי"ו
ר' חיים מאיר ראזענבערג הי"ו
ר' מרדכי (מוטי) כץ הי"ו
ר' דוד קאסטו הי"ו
 |
|
|