בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מחלוקת הפוסקים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/5/2004 23:34 לינק ישיר 
מחלוקת הפוסקים

דא וועל איך אריינלייגן די אלע אשכולות וואס איז געבליבן אינדרויסן פון די התאחדות פארזאמלינג, סיי וואס דער עולם טענהט נאר פון ר' אהרן, ר' זלמן לייב, שליט"א'ס האט געזאגט.

איינער וואס וועט עפענען נאך א אשכול פון די דרשות וועט געבלאקט ווערן פון חדשות אנש



אהרן הייבט אן האקן אויף התאחדות


רויטמן30 שרייבט
דער אויסגעשפילטער הופערער איז אהיימגעקומען נעכטן אזוי צושאסן פון די אסיפה אז ער האט געזאגט פאר זיינע שווענץ אין קרית יואל, אז די התאחדות הרבנים איז פארקראכן.

ער האט געשפיגן בליט און געשריגן מיט זיינע געמיינע שפראך אז ער וועט זיך נישט לאזן פון זיי און אז ער וועט ווייסן ווער עס איז באלעבאס.

יעצט לאמיר זעהן צי די אהרונים וועלן נאך שרייען אז זיי האבן די רבנים, ווען זייער אייגענער פיהרער פארפירט געפערליך אז מ'האט אים שיער געמוזט געבן א וואליום.
=====

תיבהאישית שרייבט
פארוואס דערציילן די נארישע זאליס זאכן אן קיין הענט און קיין פיס?

ווען וועט עטץ שוין אמאל דערציילן מעשות וואס קיינער קען נישט אפווענדן?

היינט צופרי האט אהרן גערעדט אין שוהל אין קרית יואל אין ער האט פארציילט וואספארא שטארקע הצלחה די אסיפה איז געוועין. ער האט געזאגט אז די רבנים זענען געוועין גאר שארף קעיגן שייטלען אין כמעט יעדער האט געשטיצט די בריוו פין די התאחדות

איך האב עס געהערט מיט מיינע אייגענע אויערן פין אהרנ'ס מויל, אבער ווען איך ליין היידפארק ווער איך געוואויר אז עמיצער אין ירושלים ווייסט פינקט א פארקערטע מעשה
=====

קאנדאהאר שרייבט
אויב איז איינער דורכגעפאלן איז עס...
תוספות און דער רמב"ם און דער ב"ח...

אויב איר ווייסט נישט פון וואס איך רעד, דאן מאכט צו דעם אשכול.

איבער די פאלגענדע דריי זאכן האבן זיך צוויי לייבן אויסגעקאכט, הגאון ר' מענדל זילבער און הגאון הגדול אהרן טייטלבוים אב"ד ור"מ קרית יואל.

די טענות זענען געגאנגען וויאזוי מ'פסק'ט, צי ווי תוספות אדער ווי דעם רמב"ם, ביידע האבן געברענגט ראיות אויף זיין זייט.

דערנאך האט מען זיך אנגעהויבן טענה'ן איבער א ב"ח.
דער קרית יואל'ער רב האט גע'טענה'ט אז דער צושטעל פונעם ב"ח איז נישט קיין ראי', ווייל דער ב"ח רעדט נאר אויף א אנדערע פאל. (איך געדענק נישט די גענוי שקלא וטרי').

עס איז געווען א ערהאבן בילד צו זעהן ווי צוויי גאונים זענען זיך מחדד בהלכה! דאס איז א בילד וואס האט געכאפט אלע רבנים. קיינער האט געשריגן וועקי איינער אויפ'ן אנדערען, יא, געדעכט, יא גראב! א געדעכטן רמב"ם און א גראבן תוספות!

און וואס מיינט איר האט זאלי געטין דעמאלטס, ווען די צוויי גאונים האבן זיך מפלפל געווען איבער א הלכה.

דער גרויסער עם הארץ האט זיך אזוי געפרייט אז ענדליך האט שוין אהרן נאך א שונא...
נעבעך!

יעצט וועל איך געבן דאס ווארט פאר אלע חברה צו קומען שרייען מנוולות, ראמאנטיש, וועקי, און אפריי ליכןפורים!
=====

קלארערייד שרייבט
איך הער אז קרית יואל רב האט געזאגט פאר ר' יצחק גליק נאך די אסיפה,

הרב גליק, איר האט געהאט א געלונגענע אסיפה, אלע רבנים האבן גענומען דאס ווארט און געזאגט זייער מיינונג.
=====

============


רז"ל ציט צוריק פון חתימה


קלארערייד שרייבט
אכט מינוט צוריק האט הגה"צ אב"ד וומ"ס שליט"א לעולם ועד צוריק געצויגן פון זיין חתימה קעגן שייטלען.


פרטים וועט נאכקומען.
=====

תיבהאישית שרייבט
זאלי'ס דעסיזשען האט געשאפט א שרעקליכע שטורעם אויף די רבנישע וועלט.

סטייטשט די גאון יסוד עולם האט ציריקגעצויגן פין זיין פסק.

וואס טיט מען יעצט?
=====

ווארהייט שרייבט
די פארשטייט נישט שפארוואס.

ביי חסידי'שע אידן ווייסט מען אז א יוד דארף שטענדיג פארשטעלן: וואס וואלט ווען מיין רבי יעצט געטאן, און אזוי דארף מען טאן.

יעצט נאכן אינטערשרייבן, האט זאלי געטראכט וואס וואלט ווען לייטנער יעצט געטאן... ער וואלט ווען זיכער ארויסגעלאפן און צוריקגעצויגן.

ובכן האט אינזער צדיק'ל און קדוש מרחם גלייך צוריקגעצוגן.
=====

(המשך יבוא)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2004 05:22 לינק ישיר 

(המשך)

הגה"צ אבדק"ק זאגט: בעסער אז מען רעד נישט


קלארערייד שרייבט

הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א האט ביי די אסיפה נעכט נישט געוואלט נעמען א שטעלונג. ער איז געווען שטיל. די מקרבים זאגן אז ער האלט אז עס איז בעסער ווען מען רעד נישט.
=====

תיבהאישית שרייבט
ביי די אסיפה אין התאחדות הרבנים איז זאלי געזיצען דארטען ווי א האן אין בני אדם, ער האט ארום געקלאצט אויף אלע זייטען, אויפען דאך אויף די ווענט, אפגעציילט די באלאבס אויפען דזשילאר, ער איז געווען א ביטערע רחמנות, עס האט אויסגעקוקט ווי מען וועט דארפען פארמעדיקס אים ארויס צו טראגען פון דארטען, ער איז נעבעך געזיצען דארטען די פיר שעה פארפרוירען, ער האט נישט געהאט קיין אנהוג וואס מען רעדט דארט, אלע רבנים האבן דאס צוגעזעהן און אפילו זיינע רבנים פילאפף און וויינבערגער האבן אפילו נישט געקוקט אויף דעם עם הארץ
==========

ברעיקינג ניוס: שמואל ט"ב ציפט זאלי!!!!!


שדים_טאנץ שרייבט
א עד ראי' האט מיר דערציילט אז נעכטן ביי די אסיפה האט שמואל טייטלבוים געהאלטן אין איין ציפען זאלי אין האט אים אריינגערוימט אין אויער ער זאל זיך אויך עפעס אנריפען, איינמאל ווען אהרן האט זיך עפעס אנגעריפען האט זיך שמואל ט"ב נאכאמאל ציגעבויגען עפעס זאגען פאר זאלי, זאלי האט זיך נישט געקענט באהערשען און געגעבען א שטילע שריי "משיגענער לאז מיך אפ"!!!
=====

ארגינעלער שרייבט
נו, חסידי זאלי,
ווי זענטס יעצט ווען עס הייבן אן קומען פאקטן וועגן ענקער צדיק?
==========

וואס האט זאלי געזיכט ביי די אסיפה?


תיבהאישית שרייבט
ביי די אסיפה האט הרב דונער זיך באדאנקט פאר קרית יואל רב אז ער האט זיך אזוי אריינגעטאן אין די זאך ווי נאר ער האט געהערט איבער די פראבלעם פין די שייטלען. אלע רבנים האבען אדרעסירט "קרית יואלע רב". ער האט געפירט די אסיפה און האט זיך מפלפל געוועין מיט די מתירים אין ארויסגעהאלפן די מחמירים

זאלי איז געזיצן אויף נאדלען און נישט געקענט אויסהאלטן וויאזוי ער זיצט ווי א אפגעשפילטער און אפגעפאטשער און קיינער פרעיגט נישט זיין מיינונג און קיינער איז נישט אינטערעסירט צי הערן וואס ער האט צי זאגן. נאר מען הערט אויס זיין ברודער, די תלמיד חכם
=====

13Hooper שרייבט
אפשר האט ער דרך ארץ פאר אן עלטערען ברודער
==========

Hisachdas takes a hitch


tzikucht שרייבט
Hisachdas HRAbunim took a shameful hitch on the Shaitel issue, while they are on the subject of banning Indian hair; they are taking advantage of the situation, by banning all human hair.
While every sensible BesDIn, with the tiniest amount of respect to the people who abide by there rulings, understood that it's inappropriate to take this vital and controversial issue and jumble it up imposing old irrelevant rulings. Hisachdus executed there Isur with that in mind, its despicable, unethical, leave alone that it will have the wrong effect and for the long run the consequence are destroying!! What a shame!

Sorry for not writing in Yiddish, I am mobile now.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מחלוקת הפוסקים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext