בֶּעפָאר דֶער אֵייבִּישְׂטֶער הָאט גֶעגֶבְּן דִי הֵיילִיגִע תּוֹרָה פַאר דִי יוּדִישֶׂע קִינְדֶער, אִיז עֶר אַרוּם גֶעגַאנְגֶען צוּ אַלֶע גוֹיִם, אוּן עֶר הָאט זֵיי גֶעפְרֶעגְט אוֹיבּ זֵיי וִוילְן נֶעמֶען דִי תּוֹרָה, הָאבְּן זֵיי גֶעפְרֶעגְט, וָואס שְׂטֵייט אִין דִי תּוֹרָה, הָאט זֵיי דֶער אייבישטער געזאגט, אז אין די תורה שטייט אז מען טאר נישט הארגענען און מען טאר נישט גאנבענען און נישט גלוסטן, און מען דארף פאלגן א טאטע און א מאמע, און מען דארף אפהיטן דעם הייליגן שבת. האבן די גוים געזאגט אז זיי דארפ'ן נישט די תורה.
איז דער אייבישטער געקומען צו די יודישע קינדער און ער האט זיי געפרעגט ווילט עטץ נעמען די הייליגע תורה, האבן זיי נישט געפרעגט וואס שטייט אין די תורה, נאר זיי האבן אלע צוזאמען געזאגט "נעשה ונשמע" מיר וועלן אלעס פאלגן וואס עס שטייט אין די הייליגע תורה,
האט דער אייבישטער אראפ געשיקט פון הימל, טויזענטער מלאכים,אין זיי האבן אנגעטון צוויי קרוינען פאר א יעדען יוד, איינס קעגן "נעשה" און איינס קעגן "נשמע".
ובאו כלם בברית יחד
נעשה ונשמע אמרו כאחד.
אלע וועלטן פון אויבען און פון אינטען האבן זיך געפרייט ווען די יודן האבן גענומען די הייליגע תורה,
עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני
תואר כלה מאד נתעלה, תואר כלה מאד נתעלה
בקבלת תורה מסיני.
די הייליגע תורה איז אונזער לעבן, און אין וועלן מיר זיך פלאגן און לערנען בייטאג און ביינאכט
"כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה"
נשלח ב-23/5/2004 23:19
בס"ד
תורות על חג השבועות
טעמים על מאכלי חלב בשבועות
ווייל די הלכה איז אז מען דארף האבן צוויי באזונדערע ברויטען איינס פאר מילכיג און איינס פאר פליישיג דערפאר עסן מיר מילכיג און דערנאך פליישיג און מיר ברענגען די צוויי ברויטען באזונדער א זכר אויף די צוויי ברויטען וואס מען האט געברענגט שבועות שתי הלחם. ( רמ"א)
ווייל אין זוה"ק שטייט אז די (שס"ה) דריי הונדערט און פינף און זעכציג טעג (365) וואס עס איז דא א יאר זענען אנטקעגן די דריי הונדערט און פינף אין זעכציג מצות לא תעשה וואס עס איז דא אין אין די ףתורה, א יעדן טאג איז מרומז א קעגען אן אנדערע מצות ל"ת, און ווייל אין דעם זעלבען פסוק ווי עס שטייט דער איסור פון עסן מילכיג און פךליישיג שטייט די מצוה פון ביכורים וואס איז נוהג אין שבועות, איז א סימן אז דאס שייך אין דעם זעלבן טאג, דערפאר עסן מיר ביידע מילכיג און פליישיג און מיר זענען נזהר נישט עובר צו זיין אויף דעם איסור ךפון בשר וחלב און דורכדעם איז מען מקיים די מצוה וואס איז קעגן היינטיגן טאג. (שערי תשובה, חדושי הרי"ם )
שבועות מאכן מיר א סיום אויף די מצוה פון ספירת העומר און כדי מען זאל דערקענען אז מיר מאכן א באזונדערע סעודה אויף דעם סיום עסן מיר א מילכיגע סעודה וואס מען איז נישט יוצא די סעודת יו"ט וואס דארף זיין פלייש,דערפאר עסן מיר מילכיג אויך. (מדרש פנחס)
שבועות איז ר"ה פאר די פירות האילן, דערפאר איז דער מנהג אז מען ברענגט די ביימער און בית המדרש אז מען זאל אויף זיי מתפלל זיין, דער תרגום יונתן זאגט אז דער עונש אויב מען איז נישט נזהר און דעם איסור פון בשר וחלב איז אז די פירות האילן וועלן נישט זיין גוטע פירות, דערפאר עסן מיר מילכיג און דערנאך פליישיג צו ווייזען אז מיר זענען יא נזהר אויף דעם איסור פון בשר וחלב, ממילא זאלן די פירות וואס זייערע ר"ה איז היינט געבענטשט ווערן פון השי"ת. (חתן סופר)
דער מדרש זאגט (שוח"ט סי' ח') אז ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל מקבל זיין די תורה האבן די מלאכים נישט מסכים געווען נאר זיי אליין האבן דאס געוואלט מקבל זיין האט השי"ת געמאכט די צורה פון משה רבינו זאל זיין עדליך צו די צורה פון אברהם אבינו און ער האט זיי געזאגט אז נישט ער איז דאס וואס איר האט ביי אים געגעסן בשר בחלב, האבן זיי אים אפגעלאזט, איז דאך לכאורה שווער אויף די מלאכים פארוואס זיי האבן טאקע דאס געגעסן ?.
נאר קען זיין אז די מלאכים האבן נאר געגעסן דעם בשר וחלב דורך דרך טיגון (געפרעגעלט) אבער נישט געקאכט אין מילך, ווייל עס שטיייט "ויקח חמאה וחלב" וכו' ממילא קען זיין אז מען האט מיט דעם פוטער געפרעגעלט די פלייש און אזוי האבן זיי דאס געגעסן, ווייל זיי האבן געהאלטען אז דרך טיגון איז נישט אסור, ווייל באמת זאגט דער פלתי אין יו"ד (סי' פ"ז) אז דאס (געפרעגעלט) ווענד זיך אין א מחלוקת אין סנהדרין (ד"ד:)
וְאְמַר רַבִּי יְהוֹשֻעַ בֶּן לֵוִי, בשעה שעלה משה למרום אמרו מלאכי השרת לפני הקדוש ברוך הוא, רבונו של עולם, מה לילוד אשה בינינו, אמר להן, לקבל תורה בא, אמרו לפניו, חמודה גנוזה שגנוזה לך תשע מאות ושבעים וארבעה דורות קודם שנברא העולם, אתה מבקש ליתנה לבשר ודם, מָה אֶנוֹש כִּי תִזְכְּרֶנוּ וּבֶן אָדָם כִּי תִפְקְדֶנוּ ה' אֲדוֹנֵינוּ מָה אֲדִיר שִׂמְךָ בְּכָל הָאָרֶץ אֲשֶׂר תְּנָה הוֹדְךָ עֲל הַשָׂמַיִם, אָמַר לוֹ הקב"ה למשה, הַחֲזִיר לָהֶן תְּשׂוּבָה, אמר לפניו, רבש"ע מתיירא אני שמא ישרפוני בהבל שבפיהם,
אמר לו, אחוז בכסא כבודי, וחזור להן תשובה,
שנאמר מְאַחֵז פְּנֵי כִּסֵא פַּרְשֵׂז עָלָיו עַנָנוֹ, וְאָמַר רַבִּי תַּנְחוּם, מלמד שפירש שדי מזיו שכינתו ועננו עליו, אמר לפניו, רבונו של עולם תורה שאתה נותן לי מה כתיב בה, אָנֹכִי ה' אֶלֹהֶיךָ אֲשֶׂר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם, אמר להן, למצרים יְרַדְתֶּם, לפרעה הִשְׂתַּעֲבַּדְתֶּם, תורה למה תהא לכם, שוב מה כתיב בה, לא יהי' לך אלהים אחרים, בין העמים אתם שְׁרוּייִן שעובדין עבודת גלולים? שוב מה כתיב בה, זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַׂבָּת לְקַדשׂוֹ, כְּלוּם אַתֶּם עוֹשִׁים מלאכה שאתם צריכין שְׂבוּת, שוב מה כתיב בה לא תשא, משא ומתן יש ביניכם שוב מה כתיב בה, כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶךָ, אב ואם יש לכם? שוב מה כתיב בה לֹא תִרְצָח, לֹא תִנְאָף, לֹא תִגְנוֹב, קנאה יש ביניכם, יצר הרע יש ביניכם? מיד הוֹדוּ לו,שנאמר ה' אֲדוֹנֵינוּ מָה אֲדִיר שִׂמְךָ בְּכָל הָאָרֶץ וְאִילוּ תְּנָה הוֹדְךָ עֲל הַשָׂמָיִם לא כתיב, מִיַד כָּל אֶחָד וְאֶחָד נַעֲשֶׁה לוֹ
אוֹהֵב, וּמָסַר לוֹ דָבָר, שנאמר עָלִיתָ לַמָרוֹם שָׂבִיתָ שֶׂבִי לָקַחְתָּ מַתָּנוֹת בָּאָדָם, בִּשְׁכַר שֶׂקָראוּךָ אדם לקחת מתנות, אף מלאך המות מסר לו דבר, שנאמר וַיִתֵּן אֶת הַקְטוֹרֶת וַיְכַפֵּר עַל הָעָם, ואומר וַיַעֲמוֹד בֵּין הַמֵתִים וּבֵין הַחַיִים וגו', אי לאו דאמר ליה, מי הוה ידע: ואמר רבי יהושע בן לוי, בשעה שירד משה מלפני הקדוש ברוך הוא,בא שטן ואמר לפניו, רבונו של עולם תורה היכן הוא, אמר לו, נתתיה לארץ, הלך אצל ארץ, אמר לה, תורה היכן הוא, אמרה לו אֶלֹהִים הֵבִין דַרְכָּה וגו'. הלך אצל ים ואמר לו, אין עמדי. הלך אצל תהום אמר לו, אין בי,שנאמר תְּהוֹם אָמַר לֹא בִּי הִיא וְיַם אָמַר אֵין עִמָדִי, אַבַדוֹן וּמָוֶת אָמְרוּ בְּאָזְנֵינוּ שָׂמַעְנוּ שִׁמְעָהּ. חזר ואמר לפני הקדוש ברוך הוא, רבונו של עולם חיפשתי בכל הארץ ולא מצאתיה. אמר לו, לך אצל בֶּן עַמְרָם, הלך אצל משה, אמר לו תורה שנתן לך הקדוש ברוך הוא היכן היא, אמר לו, וכי מה אני שנתן לי הקדוש ברוך הוא תורה, אמר לו הקדוש ברוך הוא למשה, משה, בַּדָאִי אתה? אמר לפניו, רבונו של עולם,חַמוּדָה גְנוּזָה יש לך שאתה מִשְׂתַּעֲשֵׂעַ בָּה בכל יום,אני אחזיק טובה לעצמי? אמר לו הקדוש ברוך הוא למשה, הואיל וּמִיעַטְתָּ עצמך, תִּקְרָא על שמך, שנאמר זִכְרִי תוֹרַת מֹשֶה עֲבְדִי וגו':
ס'שטייט אין די הייליגע משנה אין מס' ברכות (דף י"א.) בשחר מברך שתים לפניה ואחת לאחרי' וכו', ביי שחרית זאגט מען צוויי ברכות פאר קריאת שמע, און איין ברכה נאך קר"ש.
פרעגט די גמרא וואסערע צוויי ברכות דארף מען זאגן פאר קר"ש. א"ר יעקב א"ר אושעיא (שם עמוד ב') יוצר אור ובורא חושך וכו'. פרעגט די גמרא ווייטער ואידך מאי היא, און וואס איז די צווייטע ברכה. אמר רב יהודה אמר שמואל אהבה רבה, אזוי אויך האט ר' אלעזר געלערנט מיט זיין זוהן ר' פְּדָת אז מען דארף זאגן אהבה רבה, תניא נמי הכי אין אומרים אהבת עולם אלא אהבה רבה אז מען דארף זאגן אהבה רבה. אבער די רבנן זאגן אז מען דארף זאגן אהבת עולם. און זיי ברענגן א ראי' פון א פסוק, ווייל ס'שטייט (ספר ירמי' ל"א ב') וְאַהֲבַת עוֹלָם אַהַבְתִּיךְ וגו'.
זאגט די גמרא ווייטער, אן אנדערע הלכה, אמר רב יהודה אמר שמואל, ווען איינער שטייט אויף ציפרי, דארף ער זאגן ברכת התורה, נאך פאר ער ליינט קריאת שמע. אבער אויב ער האט שוין געליינט קר"ש מיט די ברכות, און ער דערמאנט זיך אז ער האט נאך נישט געזאגט ברכת התורה, דארף ער מער נישט זאגן ברכת התורה, שכבר נפטר באהבה רבה, ווייל "אהבה רבה" האט אים שוין גע'פטר'ט פון ברכת התורה. איז רש"י מפרש, ווייל אין די ברכה פון "אהבה רבה" שטייט "מעין ברכת התורה", ותן בלבינו בינה, ללמוד וללמד וכו'. תוס' ברענגט אויף דעם, בשם תלמוד ירושלמי, והוא ששנה על אתר, אז דאס וואס שמואל זאגט, אז מען איז יוצא ברכת התורה מיט אהבה רבה, איז נאר ווען ער לערנט גלייך נאך אהבה רבה. [תוס' זאגט דארט אבער, אז דאס איז נאר ווען ער איז יוצא ברכת התורה מיט אהבה רבה, אבער טאמער מען זאגט געהעריג ברכת התורה, האט מען מיט דעם יוצא געווען אויף א גאנצן טאג, אפילו מ'האט נישט תיכף געלערנט].
דער רי"ף ברענגט די לשון פון די גמרא אזוי, ברכה שני' מאי היא, וואס איז די צווייטע ברכה פון ברכות קר"ש, אמר רב יהודה אמר שמואל "אהבה רבה", און די רבנן
זאגן "אהבת עולם". תניא נמי הכי אז מ'זאגט אהבת עולם. און ס'איז אויך דא א ראי' פון א פסוק אין ספר ירמי' "ואהבת עולם אהבתיך". און דער רי"ף פסק'נט טאקע אזוי להלכה ווי די חכמים, און מ'דארף זאגן "אהבת עולם". זאגט ווייטער דער רי"ף, אז דאס וואס רב יהודה אמר שמואל זאגט , אין זיין צווייטע הלכה, פון הלכות ברכת התורה, דאס לשון "שכבר נפטר באהבה רבה", [פארוואס שטייט נישט "אהבת עולם"], דאס איז נאר ווייל שמואל גייט לשיטתו, וואס ער האלט אז מען דארף זאגן "אהבה רבה", אבער מיר פסק'נען דאך אזוי ווי די רבנן אז מ'זאגט "אהבת עולם".
פרעגט דער הייליגער בני יששכר צוויי קשיות, א) פארוואס דערמאנט דער רי"ף -נאר בדרך אגב- די הלכה פון רב יהודה אמר שמואל אז אהבה רבה פטר'ט פון ברכת התורה. פארוואס זאגט ער נישט ארויס קלאר די הלכה פון רב יהודה אמר שמואל. [אזוי ווי דער רא"ש (פ"א סי' י"ב), וואס ער ברענגט די זעלבע פסק דין, ווי דער רי"ף, און נאך דעם (אין סי' י"ג) ברענגט ער אראפ די הלכה פון רב יודא אמר שמואל, און אויך דעם ירושלמי]. עס איז דאך נישט דא קיין שום מא"ד וואס קריגט זיך מיט אים. און טאמער וועסטו וועלן ענטפערן א דוחק תירוץ אז ווייל ער ברענגט שוין אראפ די הלכה בדרך אגב, ווייסט מען שוין אין איינוועגס די הלכה אויך, איז דאך נאך אלץ שווער, פארוואס ברענגט דער רי"ף נישט די וויכטיגע הלכה פון תלמוד ירושלמי, "והוא ששנה על אתר".
נאך איז שווער ב) רש"י הק' איז מפרש אויף די מימרא פון רב יהודה אמר שמואל "אבל משקרא קר"ש אין צריך לברך שכבר נפטר באהבה רבה", ווייל אין אהבה רבה איז דא די ווערטער "ותן בלבינו בינה, ללמוד וללמד וכו'". איז דאך שווער, פארוואס זאגט רב יהודה אמר שמואל "שכבר נפטר באהבה רבה", זאל ער זאגן "שכבר נפטר בהגומל חסדים טובים" [בברכת השחר], וואס דארט שטייט דאך אויך "שתרגילנו בתורתיך ודבקינו במצותיך" וואס דאס איז אויך "מעין ברכת התורה".
נאר כדי צו פארענטפערן די קשיות, וועלן מיר מקדים זיין. די מנהג ישראל תורה איז צו עסן שבועות מילכיגס, (מובא ברמ"א או"ח סי' תצ"ד סעיף ג'), וטעמא בעי. נאר, ס'איז ידוע אז מילכיגס ווייזט אויף חסד, [וועגן צוויי טעמים, א) ווייל מילכיגס איז ווייס, און ווייס ווייזט אויף מדת הרחמים (חסד). ב) ווייל חָלָב איז ר"ת ל'הגיד ב'בוקר ח'סדך (תהלים צ"ב)]. יעצט איז שווער, וואס קומט חסד צו שבועות. נאר דער תוספות יום טוב (במס' ברכות) פרעגט, פארוואס ביי ברכת המזון זאגט מען, נברך "לאלקינו" שאכלנו משלו, וואס דאס איז מדת הדין, און ווען מען איז עולה לתורה, זאגט מען ברכו את "השם" המבורך, וואס דאס איז מדת החסד. ענטפערט דער תוספות יו"ט, ווייל דער בוכ"ע האט באשאפן די וועלט לכבודו, איז ער פאר אונז א הער, און א הער דארף מן הדין שפייזן זיינע קנעכט, וועגן דעם זאגט מען נברך "לאלקינו", ווייל ער שפייזט אונז מן הדין. אבער די תורה, וואס מן הדין דארפן מיר נישט צו באקומען די תורה, נאר דער בוכ"ע האט געטוהן מיט אונז א חסד, און האט אונז געגעבן די תורה, וועגן דעם זאגט מען ברכו את "ה'" המבורך, מיט מדת הרחמים. יעצט פארשטייט מען שוין, שבועות האט דער בוכ"ע געטוהן מיט אונז דעם גרויסן "חסד" און האט אונז געגעבן די תורה מיט מדת הרחמים, וועגן דעם עסט מען מילכיגס, וואס דאס ווייזט אויף מדת החסד.
יעצט קענען מיר שוין פארענטפערן די צווייטע קשיא, ווייל מיט די ברכה "שתרגילנו בתורתיך", קען מען נישט יוצא זיין ברכת התורה. ווייל די ברכה פון שתרגילנו בתורתיך איז נאר א בקשה, אז מ'זאל לערנען תורה מיט חשק, און פארשטיין דאס לערנען. אבער ברכת התורה, דארף צו זיין א ברכה פון "שבח והודאה" אויף די תורה הקדושה, וואס דער בוכ"ע האט אונז געגעבן מיט מדת החסד, כנ"ל.
און דאס איז טאקע שווער געווען פארן רי"ף. אמער, "אהבה רבה" איז דאך אויך נאר א בקשה, און נישט קיין שבח והודאה, ווי אזוי קען מען מיט "אהבה רבה" יא יוצא זיין ברכת התורה. נאר, מוז מען זאגן, אז דער רי"ף לערנט, אז דאס וואס שמואל זאגט שכבר נפטר באהבה רבה, אז מיט אהבה רבה קען מען זיך פטר'ן "ברכת התורה", מיינט, אז מען ווערט גע'פטר'ט דורך די ערשטע צוויי ווערטער "אהבה רבה", וואס אהבה רבה איז טייטש א גרויסע ליבשאפט, וואס דאס מיינט חסד, און די תורה איז דאך אויך געגעבן געווארן מיט חסד, וועגן דעם קען מען זיך פטר'ן ברכת התורה מיט אהבה רבה. און וועגן דעם פסק'נט טאקע די ירושלמי, והוא ששנה על אתר. ווייל, וויבאלד נאר די ווערטער "אהבה רבה" פטר'ט ברכת התורה, און ס'איז נישט מבואר בפירוש, אז ס'גייט ארויף אויף די שבח פון נתינת התורה, וועגן דעם מוז מען תיכף לערנען, און מיטן לערנען, ווייזט מען אז די כוונה פון "אהבה רבה" איז א שבח אויף נתינת התורה.
אבער לויטן רי"ף, וואס ער פסק'נט אזוי ווי די חכמים, אז מען זאגט "אהבת עולם", וואס דאס איז טייטש א וועלטליכע ליבשאפט, אזוי ווי א טאטע וואס האט ליב זיין זוהן. אבער די תורה איז דאך נישט קיין גשמיות, לויט אים קען מען טאקע נישט יוצא זיין ברכת התורה מיט אהבת עולם. במילא איז שוין פארענטפערט די ערשטע קשיא, פארוואס דער רי"ף ברענגט נישט אראפ רב יהודה אמר שמואל'ס הלכה, נאר בדרך אגב. ווייל לויטן רי"ף שטימט נישט די הלכה, ווייל אז מ'זאגט אהבת עולם קען מען נישט יוצא זיין מיט דעם ברכת התורה. און אז ער קריגט זיך שוין מיט די הלכה, דארף ער שוין נישט ברענגן די אנדערע הלכה פון תלמוד ירושלמי, "והוא ששנה על אתר". [אבער דער רא"ש, קען יא ברענגן די הלכה פון רב יודא אמר שמואל, ווייל דער רא"ש ברענגט צום סוף, אז מיר מאכן א פשרה, אז ביי שחרית זאגט מען "אהבה רבה", און ביי מעריב זאגט מען "אהבת עולם", און אז מ'זאגט "אהבה רבה", קען מען טאקע פטר'ן "ברכת התורה"]. במילא איז שוין אלעס פארענטפערט.
הגה"ה: יעצט פארשטייט מען שוין אונזער מנהג, אז שבת ויו"ט זאגט מען אהבה רבה, און אינדערוואכן זאגט מען אהבת עולם. ווייל, הכל מודים [סיי די חכמים וואס זאגן אז מען האט געגעבן די תורה ו' סיון, און סיי ר' יוסי וואס זאגט ז' סיון], אז מען האט געגעבן די תורה אום שבת. וועגן דעם זאגט מען שבת "אהבה רבה", ווייל שבת האט דער בוכ"ע געטוהן מיט אונז די חסד, און אונז געגעבן די תורה. אויך יו"ם טו"ב וואס איז בגימטריא חכמ"ה וואס דאס איז תורה, זאגט מען אויך אהבה רבה.
(בני יששכר מאמרי חודש סיון מאמר מעלת החג אות ה' ו')
הטקסט שלך כאן
אזוי ווי "נעשה ונשמע" פון די אידן, אזוי זאל אויך זיין אויבן
וישב משה את דברי העם אל ה' (שמות יט-ח).
משה רבינו האט געוואלט אויפוועקען אויבן אין הימל מדה כנגד מדה. אזוי ווי די אידן האבן געענטפערט "נעשה ונשמע" - אזוי אויך זאל דער אייבערשטער שטענדיג ענטפערן אויף די אידישע תפילות און בקשות: "נעשה ונשמע". "וישב משה את דברי העם" - משה רבינו האט צוריק געקערט די רייד פון די אידן, "אל ה'" - אז די רייד זאל אויך געהערט ווערן פון דעם אייבערשטען.
(מהר"ש מבעלזא)
מיט אחדות איז אזוי ווי מען איז מקיים די גאנצע תורה
ויענו כל העם יחדיו ויאמרו כל אשר דבר ה' נעשה וגו' (שמות יט-ח).
צווישן די תרי"ג מצוות וואס דער אייבערשטער האט באפוילן די אידישע קינדער, זענען דא מצוות וואס זענען נישט שייך פאר אלע אידן. ווי צום ביישפיל מצוות פון כהנים אדער לוים, מצוות פון א מלך ישראל אדער א כהן גדול. אבער ווען אידישע קינדער זענען באחדות, איז דאס גאנצע פאלק ווי איין מענטש און איין נשמה. דאן ווערט גערעכענט די מצוות פון איין איד אויך פאר די אנדערע אידן, און עס איז אזוי ווי אלע אידן זענען מקיים די אלע תרי"ג מצוות. דאס קען זיין דער רמז אין פסוק: "ויענו כל העם יחדיו" - אז דאס גאנצע פאלק איז געווען צוזאמען מיט אחדות און ליבשאפט, דאן: "ויאמרו כל אשר דיבר ה' נעשה". - אלעס וואס דער אייבערשטער האט באפוילן וועלן מיר טוהן. ווייל מיר האלטן זיך צוזאמען, און די מצוות ווערן גערעכענט ווי אלע אידן האבן זיי מקיים געווען.
(משך חכמה)
"ה' אלקינו ה' אחד" - א ריכטיגע ענטפער אויף ביידע מצוות
וידבר אלוקים את כל הדברים האלה לאמור (שמות כ-א). מלמד שהיו עונין על הן הן, ועל לאו לאו (רש"י בשם המכילתא).
אויף די מצוות "עשה" האבן די אידן געענטפערט: "יא", און אויף די מצוות "לא תעשה" האבן זיי געעטנפערט: "ניין". לכאורה דארף מען פארשטיין, די גמרא זאגט דאך אז די ערשטע צוויי דברות: "אנכי ה' אלקיך", און "לא יהיה אלהים אחרים" - איז געזאגט געווארן אויף איינמאהל, וואס האבן די אידן געענטפערט אויף דעם? - האבן זיי געענטפערט "יא" - דאן שטימט דאס נישט מיט די צווייטע מצוה. האבן זיי געענטפערט "ניין" - דאן שטימט דאס נישט מיט די ערשטע מצוה?
נאר ווען די אידן האבן געזעהן אז מען קען נישט ענטפערן אויף די צוויי מצוות א אייניגע תשובה, האבן זיי אויסגעשריגן: "ה' אלקינו ה' אחד"! - וואס דאס איז א גוטע ענטפער אויף ביידע מצוות. דאס זאגן מיר אין די זמירות שבת: "ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד, ופתחו וענו ה' אחד, ברוך הנותן ליעף כח". - ווען די אידן האבן געזעהן אז זיי קענען נישט ענטפערן קיין ריכטיגע ענטפער אויף די ערשטע צוויי מצוות, האבן זיי באלד אויסגעשריגען: "ה' אחד".
(מהר"ש מבעלזא)
ישראל קדושים הם
אנכי ה' אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים
זאגט דער מדרש אז ווען דער אויבערשטער האט געזאגט " אנכי ה' אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים'' האט משה געמאכט די ברכה "שלא עשני גוי".
מ'קען זאגן פשט אינעם מדרש, לוט ווי די גמרא זאגט אז ווען די אידן האבן געדארפט אריבער גיין די ים סוף האט ער זיך נישט געוואלט שפאלטן פאר די אידן , און האט גע'טענה'ט אז אויך די אידן האבן געדינט עבודה זרה פונקט אזוי ווי די מצריים, האט איהם דער אויבערשטער געזאגט ס'איז א גרויסע חילוק פון א שוגג צי א מזיד די אידן האבן געדינט די עבודה זרה בשוגג, און די מצריים האבן זיי געצווינגן צו זיין שלעכט, אבער די מצריים האבן געדינט ע"ז במיזד ,און האבן נישט געגלייבט אין מיר האט זיך דער ים געשפאלטן.
די גמרא זאגט אז אין אמתן וויל יעדער איד זיין ערליך און גוט , נאר די יצר הרע לאזט נישט, און פארדרייט דעם קאפ פונעם מענטש, די זעלבע איז געווען מיט די אידן אין מצריים, טיף אין הארץ האט יעדער געוואלט דינען דעם אויבערשטן נאר דער יצר הרע האט זיך געשטארקט אויף זיי,און זיי האבן געדינט די ע"ז.
לויט דעם איז אזוי פשט אין פסוק אנכי ה' אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים איך בין דער אויבערשטער וואס האט דיך ארויס געצויגן פונעם לאנד מצרים, איז דאך שווער די קשיא, וואס דער ים האט געפרעגט די אידן האבן אויך געדינט ע"ז, און פארוואס זענען זיי אנדערש פון די מצרים? אויף דעם איז דער תירוץ אז אידן האבן געדינט ע"ז בשוגג און באונס און באמת האבן זיי געוואלט זיין ערליך, נאר דער יצר הרע האט זיי נישט געלאזט אבער די גוים האבן געדינט ע"ז במזיד און ברצון, דערפאר קומט יא פאר די אידן אז זיי זאלן אויסגעלייזט ווערן פון מצרים דערפאר האט משה רבינו געמאכט די ברכה "שלא עשני גוי" אז די אידן זענען נישט אזוי ווי די גוים ווייל די אידן משפט מען נישט אזוי ווי די גוים נאר זייערע עבירות ווערן גערעכנט ווי שוגגים און אונסים.
(עצי חיים)
נשלח ב-23/5/2004 23:52
שלשת ימי הגבלה
א) דער דריטער, פערטער און פינפטער טאג פון חודש סיון ווערן אנגערופען: "שלשת ימי הגבלה". דאס מיינט די 3 טעג פון באגרעניצן דעם בארג סיני, קיינער זאל דארט נישט ארויפגיין אויף דעם פלאץ ווי די הייליגע שכינה וועט אראפ קומען פון הימל און זיך באווייזען פאר די אידן און געבן פאר זיי די הייליגע תורה.
ב) אין די "שלשת ימי הגבלה" איז שוין נישט קיין ענין צו טרויערן אזוי ווי אין די ספירה טעג, און מען מעג זיך שוין אפשערן די האר און באנייען קליידער, ווי אויך טוהן אנדערע זאכן וואס מען האט נישט געטוהן אין די ספירה טעג.
מנהגי ערב שבועות
א) ערב שבועות איז א מנהג אויפצוהענגן בלומען און ביימער אין די הייזער. אויך אין בית המדרש שטעלט מען אוועק ביימער ביים עמוד פון דעם בעל תפילה, ביים ארון הקודש און אויף די בימה. מיט דעם מאכען מיר אן אנדענק צו מתן תורה, וואס איז געגעבן געווארן אויף בארג סיני וואס איז באוואקסן געווארן מיט גראז און ביימער. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: (שמות לד-ג) "גם הצאן והבקר אל ירעו אל מול ההר ההוא" (אז די שאף און רינדער זאלן נישט פאשען אויף דעם בארג). פארשטייט מען פון דעם אז אויפן בארג סיני איז געווען גראז צו פאשען. ב) מען דארף אוֹיפְפַּאסֶען נישט אראפ צו רייסען צווייגען פון פרוכט-ביימער וועגן "בל תשחית", נאר פון געווענליכע בלעטער ביימער.
ג) ערב שבועות איז א מצוה זיך צו שערן די נעגל און די האר און זיך טובל'ן לכבוד יום טוב, כדי זיך מטהר צו זיין פאר יום טוב. לכתחלה דארף מען זיך שערן די האר פאר חצות.
ד) די יום טוב'דיגע קליידער דארפן זיין שענער און טייערע פון יעדן שבת.
מנהגי ליל שבועות
א) מעריב דאווענט מען שפעט, ווען עס איז שוין זיכער נאכט. ווייל ביי ספירת העומר שטייט אין פסוק: "תמימות תהיינה", אז עס דארפן זיין גאנצע 7 וואכן.
ב) מען דאווענט מעריב מיט דעם נוסח און ניגון פון יום טוב. ביי "אהבת עולם", איז אין בעלזא א מנהג אז דער בעל תפילה הייבט אהן אויסצולאזען פון: "תורה ומצוות חוקים ומשפטים וכו'".
ג) דער מנהג איז צו צינדען ליכט פאר די סעודה (אויסער ווען שבועות איז פרייטיג צו נאכטס). מען מאכט קידוש אזוי ווי יעדע יום טוב, און מען זאגט "יעלה ויבוא" ביים בענטשן.
ד) די ערשטע נאכט שבועות, איז א מנהג אז די מענער זענען אויף און זיי לייגען זיך נישט שלאפן. נאר מען לערנט תורה א גאנצע נאכט און מען זאגט "תיקון ליל שבועות". ווייל ווען דער אייבערשטער איז אראפ געקומען אויפן בארג סיני, צו געבן די תורה פאר די אידן, וואלט געדארפט זיין, אז די אידן זאלן שוין ווארטן פון פריער. האט אבער דער שטן געמאכט אז די אידן זאלן פארשלאפען. אזוי האט משה רבינו געמוזט ארום גיין און אויפוועקן אלע אידן און זיי ברענגען צום בארג סיני. און ווייל דער אייבערשטער איז שוין געווען גרייט און געווארט פאר די אידן, דערפאר זענען מיר אויף א גאנצע נאכט, און מיר בעטן דעם באשעפער ער זאל אונז מוחל זיין אויף דעם וואס מיר זענען פארשלאפן ביי קבלת התורה.
ה) כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע האט געזאגט, אז: "תערוך לפני שלחן" (תהלים כ"ג) איז די זעלבע ראשי תיבות פון "תיקון ליל שבועות". אז ווען מען באטייליגט זיך ביי א טיש פון א רבי א צדיק, קען מען די זעלבע מתקן זיין ווי מען זאגט "תיקון ליל שבועות".
ו) ווען מען זאגט די תרי"ג מצוות, זאל מען אינזינען האבן אז מען איז מקיים די מצוות מיט זיין זאגען.
ז) פון אר"י הקדוש זי"ע ווערט געברענגט, אז דער וואס איז אויף א גאנצע נאכט און ער שלאפט גארנישט, איז פארזיכערט אז ער וועט אויסלעבן זיין יאהר און קיין שום שאדען וועט איהם נישט געשעהן.
מנהגי חג השבועות
א) פסוקי דזמרה און שחרית דאווענט מען מיט דעם נוסח און ניגון פון יעדע יום טוב.
ב) פאר דער כהן זאגט "ברכו" ביי "קריאת התורה" זאגט מען די "אקדמות", דעם "שיר" וואס ר' מאיר חזן זצ"ל האט מתקן געווען. ווייל אין די אקדמות ווערט דערצעהלט די גרויסקייט פון באשעפער, וועלכע האט באשאפן די גאנצע וועלט און אלעס וואס געפונט זיך אין איהר, און אז אויך די מלאכים און שרפים לויבן דעם הייליגן באשעפער. ער האט דאס געשריבן אין אראמיש, ווייל ער האט נישט געוואלט אז די מלאכים זאלן איהם מקנא זיין פאר זיין געוואלדיגן שיר, און אראמיש פארשטייען נישט די מלאכים.
ג) דעם ערשטן טאג נאכן דאווענען איז א מנהג צו עסן מילכיגע עסענווארג. מען דארף אוֹיפְפַּאסֶען אין אלע חומרות פון פליישיג און מילכיגס אזוי ווי א גאנץ יאהר. א האלבע שעה נאך די מילכיגע סעודה, קען מען עסן די פליישיגע סעודה. מען עסט נישט קיין געזאלצענע געלע קעז וואס מען מוז ווארטן נאך זיי 6 שעה ביז מען עסט פליישיגס.
ד) דער טעם פון דעם מנהג איז, ווייל ביז מען האט געגעבן די הייליגע תורה פאר די אידן, האבן זיי נישט גע'שחט'ן די בהמות ווי דער דין איז, און אויך זייערע טעפ זענען געווען טריפה. יעצט אבער, ווען זיי האבן באקומען די תורה און זיי האבן געהערט אז מען מוז עסען נאר כשר'ע פלייש, האבן זיי נישט געקענט קאכן די פלייש ווייל די טעפ זענען געווען טריפה, און כשר'ן טעפ מעג מען דאך נישט יום טוב. דערפאר האבן זיי געקענט עסען נאר "מילכיגס". וועגן דעם מאכן מיר אן אנדענק און מיר עסען אויך מילכיגס.
ה) נאך א טעם, ווייל די תורה האט 613 מצוות. 248 מצוות "עשה" קעגן די 248 גלידער פון דעם מענטש, און 365 מצוות "לא תעשה" קעגן די 365 טעג אין יאהר. און אז דו וועסט אויסרעכענען, וועסטו זעהן אז די "לא תעשה" פון קאכן פלייש מיט מילך צוזאמען, געפאלט אין שבועות.
ו) דעם צווייטן טאג יום טוב זאגט מען "מגילת רות". ווייל אין מגילת רות ווערט אויסגערעכענט דער יחוס פון דוד המלך ע"ה וואס איז געבוירן געווארן און נפטר געווארן אין שבועות. און וועגן דעם כבוד פון דוד המלך ע"ה לייענט מען "מגילת רות".
אַקְדָּמוּת מִילִין איידער איך הייב אהן צו רעדען
וְשָׁרָיוּת שׁוּתָא, און איך באגער צו שפרעכן
אַוְלָא שָׁקִילְנָא צום ערשט וועל איך נעמען
הַרְמָן אן ערלויבעניש
וּרְשׁוּתָא. און רשות פון דער אייבערשטער.
וּמִתְפַּנְקִין און זיי וועלן האבן פארגעניגען
וְרַוֵי און זיי וועלן זיך זעטיגן
בְּכַסֵּי רְוָיָתָא. מיט זעטיגע כוסות.
חֲמַר מְרַת פון אלטע גוטע וויין
דְּמִבְּרֵאשִׁית וואס איז נאך פון "בריאת העולם"
נְטִיר איז עס אפגעהיטען
בֵּי נַעֲוָתָא. אין דער קעלער.
זַכָּאִין אזוי ווי איהר האט זוכה געווען
כַּד שְׁמַעְתּוּן ווען איהר האט געהערט
שְׁבַח דעם לויב
דָּא שִׁירָתָא. פון דעם געזאנג.
קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן אזוי זאלט איהר האבן די זכות צו זיין באשטימט
בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא. אין די חברותא פון די צדיקים.
וְתִזְכּוּן און איהר זאלט זוכה זיין
דִּי תֵיתְבוּן צו זיצען
בְּעֵילָא דָרָתָא. אין די אויבערשטע שורה.
אֲרֵי תְצִיתוּן אויב איהר וועט צוהערען
לְמִלַּי צו מיינע ווערטער
דְנָפְקִין וועלכע גייען ארויס
בְּהַדְרָתָא. מיט שיינקייט.
"קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא"
עס איז געווען אין די ערשטע יאהרן, ווען דער ערשטער בעלזער רב (מהר"ש) זי"ע האט אנגעהויבן צו פיהרן אין בעלזא א עדה חסידים. אין גאר א קורצע צייט איז רבינו זי"ע באוואוסט געווארן אלץ גרויסער "פועל ישועות" און קדוש וטהור. אידן וועלכע האבן געוואלט געהאלפן ווערן ברוחניות און בגשמיות, האבן אנגעהויבן צו שטראמען אין מאסען קיין בעלזא. פון נאהנט און ווייט זענען געקומען אידן זיך צו באהעפטן אין דעם גרויסן צדיק.
אויף די ימים טובים פלעגן קומען טויזענטער חסידים פון אלע עקן גאליציע, פון פוילן, פון אונגארן און פון אנדערע לענדער. מערסטענס פלעגט זיך צונויפזאמלען א גאנץ גרויסער עולם אין בעלזא, אויף שבועות, כדי צו זיין אין די מחיצה פונעם הייליגן צדיק ביי דעם מעמד פון קבלת התורה, כדי צו קענען שעפען פונעם הייליגן קוואל תורה און יראת שמים.
אין א געוויסען יאהר זענען זיך צונויפגעקומען אויף שבועות זעהר פוהל געסט מער ווי יעדעס יאהר. טויזענטער חסידים האבן איבערגעפוהלט דאס שטעטעלע בעלזא, און אלע גאסט-הייזער ווי חסידים זענען איינגעשטאנען זענען געווען איבערגעפוהלט. בעיקר האט זיך געפיהלט די ענגשאפט אין די הייליגע גרויסע שוהל און אין בית המדרש, ווי חסידים זענען געזעצן בייטאג און ביינאכט און געלערנט תורה און געדינט דעם באשעפער אהן קיין אויפהער, אז מען האט ממש געקענט טַאפֶּען די קדושה מיט די הענט.
שבועות אינדערפרי ביים דאווענען, איז די שוהל געווען געפאקט פון איין ווינקעל צום צווייטן. דאס שטיפעניש איז געווען געפערליך, אז די חסידים זענען כמעט אנידערגעפאלן אין חלשות. אבער דאס אלעס האט נישט פארמינערט דאס התלהבות און דביקות ביים דאווענען. מען האט געפיהלט ווי א הייליגער פלאם פייער נעמט ארום דעם גאנצען עולם וואס געפונט זיך אין שוהל.
דאס התלהבות וואס האט געהערשט ביים דאווענען, איז אנגעקומען צום העכסטן פונקט און טרעפעל ווען רבינו זי"ע האט אנגעהויבן צו זאגן די "אקדמות". די חסידים - וואס זענען ביז יעצט געשטאנען צוזאמען גֶעפְּרֶעסְט ממש איינער אויפן צווייטן - האבן געפיהלט א געוואלדיגע השתוקקות און חשק זיך צו דערנענטערן און באהעפטן צום הייליגן באשעפער. די הערצער זענען צוגאנגען ווי וואסער, און ביי יעדעם אין הארץ האט ארום גענומען א געפיהל פון תשובה. די זעלבע הייליגע געפיהל האבן זיי אויך מיטגעפילט ביי קריאת התורה לייענענדיג די עשרת הדברות.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם געגאנגען עסן די יום-טוב סעודה. בלויז געציילטע פון די גאר געהויבענע חסידים זענען געבליבן אין שוהל. זיי האבן דורך געשמועסט צווישן זיך וועגן די הייליגע געפיהל וואס זיי האבן געפילט דעם היינטיגן יום-טוב ביים דאווענען. לויט זייערע מיינונג איז דער היינטיגער דאווענען געווען אין א העכערע און געהויבענע מדריגה, מער פון אלעמאהל.
איינער פון די עלטערע חסידים האט זיך מיטאמאהל אנגערופען צו זיינע פריינד: "ווען דער הייליגער רבי האט געזאגט די "אקדמות", און אויך ביי קריאת התורה, האט מען ממש געפיהלט ווי מען שטייט יעצט ביי דעם מעמד פון קבלת התורה דורך משה רבינו אויף דעם בארג סיני. אין דעם יעצטיגן נידריגע וועלט זענען מיר טאקע באהאפטן צו אונזער הייליגן רבי'ן, מיר קומען צו פאהרן אויף שבועות קיין בעלזא מיט א פלאגעניש און שטיפעניש, אבער מיר האבן די זכי' מיט צו לעבן די קדושה און געוואלדיגע ליכטיגקייט וואס דער רבי איז אויף אונז משפיע.
אבער וואס וועט זיין אויף יענע וועלט? דארט וועט דער רבי זיך געפונען אויף גאר א הויכן און הייליגן פלאץ, אין איינע פון די העכסטע זַאלְן פון גן עדן. מיר אבער וועלן ליידער זיך געפונען זעהר אפגעווייטערט פון איהם. פאר דעם דארפן מיר זיך פלאגען אויף די וועלט, אז אויף יענע וועלט זאלן מיר זיין אזוי שטארק דערווייטערט פון אונזער רבי'ן"?
די צוהערערס וועלכע זענען געשטאנען ארום יענעם חסיד, האבן געשוויגן. קיינער האט זיך נישט אנגערופען קיין ווארט. יעדער איינער איז געווען באשעפטיגט מיט זיינע טיפע געדאנקען. האט זיך איינער פון די "חבריא" אנגערופען אז לויט זיין מיינונג, וואלט געווען א פאסיגע זאך, אז מיר זאלן פארלייגן פארן רבי'ן דעם פראבלעם, און הערן זיין ענטפער אויף דעם. זיי האבן באשלאסן אז צומארגענס אינדערפריה, נאך פארן דאווענען, וועלן זיי אריין גיין אינאיינעם צו רבינו זי"ע.
אבער אריין צו גיין אין דעם הייליגן צימער ווי רבינו זי"ע האט זיך געפונען, איז נישט געווען קיין פשוטע זאך. עס איז טאקע נישט געשטאנען דארט קיין "שומר", אבער דאך האט קיינער נישט דערוואגט אהין צו גיין עפענען די טיהר אהן קיין ערלויבעניש. אזוי גרויס איז געווען זייער שרעק און ציטער.
די גרופע חסידים האבן זיך אבער געשטארקט און געבעטן פון דעם גבאי אז ער זאל איבערגעבן פארן רבי'ן אז עטליכע חסידים ווילען אריין קומען פארלייגן זייער שווערע פראבלעם. דער עלטערע חסיד, וועלכער האט נעכטן ארויף געברענגט פאר די אנדערע דעם פראבלעם, האט זיך אויסגערעדט זיין שווער הארץ פאר רבינו זי"ע.
רבינו זי"ע האט צוגעהערט מיט שווייגעניש די רייד פון יענעם חסיד, און ווען יענער האט געפערטיגט זיינע ווערטער איז שטיל געווארן אין צימער. רבינו זי"ע איז געזעצן אויף זיין הייליגן שטול מיט ערענסט פארמאכטע אויגן און זיך פארטיפט אין זיינע געדאנקען. די חסידים זענען געשטאנען ארום איהם מיט א ציטער און פארכט, און צוגעווארט אויף אן ענטפער פון רבינו זי"ע.
אזוי האט דאס געדויערט עטליכע מינוט. מיטאמאהל האט זיך רבינו זי"ע צוגעבויגן צו דעם טיש און מיט זיין הייליגן בליק ארומגעקוקט אויף די דערשראקענע חסידים. און ער האט זיך אנגערופען: "וואוסען זאלט איהר, אז נישט נאר דער חסיד וועלכער הערט שטענדיג "דברי תורה" פון זיין רבי'ן, - און דורך דעם באקומט ער חשק צו לערנען תורה און דינען דעם באשעפער - איז באהאפטן צו זיין רבי'ן אויך אויף יענער וועלט. נאר אפילו דער מענטש וואס האט נאר איין מאהל געהערט א "דבר תורה" און ער האט דאס אפילו פארגעסן, - אבער ווען ער האט דאס געהערט האט דאס איהם אויפגעוועקט צו דינען דעם באשעפער - אויך דער מענטש איז פארבינדען מיט זיין רבי'ן אויף יענע וועלט".
דאס זאגן מיר טאקע אין די "אקדמות": "זכאין כד שמעתין שבח די שירתא" - אז מען איז זוכה בלויז צו הערן א "דבר תורה" פון דעם רבי'ן אויף דער וועלט - "קביעין כן תהוון בהנהו חבורתא" - וועט מען אויך זיין באהאפטן און צוגעקניפט מיט דעם רבי'ן אין גן עדן לעולם הבא".
*************************
די חסידים, הערענדיג די ווערטער פון דעם הייליגן מויל, האבן ממש אויפגעלעבט. מיט פרייד זענען זיי צוריק אריין געגאנגען אין שוהל. די ווערטער פון רבינו זי"ע: "זכאין כד שמעתין וכו'", האבן זיך צושפרייט צווישן די חסידים און עס האט אין זיי אלע אריין געברענגט א געוואלדיגע התעוררות דקדושה. מען האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית, און דאס התלהבות פון דעם עולם איז געווען נאך גרעסער און העכער ווי אין דעם ערשטן טאג שבועות.
דער יום טוב שבועות ווערט אנגערופען מיט 4 נעמען:
1) חג השבועות.
2) חג העצרת.
3) חג הביכורים.
4) זמן מתן תורתינו.
5)חג הקיצר
"שבועות" - איז טייטש "וואכן". דאס מיינט אז מיר מאכן א יום טוב נאכדעם וואס מיר האבן געענדיגט ציילען ספירה 7 וואכן, וואס דאס איז 49 טעג, מאכן מיר אין דעם פופציגסטן טאג דעם יום טוב שבועות.
"עצרת" - איז טייטש "אויפהאלטן". דאס מיינט אז מיר האלטן זיך צוריק אין דעם טאג נישט צו טוהן קיין ארבעט וואס מען טאר נישט טוהן אין יום טוב..
פארוואס ווערט נאר שבועות אנגערופען מיט דעם נאמען, אין אלע ימים טובים מוז מען דאך זיך צוריק האלטן פון צו טוהן א ארבעט? דאס איז ווייל יעדער יום טוב האט ספעציעלע מצוות וואס מען מוז אין איהר טוהן. ווי צום ביישפיל: פסח דארף מען עסען "מצה", סוכות דארף מען זיצען אין די "סוכה" און שאקלען מיט די "ד' מינים", ראש השנה דארף מען בלאזען "שופר", און אזוי ווייטער. "שבועות" אבער, איז נישט דא קיין ספעציעלע מצוה אין די תורה, נאר דאס וואס מען מוז זיך צוריק האלטן פון צו ארבעטן. דערפאר ווערט נאר שבועות אנגערופען מיט דעם נאמען "עצרת".
(קדושת לוי)
"חג הביכורים" - איז טייטש דער יום טוב פון די "ערשט געצייטיגטע פרוכט". ווען די אלע אידן זענען געווען אין ארץ ישראל, און דער בית המקדש איז געשטאנען, איז געווען א מצוה מען זאל ברענגען "ביכורים" אין בית המקדש. ווי אזוי האט מען דאס געטוהן? ווען א מענטש האט געזעהן אין זיין פעלד, אז עס איז שוין דא איין פרוכט פון די 7 מינים מיט וואס ארץ ישראל איז געבענטשט געווארן, וואס ווערט שוין געצייטיגט, האט ער ארויף געבינדען אויף דעם א גרעזל פאר א צייכען אז די פרוכט איז געווען די ערשטע. שפעטער ווען מען האט שוין אראפ געשניטען די אלע פרוכט, האט מען אריין געלייגט די אלע "ערשט געצייטיגטע פרוכט" אין א שיינע באפוצטע קארב. צו די זייטען האט מען צוגעבינדען שיינע טויבען, וואס מען האט שפעטער מקריב געווען פאר קרבנות. אויך האט מען אנגעגרייט א שיינע באצירטע אקס, וואס זיינע הערנער זענען געווען ארום גענומען מיט גאלד און א הערליכע געפלאכטענע קרוין פון בלעטער. דעם אקס האט מען אויך שפעטער מקריב געווען אויפן מזבח. מען האט ארויף געלייגט דעם קארב אויפן אקס, און אזוי איז מען ארויף געגאנגען קיין ירושלים, פרייליך, מיט טענץ און געזאנג. מ'האט אנידערגעלייגט דעם קארב אין בית המקדש, און מ'האט געדאנקט און געלויבט דעם באשעפער דערפאר וואס ער האט אונז געגעבן דעם הייליגן און גוטן לאנד ארץ ישראל, וואס איז געבענטשט געווארן מיט פיינע זיסע פרוכט. דער צייט פון ברענגען "ביכורים", איז פון שבועות ביז סוכות.
"זמן מתן תורתינו" - איז טייטש: די צייט פון געבן אונזער תורה. שבועות פרייען מיר זיך אויף דעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו באקומען פון דעם באשעפער די הייליגע תורה. ווען די אידן האבן באקומען די תורה, איז דערקענט געווארן ווי חשוב און טייער די אידן זענען מער פון אלע פעלקער. ווייל אויב אידן היטען נישט אפ די תורה און מצוות, דאן מיט וואס זענען מיר מער חשוב פון די גוים? דערפאר פרייען מיר זיך אזוי שטארק, אז דער אייבערשטער האט אונז אויסגעוועהלט צו זיין זיינע געליבסטע קינדער, און מיר וועלן שטענדיג נאר פאר איהם זיין אונטערטעניג. שבועות איז דערגרייכט געווארן דעם ציל, צוליב וואס מיר זענען ארויס געגאנגען פון מצרים, אנצונעמען די הייליגע תורה פון בארג סיני.
ווען דער אייבערשטער האט געוואלט געבן די תורה פאר די אידן, זענען געקומען אלע גרויסע בערג און געוואלט אז אויף זיי זאל מען געבן די תורה. האט אבער דער אייבערשטער אויסגעוועהלט דעם קלענסטן בארג "בארג סיני" אויף איהם צו געבן די תורה. צו ווייזען אז תורה קען נאר לערנען א מענטש וואס האלט זיך קליין, בעניוות, און דערווייטערט זיך פון גרויסקייט.
דער רבי האט געווארט אויף זיי מיט ספירה ציילען
איינמאהל ביי מעריב פון ערב שבועות, איז דער מיטעלער רב זי"ע געשטאנען אין בית המדרש און געזאגט דעם "לשם יחוד" פון פאר "ספירת העומר" אזוי ווי זיין הייליגן שטייגער. דער עולם איז געשטאנען און געווארט מיט חשק צו הערן ווי דער רב זי"ע זאגט די ברכה. אבער דער זייגער רוקט זיך און עס גייט אריבער א האלבע שעה, אבער דער רב זי"ע שטייט און ווארט און זאגט נישט ווייטער. פלוצלינג קומען אריין אין בית המדרש א גרופע חסידים מיט אן איילעניש אין איין אטעם. באלד האט דער רב זי"ע אנגעהויבן צו זאגן די ברכה מיט א ברען און שמחה. ערשט דאן איז קלאר געווארן דעם באדייט פון די גאנצע פאסירונג. די גרופע חסידים האבן שטארק געשטרעבט אנצוקומען אויף שבועות קיין בעלזא נאך פאר עס ווערט נאכט. כדי זיי זאלן קענען הערן די לעצטע ספירה ציילען פון דעם רב זי"ע. אבער עס האט זיך פארלענגערט זייער רייזע, און זיי זענען אנגעקומען קיין בעלזא ווען עס איז שוין געווען נאכט. אבער צוליב זייער גרויסע חשק צו הערן ספירה ציילען, זענען זיי באלד געלאפען אין בית המדרש אריין, מיט האפענונג אפשר וועט זיי נאך געלונגען. "און ווי עטס זעהטס" - האבן די גרופע חסידים געזאגט - "האט דער רב געזעהן מיט זיין רוח הקודש אין אונזער שטארקע שטרעבונג און צוגעווארט אויף אונז"!
וואס מען קען דערגרייכן מיט התמדה אין לערנען
דער מיטעלער רב זי"ע האט אמאהל דערצעהלט די מעשה מיט גרויס התלהבות, וואס פון דעם זעהט מען ווי גרויס און חשוב די תורה איז אפילו פון א פראסטער מענטש:
אמאהל אין א בית המדרש אין גאליציע איז געווען א גרויסע התעוררות צו לערנען די הייליגע תורה. עס איז געווען אין די "שלשת ימי הגבלה" און יעדער איז געווען באשעפטיגט זיך צוצוגרייטען ווי עס דארף צו זיין צו די טעג פון קבלת התורה. דער בית המדרש איז געווען געפאקט מיט אידן וועלכע זענען געזעצן און געלערנט מיט התמדה אהן קיין אויפהער, אז די קול תורה האט זיך געהערט ביז ארויס אויף די גאס. עס איז פונקט אריבער געגאנגען א פראסטער מענטש אן "עם הארץ", און ווען ער האט געהערט דעם זיסען קול פון לערנען האט ער זיך פארגליסט אריין צו גיין אין בית המדרש. ווען ער האט געזעהן דעם געוואלדיגן בילד ווי אלע לערנען מיט אזא געשמאק, האט ער זיך אויך געוואלט צוזעצן און לערנען. אבער ליידער האט ער גארנישט פארשטאנען פון לערנען ווייל ער האט קיינמאהל נישט געלערנט קיין תורה. מיט זיין ביטער הארץ האט ער זיך דערנענטערט צום ארון הקודש און אויסגעגאסן זיין הארץ צום באשעפער. ער האט געוויינט ביטער און געבעטן פארוואס ער איז נישט זוכה צו די ליכטיגקייט פון די תורה? - אזוי איז ער צוגעגאנגען צום ספרים שאפע און ארויס גענומען די ערשטע גמרא, און אנגעהויבן צו זאגן די עברי, אפילו ער האט גארנישט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט. ער האט פארגעזעצט נאך און נאך ביז לאנזאם האט ער שוין אנגעהויבן צו פארשטיין דאס לערנען.
אצינד קוקט נאר צו - האט דער מיטעלער רב זי"ע געענדיגט זיין מעשה - ווי גרויס און ווי טייער עס איז התמדה אין לערנען, אז אויף מיין טיש ליגט א ספר וואס יענער איד האט מחבר געווען!!
שבועות - א צייט פון זיך איבערבעטן מיט די תורה
צום טיש פון דעם רב [מהר"א] זי"ע איז אמאהל געקומען שבועות א איד וואס האט אנגעהויבן אביסל אראפ צו גליטשען פון אידישן וועג און זיך אויפפיהרן מאדערן. ביים טרינקן לחיים, האט איהם דער רב זי"ע צוגערופען און געזאגט: "דא האסטו אביסל וויין, און זאלסט וואוסען אז שבועות איז א טאג וואס יעדער איד קען זיך איבערבעטן מיט די הייליגע תורה".
אלע נשמות פון די אידן זענען געווען ביי מתן תורה
עס ווערט געברענגט אין ספרים, אז נישט נאר די אידן וואס האבן דעמאלטס געלעבט זענען געווען ביי "מתן תורה", נאר אויך די נשמות פון אלע אידן וואס זענען געבוירן געווארן אין אלע דורות, זענען אויך דארט געווען. עס איז באקאנט וואס דער רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק זי"ע פלעגט זאגען: אז נישט נאר וואס ער געדענקט פונקטליך דעם מעמד פון "קבלת התורה", נאר ער געדענקט אויך נעבן וועמען ער איז דעמאלטס געשטאנען.
די תלמידים האבן געמוזט געדענקן דעם מעמד פון קבלת התורה
דער הייליגער רבי ר' בער פון מעזריטש זי"ע, אלץ יונגערמאן נאך זיין חתונה, האט ער געהאט פרנסה פון דעם וואס ער האט זיך פארדינגען אלץ מלמד פון קליינע קינדער. ער איז נישט געווען ווי סתם יעדע מלמד, נאר ווען עס איז געקומען א נייע יונגעל לערנען "אלף בית", האט ער צום ערשט געפרעגט צו ער געדענקט נאך דעם מעמד פון "קבלת התורה", וואס אלע אידישע נשמות זענען דארט געווען. און בשעת'ן פרעגן האט ער זיך פארטיפט אין דעם קינד'ס נשמה און אויפגעמישט זיינע געדאנקען ביז דאס קינד האט זיך טאקע דערמאנט אין דעם געוואלדיגן מעמד. און טאמער דאס קינד האט זיך נישט געקענט דערמאנען פון דעם, האט איהם רבי ר' בער זי"ע נישט געוואלט אננעמען אלץ תלמיד.
הכנות צו קבלת התורה
אויב א איד גרייט זיך צו אין די ספירה טעג ווי עס דארף צו זיין, קען ער זוכה זיין צו הערן די "קולות וברקים" פון קבלת התורה, און "אנכי ה' אלקיך" פון באשעפער אליין.
(קדושת לוי)
קבלת התורה - יעדען טאג
פארוואס ווערט שבועות אנגערופען "זמן מתן תורתנו" און נישט "זמן קבלת תורתנו"? ווייל די צייט פון געבן די תורה (מתן), איז געווען נאר איין מאהל - ביים בארג סיני, אבער אננעמען (קבלת) די תורה דארף זיין שטענדיג, א גאנץ לעבן בייטאג און ביינאכט.
(חידושי הרי"ם)
א עצה קעגן "יאוש" - צו טראכטן אז די תורה איז היינט געגעבן געווארן
בחדש השלישי לצאת בני ישראל מארץ מצרים (שמות יט-א). שיהיו דברי תורה חדשים עליך (רש"י).
ווען א איד וויל זיך זעצן לערנען תורה, קומט שטענדיג דער יצר הרע און גיבט איהם אריין א שלעכטע געפיהל אין הארץ, אז ער וועט סייווי נישט קענען לערנען ווייל ביז יעצט האט ער גארנישט געלערנט. און דאס ברענגט איהם צו "יאוש" און דורך דעם הערט ער אויף אינגאנצען צו לערנען. דערפאר מוז מען זעהן אזוי ווי די תורה איז היינט געגעבן געווארן ווי ניי, און ער הייבט יעצט אהן צו לערנען צום ערשטן מאהל אזוי ווי יעדער איינער.
(כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)
פון גרויס ליבשאפט צו די תורה, האבן זיי געשריגן צוזאמען
ויענו כל העם יחדיו ויאמרו כל אשר דבר ה' נעשה וגו' (שמות יט-ח).
צוליב די גרויס ליבשאפט וואס די אידן האבן ארויס געוויזען פאר די תורה, האבן זיי נישט צוגעווארט איינער פאר דעם אנדערן אז דער חבר זאל פריער ענטפערן, נאר אלע אידן צוזאמען האבן אויסגעשריגן מיט איין שטימע: "נעשה ונשמע"!
(רבי בונם פון פרשיסכא זי"ע)
אזוי ווי "נעשה ונשמע" פון די אידן, אזוי זאל אויך זיין אויבן
וישב משה את דברי העם אל ה' (שמות יט-ח).
משה רבינו האט געוואלט אויפוועקען אויבן אין הימל מדה כנגד מדה. אזוי ווי די אידן האבן געענטפערט "נעשה ונשמע" - אזוי אויך זאל דער אייבערשטער שטענדיג ענטפערן אויף די אידישע תפילות און בקשות: "נעשה ונשמע". "וישב משה את דברי העם" - משה רבינו האט צוריק געקערט די רייד פון די אידן, "אל ה'" - אז די רייד זאל אויך געהערט ווערן פון דעם אייבערשטען.
(כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)
מיט אחדות איז אזוי ווי מען איז מקיים די גאנצע תורה
ויענו כל העם יחדיו ויאמרו כל אשר דבר ה' נעשה וגו' (שמות יט-ח).
צווישן די תרי"ג מצוות וואס דער אייבערשטער האט באפוילן די אידישע קינדער, זענען דא מצוות וואס זענען נישט שייך פאר אלע אידן. ווי צום ביישפיל מצוות פון כהנים אדער לוים, מצוות פון א מלך ישראל אדער א כהן גדול. אבער ווען אידישע קינדער זענען באחדות, איז דאס גאנצע פאלק ווי איין מענטש און איין נשמה. דאן ווערט גערעכענט די מצוות פון איין איד אויך פאר די אנדערע אידן, און עס איז אזוי ווי אלע אידן זענען מקיים די אלע תרי"ג מצוות. דאס קען זיין דער רמז אין פסוק: "ויענו כל העם יחדיו" - אז דאס גאנצע פאלק איז געווען צוזאמען מיט אחדות און ליבשאפט, דאן: "ויאמרו כל אשר דיבר ה' נעשה". - אלעס וואס דער אייבערשטער האט באפוילן וועלן מיר טוהן. ווייל מיר האלטן זיך צוזאמען, און די מצוות ווערן גערעכענט ווי אלע אידן האבן זיי מקיים געווען.
(משך חכמה)
אויפגעהויבן אויף זיי די בארג, צו פארשטעלן די ליכטיגקייט פון די תורה
ויתיצבו בתחתית ההר (שמות יט-יז). מלמד שכפה עליהם הר כגגית (שבת פ"ח.).
אזוי ווי ווען א מענטש געפונט זיך א לענגערע צייט אין די פינסטערניש, מעג ער נישט פלוצלינג ארויס גיין צו די ליכטיגקייט, ווייל ער קען אינגאנצען פארלירען זיין זעהן. אזוי אויך די אידן, וואס זענען געווען אזוי לאנג אין די פינסטערע טומאה פון מצרים, וואלט זיי געשאדט אויב דער אייבערשטער וואלט אויף איינמאהל פאר זיי באוויזען די ליכטיגקייט פון די תורה. דערפאר האט זיי דער אייבערשטער באדעקט מיט דעם בארג, כדי צו פארשטעלן פון זיי די געוואלדיגע ליכטיגקייט.
(גדולת מרדכי)
אפילו אין די שווערע צייטען מוז מען מקיים זיין די תורה
די גמרא זאגט אין מסכת שבת (דף פ"ח), אז פאר דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער אויפגעהויבן דעם בארג העכער די אידן, און געזאגט: "וועט עטס מקבל זיין די תורה איז גוט, און אויב נישט - דארט וועט עטס באגראבן ווערן"! פרעגט אויף דעם תוספות, פארוואס האט אויסגעפעהלט אז דער אייבערשטער זאל דאס טוהן, די אידן האבן דאך געזאגט פון זייער אייגענע ווילן: "נעשה ונשמע"? נאר די כוונה פון דעם אייבערשטן איז געווען מרמז צו זיין, אז אפילו ווען עס קומען אהן אויף דעם מענטש שווערע צייטן אזוי ווי א בארג, און זיין רצון און חשק צו דינען דעם אייבערשטן איז זייער שוואך, דאך דארף מען זיך אנשטרענגן מיט אלע כוחות צו לערנען תורה און דינען דעם אייבערשטן.
(בעל שם טוב זי"ע)
"ה' אלקינו ה' אחד" - א ריכטיגע ענטפער אויף ביידע מצוות
וידבר אלוקים את כל הדברים האלה לאמור (שמות כ-א). מלמד שהיו עונין על הן הן, ועל לאו לאו (רש"י בשם המכילתא).
אויף די מצוות "עשה" האבן די אידן געענטפערט: "יא", און אויף די מצוות "לא תעשה" האבן זיי געעטנפערט: "ניין". האט כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע געפרעגט אויף דעם: די גמרא זאגט דאך אז די ערשטע צוויי דברות: "אנכי ה' אלקיך", און "לא יהיה אלהים אחרים" - איז געזאגט געווארן אויף איינמאהל. דאן איז שווער, וואס האבן די אידן געענטפערט אויף דעם? - האבן זיי געענטפערט "יא" - דאן שטימט דאס נישט מיט די צווייטע מצוה. האבן זיי געענטפערט "ניין" - דאן שטימט דאס נישט מיט די ערשטע מצוה?
האט דער ערשטער רב זי"ע געענטפערט: ווען די אידן האבן געזעהן אז מען קען נישט ענטפערן אויף די צוויי מצוות א אייניגע תשובה, האבן זיי אויסגעשריגן: "ה' אלקינו ה' אחד"! - וואס דאס איז א גוטע ענטפער אויף ביידע מצוות. דאס זאגן מיר אין די זמירות שבת: "ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד, ופתחו וענו ה' אחד, ברוך הנותן ליעף כח". - ווען די אידן האבן געזעהן אז זיי קענען נישט ענטפערן קיין ריכטיגע ענטפער אויף די ערשטע צוויי מצוות, האבן זיי באלד אויסגעשריגען: "ה' אחד".
תורה און מצוות מוז מען מקיים זיין מיט מסירות נפש
די גמרא זאגט אז ווען דער אייבערשטער האט געזאגט די ערשטע צוויי דברות: "אנכי", "לא יהיה לך", איז ארויס געפלויגען די נשמה פון די אידן פון גרויס שרעק. פרעגט אויף דעם דער "שפת אמת" זצ"ל, פארוואס האט דאס אויסגעפעהלט, האט דען דער אייבערשטער נישט געקענט מאכן אז זייער נשמה זאל בלייבן אין זיי? נאר דער אייבערשטער האט געוואלט מרמז זיין, אז יעדע זאך וואס האט צו טוהן מיט תורה און אידישקייט, דארף מען מקיים זיין מיט מסירות נפש.
זיי האבן געזעהן די מצוות, כדי נישט צו האבן קיין טעות
וכל העם רואים את הקולות ואת הלפידים (שמות כ-טו).
דער חידושי הרי"ם זי"ע האט ערקלעהרט פארוואס עס האט אויסגעפעהלט אז די אידן זאלן זעהן די קולות און די רייד פון די עשרת הדברות, עס וואלט דען נישט גענוג געווען צו הערן אליין. נאר פון הערן אליין וואלט מען זיך געקענט טועה זיין מיט די מצוות "לא תעשה" פון "לא תגנוב לא תרצח לא תחמוד וגו'", און טראכטן ח"ו אז "לא" מיינט "לו" מיט א "ו". אז פאר דער אייבערשטער איז ח"ו מותר צו טוהן די זאכען. דערפאר האט אויסגעפעהלט אז זיי זאלן זעהן די רייד און קענען גוט לייענען, און זיך נישט טועה זיין ח"ו.
נשלח ב-24/5/2004 00:00
די מעשה מיטן בעל אקדמות
"אִין מִלְחָמָה מִיט דֶער טוּמְאָה"
אין יאהר ד' אלפים תשס"א, איז צווישן די גוים אין דייטשלאנד געווען א גלח א גרויסער שונא ישראל. מיט דעם כח פון כישוף און חכמה פון טומאה וואס ער האט זיך אויסגעלערנט פון דעם שטן, האט ער אנגעטוהן שרעקליכע צרות פאר די אידן. הונדערטער אידן זענען דורך איהם געהרג'ט געווארן, פון א פשוט'ן קלאפ וואס ער האט יענעם געגעבן אין בויך.
ווען די אידן האבן געזעהן אז דער גלח צושפרייט זיינע טמא'נע הענט און לאזט זיי נישט רוהען, האבן זיי געשיקט שליחים צום קעניג וועלכער איז געווען א אוהב ישראל, און איהם געבעטן ער זאל זיי ראטעווען פון די מערדערישע הענט. דער קעניג האט געשיקט רופען דעם גלח און באפוילן אז ער זאל אפלאזען די אומשולדיגע אידן. דער גלח האט געענטפערט, אז ער וועט זיי אפלאזען נאר מיט איין תנאי, אז זיי וועלן איהם צושטעלן אזא גרויסער חכם ווי ער איז, וואס ער וועט זיך קענען מיט איהם אויסטענה'ן און יענער זאל איהם אויפווייזן אז די אידישע גלויבונג איז דער ריכטיגער. ער גיבט זיי צייט א יאהר אויף צו זוכען א חכם, און אויב ביז דער צייט וועלן זיי נישט צושטעלן, דאן וועט ער אומברענגן אלע אידן פון שטאט.
דער קעניג וואס האט אליין אויך מורא געהאט פון דעם גלח, האט געמוזט צושטימען צו דעם באדינג. ווען די אידן האבן באקומען די מעלדונג פון דעם שווערן באדינג, האט זיי ארום גענומען א שרעק און ציטער. זיי האבן אויסגערופען א יום תפילה ותשובה, און געהאפט און געבעטן אז צום ענדע וועט געשעהן א נס און דער גלח וועט אפשטארבן.
דער נס איז אבער נישט געשעהן. דער גלח האט זיך ארום געדרייט אויפן גאס געזונד און פריש און שטארק אויפגעלעבט. ער האט געהאפט אז עס וועט נישט געלונגען פאר די אידן צו ווייזען אז ביי זיי געפונט זיך אויך אזא גרויסער חכם ווי איהם וואס קען באווייזען אזיינע אינטערעסאנטע קונצן.
די צייט שטייט נישט. - - - עס זענען אריבער געגאנגן וואכן און חדשים, און מען זעהט נאך אלץ נישט ווער עס קען זיך אונטערנעמען צו פיהרן א וִויכּוּחַ מיט דעם גלח און נאכמאכן זיינע כישוף. זיי האבן זיך געפונען אין א שרעקליכע פראבלעם, עס איז ממש סכנות נפשות. זיי האבן געשיקט שלוחים אין אלע געגענטער און שטעט אין דייטשלאנד, אז מען זאל געפונען א פאסיגער מענטש און הייליגער צדיק וואס קען זיך אונטערנעמען אויסצולייזען די אידן פון דעם גלח.
עטליכע צדיקים פון נאהנט און ווייט האבן אין איין נאכט געזעהן אין חלום א רמז פון הימל: - צוליב דעם וואס דער דור איז זינדיג, קען נישט געשעהן א נס אז דער גלח זאל פלוצלינג אפשטארבן. אבער שרעקן זאלט איהר זיך נישט, זוכט אויף און שיקט א חכם וואס קען זיך פארהערן און טענה'ן מיט דעם גלח מיט כוחות פון קדושה.
די צדיקים האבן זיך אויפגעכאפט פון זייער שלאף, יעדער האט איבער געשמועסט פון דעם חלום. אבער צו קיין ריכטיגע ענטפער זענען זיי נישט געקומען: ווער איז יענער וואס האט אין זיך א הייליגער כח צו פיהרן א מלחמה מיט דעם גלח?? - פונקט דאס וויכטיגסטע זאך האט מען זיי נישט אנטפלעקט אין דעם חלום.
די אידן האבן ווידער גוזר תענית געווען, און געבעטן אז דער אייבערשטער זאל זיי ליכטיג מאכן די אויגן און מרמז זיין ווער איז דער פאסיגער שליח. עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, און מען האט זיי געמאלדען פון הימל אז יענער געפונט זיך איבערהויפט נישט צווישן זיי, נאר ווייט ווייט אוועק אויף די אנדערע זייט פון דעם טייך "סמבטיון" צווישן די "עשרת השבטים".
ערשט דאן זענען די אידן געווען אין א גרעסערע פראבלעם. נו, ווער קען זיך דען אונטערנעמען צו מאכן די געפערליכע און שווערע ריייזע צו יענע עק וועלט צו געפונען די "עשרת השבטים"? - - - אויסער דעם, עס איז דאך אוממעגליך אריבער צו גיין דעם "סמבטיון", ווייל זעקס טעג אין די וואך ווארפט ער ארויס פון זיך ריזיגע פעלזן שטיינער, נאר שבת רוהט דאס. אבער אפילו שבת קען מען נישט אריבער גיין, ווייל די מענטשן פון די "עשרת השבטים" וועלן יענעם פארשטיינערן פאר דעם חילול שבת.
אבער די אידן האבן געזעהן אז די צייט ווערט שוין גאר קורץ, האבן זיי זיך געשטארקט און געהאפט אז דער אייבערשטער וועט זיי שוין העלפן אין זייער פראבלעמען. זיי האבן אויסגעקליבן א גרויסער צדיק מיט דעם נאמען רבי מאיר חזן אז ער זאל זיין דער וויכטיגער שליח צו ברענגען די ישועה. זיי האבן איהם איינגעפאקט א זאק מיט "צידה לדרך" און מיטגעשיקט צוויי באגלייטער אויפן וועג.
זייער א סאך צרות און אויפהאלטונגען האבן די שלוחים געהאט אויפן וועג וואס האט געדויערט וואכן לאנג. טייכן און הויכע בערג, מדבריות פוהל מיט ווילדע חיות, שלענג, היצן און קעלט, און שווערע וועטערן האבן זיי דורך געליטען. זיי האבן דאס אלעס אנגענומען פאר ליב, ווייל זיי האבן געוואוסט אז דורך דעם ראטעווען זיי די אידישע קהילות אין דייטשלאנד. זיי האבן נישט געקוקט אויף זייערע שוואכע כוחות, נאר געהאלטן אין איין גיין. זיי האבן געוואוסט אז די צייט וואס דער גלח האט אפגעשמועסט רוקט זיך שוין אונטער און מען דארף זיך שוין שטארק צואיילען.
אכט טעג פאר די באשטימטע צייט, זענען זיי ענדליך אנגעקומען צו דעם טייך סמבטיון, און פונקט אין שבת קודש ווען דער טייך רוהט. אבער ווי קען מען יעצט עובר זיין אויף די תורה און אריבער פאהרן מיט א שיף אין שבת?
רבי מאיר חזן האט זיך אנגערופען צו זיינע באגלייטערס: "הערט מיך צו וואס איך האב באשלאסן. "פיקוח נפש" פון איין איד איז דאך דוחה שבת, און זיכער "פיקוח נפש" פון טויזענטער אידן. אבער פאר דעם איז גענוג אז איך אליין זאל אריבער פאהרן דעם טייך. איך בין זיכער אז ווען איך וועל אריבער קומען וועלן מיר די "עשרת השבטים" הרג'נען צוליב מיין חילול שבת, אבער איך בין זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער. דערפאר, זאלט איהר דא ווארטן און נאר איך אליין וועל אריבער פאהרן, און לאמיר האפען אז דער הייליגער באשעפער וועט שיקען א ישועה"!
ער האט מיטגענומען מיט זיך א בריוו פון די אידישע קהילות אין דייטשלאנד דאס צו ווייזען פאר די "עשרת השבטים", און זיי בעטן אז זיי זאלן שטיין צו הילף פאר זייערע ברודערס.
אבער אין די רגע וואס רבי מאיר האט אריבער געטרויטן אויפן צווייטן זייט פון דעם טייך "סמבטיון", האט מען איהם באלד געכאפט און געבינדען אין קייטען. אזא חוצפה, א איד זאל מחלל שבת זיין! - עס קומט איהם א שטראף פון מיתה!!
רבי מאיר רופט זיך אהן צו די פאליציי: "איך קען באשטיין אז איהר זאלט מיר הרג'נען. איך האב שוין סייווי מפקיר געווען מיין לעבן פאר די אידישע קינדער. אבער נעמט מיר ערשט צו אייער קעניג, איך וויל איהם איבערגעבן א וויכטיגן בריוו פון די אידישע קהילות אין דייטשלאנד. די פאליציי האבן זיך דערבארעמט און איהם גענומען צום קעניג, און ער האט דערלאנגט דעם בריוו.
דער קעניג האט באלד צוזאמען געזאמעלט זיינע קלוגע מענטשן און עצה געבערס, און מען האט באשלאסען אז מען וועט ווארפן גורל ווער עס וועט זיין דער שליח צו גיין ראטעווען די אידן. דער גורל איז אויסגעקומען אויף א קליינער, אויסגעדארטער און שוואכער עלטערע מענטש וואס זיין נאמען איז געווען רבי דן. מען האט געברענגט רבי דן פארן קעניג, און ער האט באלד צוגעשטימט אויס צו פיהרן דעם געוואלדיג-הייליגן שליחות.
דער קעניג רופט זיך אהן צו רבי מאיר חזן: "דו טארסט נישט צוריק אריבער גיין דעם טייך ווייל דיר האט מען נישט נייטיג צו ראטעווען די אידן, אבער דער שליח רבי דן מעג יא ווייל פאר איהם גייט אהן דער דין פון "פיקוח נפש". דערפאר, זאג פאר רבי דן וואס ער זאל איבערגעבן פאר דיין משפחה און פאר דיינע גוטע פריינד, ווייל דו וועסט שוין מוזען בלייבן וואוינען מיט אונז. אויך רבי דן וועט שוין נישט מעגען צוריק אהער קומען".
מיט טרערן אין די אויגן האט זיך רבי מאיר חזן געזעגענט פון רבי דן, און רבי דן איז אריבער געפאהרן דעם טייך ווי די שלוחים האבן זיך געפונען. ווען די שלוחים האבן באמערקט אז אנשטאט רבי מאיר חזן איז צוריק געקומען א אלטער אויסגעדארטער מענטש, איז פאר זיי פינסטער געווארן אין די אויגן און זיי האבן אנגעהויבן צו קרעכצן און קלאגן.
"קרעכטס נישט און זארגט אייך נישט" - בארוהיגט זיי רבי דן - "דער אייבערשטער וועט אייך שוין העלפן"! מיט "קפיצת הדרך" האט רבי דן געמאכט אז אין דריי טעג זענען זיי שוין געווען אינדערהיים. די שלוחים האבן באלד געמאלדען פארן קעניג אז די אידן זענען שוין גרייט צוצושטעלן א מענטש צו פיהרן א מלחמה מיט דעם גלח.
דער קעניג האט צוגעגרייט א גרויסע פרייע פלאץ אויסער די שטאט, ווי ביידע: די אידן און די גוים וועלן קענען מיטהאלטן דעם קאמף. ווען דער גלח האט באמערקט אז דער אויסגעקליבענער פון די אידן איז א קליין אויסגעדארטער מענטש האט אין איהם אנגעהויבן צו ברענען זיין צארן ווי א פייער. "די אידן שפעטן פון מיר"!! - האט ער געשריגן ווילד. - "איך וועל שוין נקמה נעמען אין זיי"!! - - -
רבי דן דערנענטערט זיך צו איהם, און רופט זיך אהן איידיל און געלאסען: "וואס, איהר וועט נקמה נעמען אין אונז, מיר וועלן אייך שוין ווייזען אז איהר וועט פון דא נישט אהיים גיין לעבעדיג"!
די מלחמה צווישן טומאה און להבדיל קדושה הייבט זיך אהן: דער גלח ברענגט אראפ מיט כישוף א ריזיג ברייטע אייזערנע זויל. דרייסיג מענטשן קענען דאס נישט אויפהייבען. אבער דער גלח כאפט דאס אהן מיט צוויי פון זיינע קליינע פינגערס און גיבט דאס א ווארף אריין טיף אין דער ערד און עס ווערט איינגעזונקען אז מען זעהט דאס נישט ארויס.
אלע גוים קלאטשן מיט די הענט פאר די גרויסע גבורה וואס דער גלח האט באוויזן. די אידן זענען אבער געווען טרויעריג, ווער ווייסט וואס ווייטער וועט זיין. דער קעניג זיצט אויף זיין קעניגליכע שטול ארום גענומען מיט זיינע מיניסטארן, און קוקט צו פונקטליך וואס עס פאסירט.
דער גלח גיבט א באפעהל פאר רבי דן אז ער זאל ארויס ציהען דעם זויל פון די ערד. רבי דן ווערט נישט נתפעל, ער וואשט זיך אפ די הענט און זאגט שטיל א קורצע תפילה. ער בייגט זיך אראפ צום גרונד, און שטעקט אריין די הענט און כאפט אהן דעם זויל. ער האט דאס מיט איין האנט געגעבן א טראסק ארויף קילאמעטערס הויך ביז די וואלקענעס, און עס איז דארט געבליבן שטיין. רבי דן רופט זיך אהן צום גלח: "נו, יעצט לאמיר זעהן דיין שטארקקייט, ציה אראפ דעם זויל". דער גלח פראבירט און פראבירט, ער זאגט שטיל זיינע טמא'נע תפילות און ארבעט שווער מיט זיין כישוף, אבער עס העלפט גארנישט. - דער גלח האט געליטען א דורכפאל.
כדי צו מאכן פארגעסן פון זיין דורכפאל, ווייזט דער גלח א גרעסערע קונץ: ער ברענגט צוויי מילשטיינער, און צורייבט זיי מיט זיינע הענט און זיי ווערן בלויז ברעקלעך שטויב. דאן נעמט ער צוזאמען די אלע ברעקלעך און פּרֶעסְט זיי צוזאמען און זיי ווערן צוריק צוויי גרויסע מילשטיינער. ער באפעהלט פאר רבי דן דאס נאך צו מאכן.
רבי דן ווארט נישט קיין סאך, ער צוברעקעלט די צוויי שטיינער און מאכט זיי צוריק אויף זייער פארם. דאן דערלאנגט ער א ווארף די שטיינער ביז דער אייזערנער זויל, און זיי בלייבען דארט הענגען. רבי דן פארלאנגט פון דער גלח אז ער זאל באווייזען א קונץ און אראפ ברענגען די צוויי שטיינער. אבער מיט שאנדע און שפאט האט דער גלח געמוזט מודה זיין אז ער קען דאס נישט טוהן.
יעצט רופט זיך אהן רבי דן: "איך פארלאנג פון דעם גלח איינס פון די צוויי: אדער איך וועל אראפ ברענגען א פייער-זויל פון הימל און ער וועט דאס אויסלעשן, אדער דער גלח וועט אראפ ברענגען א פייער-זויל און איך וועל דאס אויסלעשן". דער גלח האט געוואוסט אז ער קען נישט אראפ ברענגען א פייער פון הימל, האט ער בעסער אויסגעקליבן די ערשטע וועג.
רבי דן ברענגט אראפ א פייער פון הימל, און דער גלח דערנענטערט זיך אויסצולעשן. אבער וויפוהל וואסער ער האט געגאסן איז איהם נישט געלונגען צו פארלעשן. און די פייער איז געבליבן אין זיין גרויסקייט. רבי דן פראבירט יעצט נאך א זאך און רופט זיך אהן: "אט דא פאר אונז איז פארפלאנצט זייער א הויכער און ברייטער בוים. יעצט קענסטו זיך אויסוועהלן וואס דו ווילסט: אדער איך זאל איינבייגען דעם בוים ביז צו די ערד, און דו וועסט דאס צוהאלטען פעסט ביים שפיץ אז עס זאל זיך נישט צוריק אויפהייבען, אדער דו זאלסט איהם איינבייגען און איך וועל איהם איינהאלטען.
דער גלח האט אויסגעקליבן דאס ערשטע. רבי דן האט דעם בוים איינגעבויגן ביז דער שפיץ האט צוגערירט די ערד, און דער גלח דערנענטערט זיך צום בוים איינצוהאלטן דעם שפיץ. אין די רגע וואס רבי דן האט אפגעלאזט דעם שפיץ - טראך!!! - דער בוים גיבט א פלי אויף צוריק און דער גלח ווערט ארויף געטראסקעט הויך הויך ביז צו דער הענגעדיגער זויל. זיין קאפ ווערט פארכאפט אין דעם זויל, און זיין קערפער ווערט צומאלען צווישן די מילשטיינער. די פייער-זויל הייבט זיך אויף און פליט ארויף און פארברענט אלעס. ביז א מינוט איז אלעס פארשוואונדען: אויס זויל, אויס שטיינער, אויס פייער - - - - און אויס גלח!!!
די אידן זענען יעצט געראטעוועט געווארן פון דעם געפערליכן כח הטומאה, און זיי זענען באלד ארויס געגאנגען אין א טאנץ. זיי האבן געטאנצט און געזונגען ביז אין שוהל אריין, און ארום גענומען מיט גרויס פרייד זייער גרויסן און הייליגן שליח רבי דן.
דאן איז רבי דן ארויף געגאנגען אויף די בימה און איבעגעגעבן די ווערטער פון רבי מאיר חזן. - אזוי ווי ער קען נישט מער צוריק קומען פון יענע זייט סמבטיון, בעט ער פון אלע אידן אז זיי זאלן זארגן פאר זיין פרוי און קינדער. אויך בעט ער אז די שירה וואס ער האט יעצט צוזאמען געשטעלט "אקדמות מילין", זאל געלייענט ווערן אין אלע קהילות יעדן שבועות פאר קריאת התורה.
רבי דן האט ארויס גענומען דעם שיר "אקדמות מילין" וואס רבי מאיר האט איהם איבערגעגעבן און דערלאנגט דעם רב. די טעג זענען געווען נאהנט צו שבועות, און טאקע אין יענע שבועות איז געלייענט געווארן די "אקדמות" אין אלע קהילות, און עס איז געבליבן א הייליגע מנהג ביז צו דעם היינטיגן טאג, און דאס ווערט געלייענט מיט גרויס געפיהל און ברען.
די מדרש דערצעהלט, אז פאר דער אייבערשטער איז געקומען געבן די תורה פאר די אידן, האט ער געזאגט פאר די מלאכים: "צום ערשט וועל איך גיין מיט די תורה צו די פעלקער און איך וועל זיי פרעגן צו זיי זענען מסכים אנצונעמען מיין תורה. אויב זיי וועלן מסכים זיין, דאן וועל איך זיי צוזאמען פָּאהְרֶן מיט די אידן. אזוי וועלן זיי נישט קענען שפעטער האבן א טענה אז אויב מ'וואלט זיי געגעבן די תורה וואלטן זיי אויך געטוהן מצוות.
איז דער אייבערשטער געגאנגען צו די בני עשיו, און זיי געפרעגט צו זיי ווילען אָנְנֶעמֶען די תורה. האבן זיי צוריק געפרעגט: "וואס שטייט אין יענע תורה"? האט זיי דער אייבערשטער געענטפערט: "אין מיין תורה שטייט: "לא תרצח" - איהר זאלט נישט מארדען קיין מענטשן"! האבן זיי געענטפערט: "ניין, מיר קענען נישט אננעמען די תורה, ווייל אונזער גאנצע לעבן און שטרעבונג איז צו מארדען מענטשן און פיהרן מלחמות. אהן דעם קענען מיר נישט לעבן"!!
איז דער אייבערשטער געגאנגען צו די בני ישמעאל און זיי געפרעגט: "ווילט איהר אָנְנֶעמֶען מיין תורה וואס גיבט אן אייביגן לעבן פאר דעם מענטש"? - "וואס שטייט אין דיין תורה"? - האבן די בני ישמעאל צוריק געפרעגט. האט זיי דער אייבערשטער געענטפערט: "אין מיין תורה שטייט :"לא תגנוב" - איהר זאלט נישט גנב'ענען"! - אוי, ניין, אזא סארט תורה איז נישט צוגעפאסט פאר אונז, ווייל אונזער גאנצע געשמאק אין לעבן איז צו גנב'ענען און רויבען"!!
פון דארט איז דער אייבערשטער געגאנגען צו די בני עמון און מואב, און אויך זיי האבן געפרעגט וואס אין די תורה שטייט. האט זיי דער אייבערשטער ערקלערט אז עס שטייט: "לא תנאף" - מען מעג נישט טוהן קיין אומווערדיגע זאכען. האבן זיי זיך אויך אויסגעלאכט פון די תורה און נישט געוואלט אָנְנֶעמֶען.
און ווען דער אייבערשטער איז דערנאך געגאנגען צו די פעלקער פון כנען און זיי געפרעגט: "אפשר ווילט איהר אָנְנֶעמֶען מיין תורה"? - האבן זיי אויך געפרעגט: "וואס שטייט אין יענע תורה וואס דו זאגסט אז עס איז אזוי גוט און געשמאק"? האט זיי דער אייבערשטער געענטפערט: "עס שטייט אין מיין תורה אז מען דארף האנדלען ערליך און מ'טאר נישט באשווינדלען א חבר". האבן זיי באלד אויסגעשריגן: "ניין!!! א תורה וואס האט אזוינע ערליכע און גלייכע געזעצן זענען נישט גוט פאר אונז. אונזער גאנצע לעבן איז מיט שווינדעל און בלאף"!!
פון דארט איז דער אייבערשטער אנגעקומען אין דעם מדבר צו די אידן און זיי געפרעגט: "ווילט איהר אפשר אָנְנֶעמֶען מיין תורה"? זיי האבן נישט געטראכט קיין רגע און גארנישט געפרעגט, נאר באלד צוזאמען הויך אויסגעשריגן מיט התלהבות און ברען: "נעשה ונשמע"!!! - "מיר וועלן טוהן און מיר וועלן הערן"!!!
און אזוי ווי דער אייבערשטער האט געזעהן דעם גרויסען חשק מיט וועלכע די אידן ווילן אָנְנֶעמֶען די תורה, האט ער געזאגט צו משה רבינו: "צום ערשט, פאר איך וועל זיי געבן די תורה, וויל איך אז דו זאלסט צוזאמען קלויבן אלע אידישע פרויען און רעדן מיט זיי וועגן קבלת התורה. ווייל וויבאלד די מאמעס זענען די הויפט פון די אידישע שטוב און זיי ערציהען די קינדער, דערפאר וויל איך אז זיי זאלן צום ערשט הערן וועגן קבלת התורה".
איז משה רבינו געגאנגען און איבערגעגעבן די רייד פון דעם אייבערשטען צו ערשט פאר די פרויען און דאן פאר אלע אידן. און ווען ער האט צוריק געקערט דעם ענטפער פון די אידן פאר דעם אייבערשטען, האט איהם דער אייבערשטער געזאגט: "יעצט וויל איך האבן עֲרֵבִים וואס קענען פאר מיר פארזיכערן אז איהר וועט איינהאלטען אייערע רייד פון אפהיטען די תורה".
האבן די אידן געענטפערט: "אונזערע קינדער וועלן זיין ערבים אז מיר וועלן האלטן די תורה. מיר וועלן לערנען מיט זיי די תורה און מצוות, און אויך זיי וועלן איבערגעבן פאר זייערע קינדער. אזוי וועט די תורה בלייבן אייביג באהאפטען צו אונז"!! דער אייבערשטער איז זייער צופרידען געווען פון דעם ענטפער און באפוילען די אידן זיך צוצוגרייטען צו קבלת התורה.
נפטר - יום רביעי א' שבועות תק"כ
דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק זי"ע, האט פון אייביג אהן שטארק געגלוסט און געשטרעבט צו באגרייפען און פארשטיין דעם געוואלדיג הייליגען כח פון דעם בעל שם טוב זי"ע. ער פלעגט אסאך מתפלל זיין אז פון הימל זאל מען איהם דאס באווייזען. ער האט אבער באקומען פון הימל א ענטפער אויף זיין פארלאנג: "אויף דעם נידריגען וועלט מיט די גשמיות'דיגע קערפער, איז דאס אוממעגליך צו פארשטיין און דערגרייכען. אפילו מען זאל זיין אויסגעארבעט ווי שטארק מעגליך, - קען מען דאס נישט זעהן".
אבער דאס אלעס האט נישט פארקלענערט און פארמינערט דעם ווילען פון דעם צדיק זי"ע, ער האט נאך אלץ געטראכט און געהאפט אז הלוואי זאל מען איהם פון הימל מאכן קענען די געוואלדיגע קדושה פון דעם בעש"ט זי"ע - דער געטליכער צדיק וואס האט אראפ געשיינט אויף די וועלט דעם הייליגן דרך אין עבודת ה', דעם "דרך החסידות". און דער וואס האט דערנענטערט צענדליגע טויזענטער אידן צו זייער פאטער אין הימל.
דער צדיק זי"ע האט נישט אפגעשטעלט זיינע הייסע תפילות, און ווייטער פארגעזעצט מיט זיין געבעט. ביז ענדליך האט מען איהם פון הימל נאכגעגעבן זיין פארלאנג.
********************************
אנהייב חודש אדר תקמ"ז, - אין בית המדרש פון דעם הייליגען רבי ר' אלימלך זי"ע, זיצט זיין חשובער און באליבטער תלמיד הרב הקדוש רבי קלונמוס קלמן זי"ע, בעל מחבר ספר "מאור ושמש". זיינע ליכטיגע אויגן זענען פארטיפט אין דעם אפענעם ספר וואס איז געליגען פאר איהם, זיין שטערן איז באדעקט מיט טיפע קנייטשן, און זיינע מחשבות זענען באהאפטן אין דעם הייליגן בורא עולם.
פלוצלינג איז עמיצער צוגעגאנגען צו איהם און איבערגעהאקט זיינע הייליגע מחשבות. יענער זאגט איהם אריין אין אויער שטילערהייט: "דער רבי בעט אייך אריין צו קומען צו איהם אין צימער".
דער רבי זי"ע איז געזעצען ביי זיך אין צימער פארטיפט מיט אן ערענסטקייט אין זיינע געדאנקען, און מייחד געווען הייליגע יחודים. ער הייבט אויף זיינע אויגן און באטראכט דעם "מאור ושמש" פון אויבן ביז אראפ.
"הער מיך צו, מיין חשובער תלמיד" - רופט זיך אהן רבי ר' אלימלך זי"ע - "פון אלע מיינע תלמידים, האב איך פונקט דיר אויסגעוועלט צו ווייזען גאר אן אינטערעסאנטע זאך וואס נישט יעדער איינער האט א זכיה דאס צו זעהן. דערפאר, גרייט זיך צו, מיט קדושה און טהרה און באהעפט זיך מיט דיין גוף און נשמה אין דעם הייליגן באשעפער. דאן וועסטו זוכה זיין, עס זאל פאר דיר אנטפלעקט ווערן א הערליכע איבעראשונג"!
דער "מאור ושמש" זי"ע האט פארלאזט דעם רבי'נס צימער פארוואונדערט און איבעראשט פון די הייליגע ווערטער. אבער ער האט גארנישט פארשטאנען די באדייטונג פון דעם איבעראשונג פון וואס דער רבי האט גערעדט. ער האט זיך גענומען צוגרייטען מיט קדושה און טהרה און זיך גערייניגט און אויסגעלויטערט ווי ווייט ער האט נאר געקענט, כדי ער זאל זיין ווערט צו צוזעהן דעם גרויסן ערשיינונג.
ס'איז שוין שפעט אין דער נאכט נאהנט צו חצות, די גאסן זענען ליידיג געווען, קיין איין מענטש געפונט זיך נישט אינדרויסען, און א געדיכטע שטילקייט און פינסטערניש האט געהערשט אויף די גאנצע באשעפעניש. דער "מאור ושמש" זי"ע שפאנט זיך געמיטליך צו די ריכטונג פון דעם רבינ'ס הויז. בלויז די קלאפן פון זיין פוס טריט הערט זיך אין די שטילקייט פון די נאכט.
אריין קומענדיג צום רבי'ן, רופט זיך אהן רבי ר' אלימלך זי"ע: "שטרענג זיך אהן, מיין טייערע תלמיד, באהעפט אלע דיינע מחשבות אינגאנצן צו דעם הייליגן בורא עולם, און דו זאלסט חס ושלום קיין איין רגע נישט מסיח דעת זיין פון באשעפער ביז נאך די ערשיינונג!!!"
די צוויי הייליגע צדיקים זענען שטילערהייט ארויס געגאנגען פון דעם שטוב, און זיך געלאזט גיין אין די ריכטונג פון די הויכע בערג וועלכע זענען געווען אויפן וועג צום שטעטישן בית החיים.
די נאכט איז געווען אנהייב פון דעם חודש און א טונקעלקייט האט דארט געהערשט. בלויז די שטראלן פון די טויזענטע שטערנס האבן געפינקעלט פון די הויכקייט פון דעם קלאהרן הימל. דער ווינט האט געבלאזען און געפיפען אזוי ווי ער וואלט זיי באגלייט.
א גאנצע צייט גייענדיג אויפן וועג האבן די צוויי צדיקים געשוויגען און קיין מינדעסטן ווארט נישט ארויס גערעדט. דער "מאור ושמש" האט נישט דערווייגט צו פרעגן ווי מען גייט? אדער וואס וועט מען יעצט זעהן? - דאס איז געווען א באהאלטענע סוד אויף וואס מען פרעגט נישט קיין שאלות. מיטן גאנצן הארץ פראבירט ער אויסצופיהרן דעם רצון פון זיין רבי'ן - נישט מסיח דעת זיין פון באשעפער.
זיי דערגרייכען צו א באשטימטן ארט, און דער הייליגער רבי האט זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן ארום קוקען אין דעם גאנצן געגענט. א אויסערגעווענליכע שטילקייט האט דארט געהערשט און א שרעקליכע גייסט פון ציטער האט געשוועבט אויף די צוויי צדיקים. זיי האבן געפיהלט אזוי ווי זייער נשמה געפונט זיך נישט אויף די וועלט.
רבי ר' אלימלך זי"ע שטייט דארט מיט פעסט פארמאכטע אויגן פארטיפט אין זיינע הייליגע מחשבות, און זיין פנים איז פלאמענדיג רויט. דער "מאור ושמש" ווארפט זיך פון גרויס שרעק און ער פאלט ממש פון די פוס. און אט הערט ער ווי דער רבי זי"ע רופט זיך אהן צו איהם מיט א ווייכע שטימע: "חזק ואמץ! שטארק זיך מיט א דערהויבענע פעסטקייט, לאז זיך נישט אפשוואכען, דאן וועסטו זוכה זיין צו זעהן די הייליגע ערשיינונג ביז צו די ענדע"!!
דער רבי זי"ע האט באלד א כאפ געטוהן די צוויי הענט פון זיין תלמיד און זיי אריין געשטיפט טיף אין זיין גארטעל, און אויפגעהויבן זיינע הענד צום הימל - - - - -
דער צדיק האט געבראכען די שטילקייט מיט א תפילה וואס ער האט ארויסגעזאגט, און מייחד געווען יחודים מיט שמות הקדושים. באלד האבן זיך די הויכע הימלען געשפאלטן. א ריזיגע פייער האט אראפ גענידערט אויף די וועלט, און די שטארקע פייער האבן זיך צושפרייט צעהנדליגע טויזענטע פונקען וואס האבן באדעקט די גאנצע הוילקייט פון די וועלט פון איין עק ביז צום צווייטן עק.
א קורצע צייט דערנאך האבן זיך איינגעזאמעלט אלע פייער-פונקען פון די גאנצע וועלט, און זענען איינגעשלינגען געווארן אין דער ערד נעבן זייער פוס.
דער "מאור ושמש" איז נישט געווען בכח צו צוקוקען אזוי לאנג צו דעם הייליגן און מורא'דיגן בילד, און זיינע אויגן זענען פון גרויס שרעק פארטונקעלט געווארן. און ווען נישט וואס ער האט אנגעכאפט דעם רבי'ן מיט זיינע ביידע הענט, וואלט ער אוועק געפאלען חלשות.
דערנאך הערט ער ווי דער רבי זי"ע שרייט אויס: "שוין גענוג"! - און באלד האבן זיך די הימלען צוריק פארמאכט און די פייער איז פון דארט פארשוואונדען געווארן.
דער "מאור ושמש" האט צוביסלעך צוריק געעפענט זיינע אויגן און זיך אנגעשטרענגט צו איינהאלטן זיין שרעק. מיט גרויס וואונדער און שטוינונג האט ער אריין געקוקט אין דעם רבי'נס אויגן און געווארט אויף א ערקלערונג אויף דעם גאנצן פאסירונג.
און דער רבי זי"ע האט זיך אנגערופען: "פון אייביג אהן האב איך געוואוסט און פארשטאנען דעם געוואלדיג גרויסן כח פון דעם הייליגן בעש"ט זי"ע. א סאך תנאים און אמוראים און אויך אנדערע פריערדיגע גרויסע צדיקים האבן נישט זוכה געווען צו דעם טיטעל "בעל שם טוב". ביז עס איז געבוירן געווארן דער צדיק רבי ישראל פון מעזשבוזש זי"ע און באקומען פון הימל דעם טיטל". אוו דער רבי זאגט ווייטער: "אלעמאהל האב איך געשטרעבט און געגלוסט צו זעהן די גרויסקייט פון זיין קדושה, אבער פון הימל האט מען מיר דאס נישט נאכגעגעבן. נאך פוהל שטארקע תפילות האט מען מיר אנטפלעקט אז ערשט א קורצע צייט פאר מיין פטירה וועל איך זוכה זיין דערצו. אצינד מיין טייערע תלמיד, וואוסען זאלסטו, אז די גרויסע פייער וואס דו האסט געזעהן, דאס איז געווען די הייליגע נשמה פון דעם בעל שם טוב זי"ע. די פונקען וואס זענען צושפרייט געווארן אויף אלע זייטן פון די וועלט, דאס איז דער גרויסער כח התורה והחסידות וואס שיינט אויף אלע פיהר עקן פון די וועלט, בזכות פון דעם בעש"ט זי"ע".
"דערפאר הער מיך גוט צו" - ענדיגט דער רבי זיינע ווערטער - "עס איז שוין אנגעקומען מיין צייט צו פארלאזען די וועלט. ווען מיינע תלמידים וועלן זוכען א פאסיגע ארט מיך צו באגראבן, זאלסטו זיי זאגן אז דא אויף דעם ארט - ווי ס'האט זיך אנטפלעקט פאר אונז די גרויסע ערשיינונג פון דעם בעל שם טוב'ס נשמה -וויל איך טרעפן מיין ריהונג".
רבי ר' אלימלך זי"ע זוכט אויס פיהר לאנגע לייסטלעך און ער שטעקט זיי אריין אויף די פיהר זייטען, אלץ צייכען אז דארט וויל ער באגראבן ווערן.
די צוויי צדיקים האבן פארלאזט דעם ארט, אבער דער "מאור ושמש" האט זיך נאך אלץ געמוזט אנכאפן אין דעם רבי'ן, ווייל ער האט זיך נאך נישט געקענט אינגאנצן בארוהיגן פון דעם הייליגן און מורא'דיגן ערשיינונג וואס האט זיך אפגעשפילט פאר זיינע אויגן.
עטליכע טעג שפעטער, כ"א אדר תקמ"ז איז דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע נסתלק געווארן בקדושה וטהרה, און זיינע תלמידים האבן איהם מקבר געווען טאקע אויף דעם ארט פון די הייליגע ערשיינוג פון דעם בעש"ט זי"ע.
********************************
דער צדיק און בעל מקובל רבי חנוך העניך פון אלעסק זי"ע, פלעגט נאכזאגן פון זיין שווער - כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע, וואס ער האט געהערט ווי דער גרויסער רבי פון לובלין זי"ע האט אזוי געזאגט: "אז עס וועט קומען א מענטש און וועט מיר דערצעהלן אז ער האט געזעהן אז דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע בויט א גרויסע לייטער, און קרוכט ארויף אין הימל לעבעדיגערהייט מיט זיינע קליידער, וועל איך איהם גלייבען. ווייל אלעס וואס מען דערצעהלט אויף דעם בעש"ט זי"ע קען זיין אמת"!!!
********************************
כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע האט דערצעהלט, אז איינמאהל האט ער געזעהן אין חלום, אז מען פיהרט איהם ארום אין גן עדן העליון, און מען ווייזט איהם די מויערן פון "ירושלים של מעלה". און אויף איינע פון די מויערן שפאצירט ארום אן אלטער מענטש. אויף זיין שאלה ווער יענער מענטש איז? האט מען איהם געענטפערט: אז דאס איז רבי ישראל בעל שם טוב זי"ע, וואס ער האט געשוואוירען אז ער וועט נישט אראפ גיין פון די מויערן ביז משיח וועט קומען און צוריק אויפבויען דעם בית המקדש.
********************************
כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געזאגט: "ביז משיח וועט קומען, אין יעדע ארט פון די וועלט, וועלכער איד עס זאל נאר זיין, אז ער וועט האבן אפילו נאר א קליינע און קורצע מחשבה פון תשובה, קומט דאס אלעס פון דעם גרויסן כח הקדושה פון דעם הייליגען בעל שם טוב.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!!!
נשלח ב-24/5/2004 00:16
נפטר - יום רביעי א' שבועות תק"כ
פסח שנת תק"כ ווען דער גרויסער צדיק הרה"ק ר' פנחס קוריצער זי"ע איז געווען ביים הייליגען בעל שם טוב זי"ע אויף יום טוב, איז ר' פנחס זצ"ל אביסעל שוואך געווען און וועגען דעם נישט געגאנגען אין מקוה ערב שביעי של פסח.
שביעי של פסח בייטאג אינמיטען דאווענען האט ר' פנחס זצ"ל געזעהן מיט זיינע לעכטיגע אויגן אז עס איז נגזר געווארען אין הימל אויף דעם הייליגען בעל שם טוב אז ער מוז נסתלק ווערען פון די וועלט.
ר' פנחס זצ"ל האט זיך זייער געשטארקט און געבעטען דעם באשעפער אז ער זאל מבטל זיין דעם גזירה. עס האט איהם זייער פארדראסען אז ער איז נישט געגאנגען ערב יום טוב אין מקוה, ווייל ער וואלט דאס אוודאי געזעהן ווען ער וואלט געווען אין מקוה, און אזוי וואלט ער זיכער געקענט אויס'פועל'ען.
נאכען דאווענען האט איהם דער בעש"ט געפרעגט צו ער איז נעכטען ערב יום טוב געגאנגען אין מקוה. האט ער געענפערט, "ניין". האט איהם דער בעל שם טוב געזאגט "אויב אזוי קען מען שוין גארנישט טוהן".
נאך פסח האט די בעש"ט זיך אנגעהויבען נישט גוט צו שפירען. טראץ דעם האט ער זיך געשטארקט און ווייטער געדאווענט ביים עמוד כדרכו בקודש.
שבועות ביינאכט האבען זיך צוזאמגענומען די הייליגע חבריא פון'ם בעש"ט צו זיין אויף א גאנצע נאכט לערנען. ביינאכט האט דער בעש"ט זיי געזאגט דברי תורה וועגען עניני מתן תורה.
דערנאך האט ער געהייסען אז מ'זאל אריין רופען א מנין אין צימער צום דאווענען און ער האט אזוי געזאגט: "לאמיר נאך אביסעל שמיסען מיט'ן רבונו של עולם".
נאכ'ן דאווענען איז ר' נחמן מהרדעינקא זי"ע געגאנגען אין בית המדרש מתפלל צו זיין אויף זיין הייליגען רבי אז ער זאל געזונט ווערען, האט דער בעל שם טוב זיך אנגערופען: "ער איז מתפלל בחינם. אויב ער וואלט געקענט אריין דורך יענער טיר ווי איך פלעג אריין, וואלט ער יא געקענט פועל'ען".
שפעטער זענען זיך צאמגענגעקומען די שטאטישע מענטשען מקבל צו זיין פני רבם ברגל. דער בעש"ט האט זיי געזאגט דברי תורה.
אינמיטען די סעודה האט ער געהייסען דעם משרת אז ער זאל עפעס אריין לייגען אין די גרויסע פלעשעל. דער משרת, נישט כאפענדיג, האט עס אריינגעלייגט אין די קליינע פלעשל. האט דער בעל שם טוב זיך אנגערופען "אין שלטון ביום המות, אויך די גבאי פאלגט מיר שוין נישט".
דער בעש"ט האט געגעבען א סימן פאר זיינע תלמידים, אז בשעת זיין פטירה וועלען זיך אפשטעלען די צוויי זייגערס פון זיין שטוב.
ער האט זיך געוואשען די הענט, און ס'האט זיך אפגעשטעלט דער גרויסער זייגער. דער בעש"ט איז געשטאנען, האבען איהם די תלמידים ארום גענומען כדי אז ער זאל נישט זעהן די זייגער, האט ער זיי געזאגט: "איך ווייס אז עס האט זיך אפגעשטעלט, אבער איך זארג מיך נישט, ווייל איך ווייס קלאר אז אזוי ווי איך גיי ארויס פון דער טיר גיי איך גלייך אריין אין די אנדערע.
נאכדעם האט זיך דער בעל שם טוב געזעצט אויפן בעט און באפוילען די תלמידים אז זיי זאלען זיך שטעלען ארום איהם. דערנאך האט ער זיי געזאגט דברי תורה וועגען עניני גן עדן.
דערנאך האט ער גערוהט און מען האט באמערקט אז די צווייטע זייגער האט זיך אפגעשטעלט, האט מען פארשטאנען אז ער איז שוין אויפן אמת'ער וועלט.
נאכ'ן פטירה פון בעל שם טוב האבען זיך צוזאם גענומען די חבריא צו איבערשמיסען די דברי תורה וואס זיי האבען געהערט פון זייער הייליגע רבי'ן.
דער הייליגער בעל שם טוב האט זיך שפעטער באוויזען צו זיינע תלמידים אין חלום און געפרעגט "פארוואס לייגט עטץ אייער הארץ נאר צו מיין תורה, און נישט צו מיין יראת שמים?
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן:
דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, האט פון אייביג אהן שטארק געגלוסט און געשטרעבט צו באגרייפען און פארשטיין דעם געוואלדיג הייליגען כח פון דעם בעל שם טוב זי"ע. ער פלעגט אסאך מתפלל זיין אז פון הימל זאל מען איהם דאס באווייזען. ער האט אבער באקומען פון הימל א ענטפער אויף זיין פארלאנג: "אויף דעם נידריגען וועלט מיט די גשמיות'דיגע קערפער, איז דאס אוממעגליך צו פארשטיין און דערגרייכען. אפילו מען זאל זיין אויסגעארבעט ווי שטארק מעגליך, - קען מען דאס נישט זעהן".
אבער דאס אלעס האט נישט פארקלענערט און פארמינערט דעם ווילען פון דעם צדיק זי"ע, ער האט נאך אלץ געטראכט און געהאפט אז הלוואי זאל מען איהם פון הימל מאכן קענען די געוואלדיגע קדושה פון דעם בעש"ט זי"ע - דער געטליכער צדיק וואס האט אראפ געשיינט אויף די וועלט דעם הייליגן דרך אין עבודת ה', דעם "דרך החסידות". און דער וואס האט דערנענטערט צענדליגע טויזענטער אידן צו זייער פאטער אין הימל.
דער צדיק זי"ע האט נישט אפגעשטעלט זיינע הייסע תפילות, און ווייטער פארגעזעצט מיט זיין געבעט. ביז ענדליך האט מען איהם פון הימל נאכגעגעבן זיין פארלאנג.
********************************
אנהייב חודש אדר תקמ"ז, - אין בית המדרש פון דעם הייליגען רבי ר' אלימלך זי"ע, זיצט זיין חשובער און באליבטער תלמיד הרב הקדוש רבי קלונמוס קלמן זי"ע, בעל מחבר ספר "מאור ושמש". זיינע ליכטיגע אויגן זענען פארטיפט אין דעם אפענעם ספר וואס איז געליגען פאר איהם, זיין שטערן איז באדעקט מיט טיפע קנייטשן, און זיינע מחשבות זענען באהאפטן אין דעם הייליגן בורא עולם.
פלוצלינג איז עמיצער צוגעגאנגען צו איהם און איבערגעהאקט זיינע הייליגע מחשבות. יענער זאגט איהם אריין אין אויער שטילערהייט: "דער רבי בעט אייך אריין צו קומען צו איהם אין צימער".
דער רבי זי"ע איז געזעצען ביי זיך אין צימער פארטיפט מיט אן ערענסטקייט אין זיינע געדאנקען, און מייחד געווען הייליגע יחודים. ער הייבט אויף זיינע אויגן און באטראכט דעם "מאור ושמש" פון אויבן ביז אראפ.
"הער מיך צו, מיין חשובער תלמיד" - רופט זיך אהן רבי ר' אלימלך זי"ע - "פון אלע מיינע תלמידים, האב איך פונקט דיר אויסגעוועלט צו ווייזען גאר אן
אינטערעסאנטע זאך וואס נישט יעדער איינער האט א זכיה דאס צו זעהן. דערפאר, גרייט זיך צו, מיט קדושה און טהרה און באהעפט זיך מיט דיין גוף און נשמה אין דעם הייליגן באשעפער. דאן וועסטו זוכה זיין, עס זאל פאר דיר אנטפלעקט ווערן א הערליכע איבעראשונג"!
דער "מאור ושמש" זי"ע האט פארלאזט דעם רבי'נס צימער פארוואונדערט און איבעראשט פון די הייליגע ווערטער. אבער ער האט גארנישט פארשטאנען די באדייטונג פון דעם איבעראשונג פון וואס דער רבי האט גערעדט. ער האט זיך גענומען צוגרייטען מיט קדושה און טהרה און זיך
גערייניגט און אויסגעלויטערט ווי ווייט ער האט נאר געקענט, כדי ער זאל זיין ווערט צו צוזעהן דעם גרויסן ערשיינונג.
ס'איז שוין שפעט אין דער נאכט נאהנט צו חצות, די גאסן זענען ליידיג געווען, קיין איין מענטש געפונט זיך נישט אינדרויסען, און א געדיכטע שטילקייט און פינסטערניש האט געהערשט אויף די גאנצע באשעפעניש. דער "מאור ושמש" זי"ע שפאנט זיך געמיטליך צו די ריכטונג פון דעם רבינ'ס הויז. בלויז די קלאפן פון זיין פוס טריט הערט זיך אין די שטילקייט פון די נאכט.
אריין קומענדיג צום רבי'ן, רופט זיך אהן רבי ר' אלימלך זי"ע: "שטרענג זיך אהן, מיין טייערע תלמיד, באהעפט אלע דיינע מחשבות אינגאנצן צו דעם הייליגן בורא עולם, און דו זאלסט חס ושלום קיין איין רגע נישט מסיח דעת זיין פון באשעפער ביז נאך די ערשיינונג!!!"
די צוויי הייליגע צדיקים זענען שטילערהייט ארויס געגאנגען פון דעם שטוב, און זיך געלאזט גיין אין די ריכטונג פון די הויכע בערג וועלכע זענען געווען אויפן וועג צום שטעטישן בית החיים.
די נאכט איז געווען אנהייב פון דעם חודש און א טונקעלקייט האט דארט געהערשט. בלויז די שטראלן פון די טויזענטע שטערנס האבן געפינקעלט פון די הויכקייט פון דעם קלאהרן הימל. דער ווינט האט געבלאזען און געפיפען אזוי ווי ער וואלט זיי באגלייט.
א גאנצע צייט גייענדיג אויפן וועג האבן די צוויי צדיקים געשוויגען און קיין מינדעסטן ווארט נישט ארויס גערעדט. דער "מאור ושמש" האט נישט דערווייגט צו פרעגן ווי מען גייט? אדער וואס וועט מען יעצט זעהן? - דאס איז געווען א באהאלטענע סוד אויף וואס מען פרעגט נישט קיין שאלות. מיטן גאנצן הארץ פראבירט ער אויסצופיהרן דעם רצון פון זיין רבי'ן - נישט מסיח דעת זיין פון באשעפער.
זיי דערגרייכען צו א באשטימטן ארט, און דער הייליגער רבי האט זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן ארום קוקען אין דעם גאנצן געגענט. א אויסערגעווענליכע שטילקייט האט דארט געהערשט און א שרעקליכע גייסט
פון ציטער האט געשוועבט אויף די צוויי צדיקים. זיי האבן געפיהלט אזוי ווי זייער נשמה געפונט זיך נישט אויף די וועלט.
רבי ר' אלימלך זי"ע שטייט דארט מיט פעסט פארמאכטע אויגן פארטיפט אין זיינע הייליגע מחשבות, און זיין פנים איז פלאמענדיג רויט. דער "מאור ושמש" ווארפט זיך פון גרויס שרעק און ער פאלט ממש פון די פוס. און אט הערט ער ווי דער רבי זי"ע רופט זיך אהן צו איהם מיט א ווייכע שטימע: "חזק ואמץ! שטארק זיך מיט א דערהויבענע פעסטקייט, לאז זיך נישט אפשוואכען, דאן וועסטו זוכה זיין צו זעהן די הייליגע ערשיינונג ביז צו די ענדע"!!
דער רבי זי"ע האט באלד א כאפ געטוהן די צוויי הענט פון זיין תלמיד און זיי אריין געשטיפט טיף אין זיין גארטעל, און אויפגעהויבן זיינע הענד צום הימל - - - - -
דער צדיק האט געבראכען די שטילקייט מיט א תפילה וואס ער האט ארויסגעזאגט, און מייחד געווען יחודים מיט שמות הקדושים. באלד האבן זיך די הויכע הימלען געשפאלטן. א ריזיגע פייער האט אראפ גענידערט אויף די וועלט, און די שטארקע פייער האבן זיך צושפרייט צעהנדליגע טויזענטער
פונקען וואס האבן באדעקט די גאנצע הוילקייט פון די וועלט פון איין עק ביז צום צווייטן עק.
א קורצע צייט דערנאך האבן זיך איינגעזאמעלט אלע פייער-פונקען פון די גאנצע וועלט, און זענען איינגעשלינגען געווארן אין דער ערד נעבן זייער פוס.
דער "מאור ושמש" איז נישט געווען בכח צו צוקוקען אזוי לאנג צו דעם הייליגן און מורא'דיגן בילד, און זיינע אויגן זענען פון גרויס שרעק פארטונקעלט געווארן. און ווען נישט וואס ער האט אנגעכאפט דעם רבי'ן מיט זיינע ביידע הענט, וואלט ער אוועק געפאלען חלשות.
דערנאך הערט ער ווי דער רבי זי"ע שרייט אויס: "שוין גענוג"! - און באלד האבן זיך די הימלען צוריק פארמאכט און די פייער איז פון דארט פארשוואונדען געווארן.
דער "מאור ושמש" האט צוביסלעך צוריק געעפענט זיינע אויגן און זיך אנגעשטרענגט צו איינהאלטן זיין שרעק. מיט גרויס וואונדער און שטוינונג האט ער אריין געקוקט אין דעם רבי'נס אויגן און געווארט אויף א ערקלערונג אויף דעם גאנצן פאסירונג.
און דער רבי זי"ע האט זיך אנגערופען: "פון אייביג אהן האב איך געוואוסט און פארשטאנען דעם געוואלדיג גרויסן כח פון דעם הייליגן בעש"ט זי"ע. א סאך תנאים און אמוראים און אויך אנדערע פריערדיגע גרויסע צדיקים האבן נישט זוכה געווען צו דעם טיטעל "בעל שם טוב". ביז עס איז געבוירן געווארן דער צדיק רבי ישראל פון מעזשבוזש זי"ע און באקומען פון הימל דעם טיטל". און דער רבי זאגט ווייטער: "אלעמאהל האב איך געשטרעבט און
געגלוסט צו זעהן די גרויסקייט פון זיין קדושה, אבער פון הימל האט מען מיר דאס נישט נאכגעגעבן. נאך פוהל שטארקע תפילות האט מען מיר אנטפלעקט אז ערשט א קורצע צייט פאר מיין פטירה וועל איך זוכה זיין דערצו. אצינד מיין טייערע תלמיד, וואוסען זאלסטו, אז די גרויסע פייער וואס דו האסט געזעהן, דאס איז געווען די הייליגע נשמה פון דעם בעל שם טוב זי"ע. די פונקען וואס זענען צושפרייט געווארן אויף אלע זייטן פון די וועלט, דאס איז דער גרויסער כח התורה והחסידות וואס שיינט אויף אלע פיהר עקן פון די וועלט, בזכות פון דעם בעש"ט זי"ע".
"דערפאר הער מיך גוט צו" - ענדיגט דער רבי זיינע ווערטער - "עס איז שוין אנגעקומען מיין צייט צו פארלאזען די וועלט. ווען מיינע תלמידים וועלן זוכען א פאסיגע ארט מיך צו באגראבן, זאלסטו זיי זאגן אז דא אויף דעם ארט - ווי ס'האט זיך אנטפלעקט פאר אונז די גרויסע ערשיינונג פון דעם בעל שם טוב'ס נשמה -וויל איך טרעפן מיין ריהונג".
רבי ר' אלימלך זי"ע זוכט אויס פיהר לאנגע לייסטלעך און ער שטעקט זיי אריין אויף די פיהר זייטען, אלץ צייכען אז דארט וויל ער באגראבן ווערן.
די צוויי צדיקים האבן פארלאזט דעם ארט, אבער דער "מאור ושמש" האט זיך נאך אלץ געמוזט אנכאפן אין דעם רבי'ן, ווייל ער האט זיך נאך נישט געקענט אינגאנצן בארוהיגן פון דעם הייליגן און מורא'דיגן ערשיינונג וואס האט זיך אפגעשפילט פאר זיינע אויגן.
עטליכע טעג שפעטער, כ"א אדר תקמ"ז איז דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע נסתלק געווארן בקדושה וטהרה, און זיינע תלמידים האבן איהם מקבר געווען טאקע אויף דעם ארט פון די הייליגע ערשיינוג פון דעם בעש"ט זי"ע.
********************************
דער צדיק און בעל מקובל רבי חנוך העניך פון אלעסק זי"ע, פלעגט נאכזאגן פון זיין שווער - דער שר שלום מבעלזא זי"ע, וואס ער האט געהערט ווי דער גרויסער רבי פון לובלין זי"ע האט אזוי געזאגט: "אז עס וועט קומען א מענטש און וועט מיר דערצעהלן אז ער האט געזעהן אז דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע בויט א גרויסע לייטער, און קריכט ארויף אין הימל לעבעדיגערהייט מיט זיינע קליידער, וועל איך איהם גלייבען. ווייל אלעס וואס מען דערצעהלט אויף דעם בעש"ט זי"ע קען זיין אמת"!!!
********************************
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!!!
מגילת רות
מיט טייטש, און אויך די רש"י'ס בקיצור
פרק א'
(א) וַיְהִי בִּיְמֵי שְׁפֹט הַשֹּׁפְטִים און עס איז געווען אין די טעג (אין די צייט) ווען די שופטים האבן גע'משפט [פאר די צייט פון שאול המלך האבן די דורות זיך מפרנס געווען מיט "שופטים", און חז"ל זאגן אז דאס דער בועז איז געווען "אבצן"] וַיְהִי רָעָב איז געווארן א הונגער בָּאָרֶץ אין לאנד וַיֵּלֶךְ אִישׁ איז אוועקגעגאנגען א חשוב'ע מאן [ער איז געווען א גרויסע עושר און ער האט מפרנס געווען גאנץ ארץ ישראל, און דערפאר איז ער ארויס פון ארץ ישראל, ווייל ער האט שוין מער נישט געוואלט געבן פרנסה צו די ארימע לייט און דערפאר טאקע איז ער נענש געווארן] מִבֵּית לֶחֶם יְהוּדָה פון בית לחם אין יהודה לָגוּר בִּשְׂדֵי מוֹאָב צו וואינען אין פעלד פון מואב הוּא וְאִשְׁתּוֹ וּשְׁנֵי בָנָיו: ער און זיין ווייב און זיינע צוויי זוהן.
(ב) וְשֵׁם הָאִישׁ אֱלִימֶלֶךְ און דער נאמען פון דעם מאן איז אלימלך וְשֵׁם אִשְׁתּוֹ נָעֳמִי און דער נאמען פון זיין ווייב איז נעמי וְשֵׁם שְׁנֵי בָנָיו מַחְלוֹן וְכִלְיוֹן און דער נאמען פון זיינע צוויי זין איז "מחלון און כליון" אֶפְרָתִים חשוב'ע לייט [א ראי' האסטו ווי מען זעהט דאך אז דער קעניג פון מואב האט חתונה געמאכט זיין טאכטער צו "מחלון" ווי חז"ל זאגן דאך אז רות איז געווען די טאכטער פון עגלון מלך מואב. נאך א פשט ווערט "בית לחם" ווערט אנגערופן "אפרת"] מִבֵּית לֶחֶם יְהוּדָה פון בית לחם אין יהודה וַיָּבֹאוּ שְׂדֵי מוֹאָב זיי זענען אנגעקומען צום פעלד פון מואב, וַיִּהְיוּ שָׁם: און זיי זענען דארט פארבליבן.
(יב) שֹׁבְנָה בְנֹתַי קערט אייך צוריק, טעכטער מיינע לֵכְןָ גייט כִּי זָקַנְתִּי מִהְיוֹת לְאִישׁ ווייל איך בין שוין אלט פון חתונה האבן צו א מאן כִּי אָמַרְתִּי יֶשׁ לִי תִקְוָה ווען איך זאל אפילו זאגן איך האב יא צו האפן גַּם הָיִיתִי הַלַּיְלָה לְאִישׁ וְגַם יָלַדְתִּי בָנִים: ווען איך זאל נאך די היינטיגע נאכט באקומען א מאן און איך זאל אויך געבוירן זון.
(יג) הֲלָהֵן תְּשַׂבֵּרְנָה עַד אֲשֶׁר יִגְדָּלוּ וועט איר דען אויף זיי אויסקוקן און האפן (ווארטן) ביז זיי וועלן אויסוואקסן? הֲלָהֵן תֵּעָגֵנָה לְבִלְתִּי הֱיוֹת לְאִישׁ צוליב זיי וועט איר בלייבן פארבינדן (זיצן אליין) נישט חתונה האבן צוליב זיי ןצו א מאן אַל בְּנֹתַי ניין, מיינע טעכטער! כִּי מַר לִי מְאֹד מִכֶּם ווייל מיר איז אסאך ביערער פון אייך כִּי יָצְאָה בִי יַד יי: ווייל עס איז אויסגעגאנגען אויף מיר די שטראף פון אייבערשטן [רבי לוי האט געזאגטאז ווי עס שטייט יד ה' מיינט דאס די מכת "דבר", ווי עס שטייט אין פסוק (שמות ט-ג) הנה יד ה' וגו'].
(ח) וַיֹּאמֶר בֹּעַז אֶל רוּת האט בועז געזאגט צו רות הֲלוֹא שָׁמַעַתְּ בִּתִּי האטס דאך געהערט מיין טאכטער אַל תֵּלְכִי לִלְקֹט בְּשָׂדֶה אַחֵר דו זאלסט נישט גיין קלויבן אין אן אנדערע פעלד וְגַם לֹא תַעֲבוּרִי מִזֶּה און דו זאלסט אויך נישט אוועק גיין פון דא וְכֹה תִדְבָּקִין עִם נַעֲרֹתָי: נאר דו זאלסט זיך באהעפטן מיט מיינע יונגע פרויען.
(ט) עֵינַיִךְ בַּשָּׂדֶה אֲשֶׁר יִקְצֹרוּן דיינע אויגן (זאלסטו לייגן) אויף די פעלד וואס זיי שניידן וְהָלַכְתְּ אַחֲרֵיהֶן און דו זאלסט גיין אונטער זיי הֲלוֹא צִוִּיתִי אֶת הַנְּעָרִים איך האב דאך באפוילן די יונגען לְבִלְתִּי נָגְעֵךְ אז מען זאל דיר קיין ריר נישט טוהן וְצָמִת און [אויב] דו וועסט דארשטן וְהָלַכְתְּ אֶל הַכֵּלִים וְשָׁתִית זאלסטו גלייך גיין צו די כלים און דו זאלסט טרינקען מֵאֲשֶׁר יִשְׁאֲבוּן הַנְּעָרִים: פון ווי די יונגען שעפן.
(י) וַתִּפֹּל עַל פָּנֶיהָ איז זי געפאלן אויף איר פנים וַתִּשְׁתַּחוּ אָרְצָה און זי האט זיך געבוקט צו די ערד וַתֹּאמֶר אֵלָיו און זי האט איהם געזאגט מַדּוּעַ מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ לְהַכִּירֵנִי וואס עפעס האב איך געפונען חן אין דיינע אויגן זיך מיר באקאנט צו מאכן וְאָנֹכִי נָכְרִיָּה: איך בין דאך א פרעמדע.
(יא) וַיַּעַן בֹּעַז וַיֹּאמֶר לָהּ האט בועז געענטפערט און ער האט געזאגט צו איר: הֻגֵּד הֻגַּד לִי עס איז מיר דערציילט געווארן כֹּל אֲשֶׁר עָשִׂית אֶת חֲמוֹתֵךְ אלעס וואס דו האסט געטוהן מיט דיין שוויגער אַחֲרֵי מוֹת אִישֵׁךְ נאך דיין מאן'ס טויט וַתַּעַזְבִי אָבִיךְ וְאִמֵּךְ וְאֶרֶץ מוֹלַדְתֵּךְ האסטו פארלאסט דיין פאטער און דיין מוטער און דאס לאנד פון דיין געבורט וַתֵּלְכִי אֶל עַם אֲשֶׁר לֹא יָדַעַתְּ תְּמוֹל שִׁלְשׁוֹם: און דו האסט דיך געלאזט גיין צו א פאלק וואס דו האסט נישט געקענט פון נעכטן און אייער נעכטן.
(יב) יְשַׁלֵּם יי פָּעֳלֵךְ זאל דער אייבערשטער דיר באצאלן פאר דיין ווערק וּתְהִי מַשְׂכֻּרְתֵּךְ שְׁלֵמָה און זאלן דיין פארדינסטן זיין גאנץ מֵעִם יי אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל פון דער אייבערשטער דער גאט פון די יודן אֲשֶׁר בָּאת לַחֲסוֹת תַּחַת כְּנָפָיו: וואס דו ביסט געקומען זיך שוצן אונטער זיינע פליגל.
(יג) וַתֹּאמֶר האט זי געזאגט אֶמְצָא חֵן בְּעֵינֶיךָ אֲדֹנִי לאז מיך געפונען אויך ווייטער חן אין דיינע אויגן מיין הער כִּי נִחַמְתָּנִי ווייל דו האסט מיך געטרייסט וְכִי דִבַּרְתָּ עַל לֵב שִׁפְחָתֶךָ ווען דו האסט גערעדט צום הארץ פון דיין דינסט וְאָנֹכִי לֹא אֶהְיֶה כְּאַחַת שִׁפְחֹתֶיךָ: און איך געהער דאך נישט צו זיין אפילו ווי איינער פון דיינע דינסטן [איך בין נישט חשוב אפילו ווי איינער פון דיינע שפחות].
(יד) וַיֹּאמֶר לָה בֹעַז און בועז האט געזאגט צו איר לְעֵת הָאֹכֶל צו דער צייט פון עסן גּשִׁי הֲלֹם קום אהער נענטער וְאָכַלְתְּ מִן הַלֶּחֶם און וועסט עסן פון דעם ברויט וְטָבַלְתְּ פִּתֵּךְ בַּחֹמֶץ און וועסט איינטונקען דיין ביסן אין זויערס [פון דא זעהן מיר אז זויערס איז גוט אויב מען איז זייער הייס] וַתֵּשֶׁב מִצַּד הַקּוֹצְרִים זי האט זיך אוועקגעזעצט ביי די זייט פון די שניידערס וַיִּצְבָּט לָהּ קָלִי און ער האט איר דערלאנגט א הויפן געברענטע זאנגען וַתֹּאכַל וַתִּשְׂבַּע וַתֹּתַר: און זי האט געגעסן און זי איז זאט געווארן און זי האט פון דעם נאך איבער געלאזט.
(ג) וַיֹּאמֶר לַגֹּאֵל און ער האט געזאעגט צום אויסלייזער חֶלְקַת הַשָּׂדֶה אֲשֶׁר לְאָחִינוּ לֶאֱלִימֶלֶךְ די שטיקל פעלד וועלכע געהערט צו אונזער פריינד אלימלך מָכְרָה נָעֳמִי האט נעמי פארקויפט הַשָּׁבָה מִשְּׂדֵה מוֹאָב: ווען זי איז צוריקגעקומען פון פעלד פון מואב.
(ד) וַאֲנִי אָמַרְתִּי און איך האב אבער געטראכט אֶגְלֶה אָזְנְךָ לֵאמֹר איך וועל פריער אויפדעקען דיינע אוירען זאגנדיג קְנֵה נֶגֶד הַיּשְׁבִים זאלסט עס קויפן אין געגנווארט פון די וועלכע זיצן דא וְנֶגֶד זִקְנֵי עַמִּי און אין געגנווארט פון די עלטסטע לייט פון מיין פאלק אִם תִּגְאַל אויב ווילסטו אויסלייזן גְּאָל לייז אויס וְאִם לֹא יִגְאַל אויב דו וועסט נישט אויסלייזן הַגִּידָה לִּי זאל מיר גלייך (ואדע) וְאֵדְעָה און איך זאל וויסן כִּי אֵין זוּלָתְךָ לִגְאוֹל ווייל קיין נענטערע קרוב אויסער דיר איז נישט פארהאן וְאָנֹכִי אַחֲרֶיךָ און נאך דיר פאלט די פליכט גלייך אויף מיר וַיֹּאמֶר האט דער קרוב געזאגט אָנֹכִי אֶגְאָל: איך וועל אויסלייזן.
(ה) וַיֹּאמֶר בֹּעַז האט בועז געזאגט בְּיוֹם קְנוֹתְךָ הַשָּׂדֶה מִיַּד נָעֳמִי וּמֵאֵת רוּת הַמּוֹאֲבִיָּה אֵשֶׁת הַמֵּת (קניתי) קָנִיתָה אין דעם זעלבן טאג וואס דו קויפסט די פעלד פון רשות פון נעמי און פון רות די מאבי'שע די פרוי פון פארשטארבענעם, מוזטו עס קויפן [מיט דעם תנאי אז דו וועסט איר נעמען פאר א ווייב כדי:] לְהָקִים שֵׁם הַמֵּת עַל נַחֲלָתוֹ: אויפצושטעלן דעם אנדענק פון געשטארבענעם'ס נאמען אויף זיין ווייטערדיגע ירושה.
(ו) וַיֹּאמֶר הַגֹּאֵל האט אבער דער אויסלייזער געזאגט לֹא אוּכַל (לגאול) לִגְאָל לִי [אויף אזא אופן] קען איך דעס נישט אויסלייזן פאר מיר פֶּן אַשְׁחִית אֶת נַחֲלָתִי טאמער וועל איך דערמיט פארדארבן מיין אייגענע נחלה [עס וועט ארויסקומען א שלעכטע נאמען אויף מיינע קינדער, אז זיי שטאמען פון מואבים. ווי מען האט שוין אויבן געלערנט איז דאס געווען א טעות ווייל חז"ל דרש'ענען דאך מואבי ולא מואבית, אז מען מעג יא חתונה האבן מיט א פרוי פון מואב] גְּאַל לְךָ אַתָּה אֶת גְּאֻלָּתִי לייז דעמאלס דו מיין ירושה רעכט כִּי לֹא אוּכַל לִגְאֹל: ווייל אך קען עס נישט אויסלייזן.
[פארציילט יעצט דער פסוק אז] (ז) וְזֹאת לְפָנִים בְּיִשְׂרָאֵל עַל הַגְּאוּלָּה וְעַל הַתְּמוּרָה און אזוי איז געווען איינגעפירט אין די פריערדיגע צייטן ביי אידן ביים פארקויפן און איינטוישן א זאך] לְקַיֵּם כָּל דָּבָר כדי צו פעסטשטעלען א זאך שָׁלַף אִישׁ נַעֲלוֹ האט איינער אראפגעצויגן זיין שיך וְנָתַן לְרֵעֵהוּ און עס געגעבן זיין חבר וְזֹאת הַתְּעוּדָה בְּיִשְׂרָאֵל: און דאס איז געווען אזא סארט באווייז ציווישן אידן. [דער קנין ווערט אנגערופן א "קנין סודר" (דער שיך איז געווען אנטשטאט א סודר) עס איז דא א מחלוקת אין די גמרא (ב"מ מז.) איין מאן דאמר האלט אז דער קונה הייבט אויף דער כלי פון דעם מקנה, און איין מאן דאמר האלט, אז דער מקנה הייבט אויף די כלי פון דער קונה. מיר פסק'ענען אז דער מקנה הייבט אויף דער כלי פון דער קונה, דא האט דער גואל געגעבן צו בועז].
(ט) וַיֹּאמֶר בֹּעַז לַזְּקֵנִים וְכָל הָעָם און בועז האט געזאגט צו די אלטע לייט און דעם געגנווארט פון דעם גאנצן פאלק עֵדִים אַתֶּם הַיּוֹם איר זייט היינט אלע עדים כִּי קָנִיתִי אֶת כָּל אֲשֶׁר לֶאֱלִימֶלֶךְ אז איך האב אפגעקויפט אלע ירושה רעכטן וואס געהערטן צו אלימלך וְאֵת כָּל אֲשֶׁר לְכִלְיוֹן וּמַחְלוֹן און אלעס וואס געהערט צו כליון און מחלון מִיַּד נָעֳמִי: פון נעמי'ס האנט.
(י) וְגַם אֶת רוּת הַמֹּאֲבִיָּה און אויך די פרוי רות פון מואב אלס א ווייב אֵשֶׁת מַחְלוֹן די פרוי פון פארשטארבענעם מחלון קָנִיתִי לִי לְאִשָּׁה האב איך מיר געקויפט פאר א ווייב לְהָקִם שֵׁם הַמֵּת עַל נַחֲלָתוֹ בכדי צו דערהאלטן דעם פארשארטבענעמ'ס נאמען אויף זיין ירושה טייל [כדי אז ווען זי וועט זיך דרייען אויף זיין נחלה וועלען מענטשען זאגן "דאס איז געווען די ווייב פון מחלון" און אזוי וועט זיין נאמען דערמאנט ווערען אויף איהר] וְלֹא יִכָּרֵת שֵׁם הַמֵּת מֵעִם אֶחָיו וּמִשַּׁעַר מְקוֹמוֹ עס זאל נישט אפגעשניטן ווערן דער נאמען פון געשטארבענעם פון צוויישן זיינע ברידער און פון טויער פון זיין שטאט עֵדִים אַתֶּם הַיּוֹם: איר זענט אלע עדות דערויף!
(יא) וַיֹּאמְרוּ כָּל הָעָם אֲשֶׁר בַּשַּׁעַר וְהַזְּקֵנִים האט דאס גאנצע פאלק וועלכע האבן זיך פארזאמלט ביים טויער, און די אלטע לייט, געזאגט עֵדִים מיר זענען עדים יִתֵּן יי אֶת הָאִשָּׁה הַבָּאָה אֶל בֵּיתֶךָ זאל דער אייבערשטער געבען די פרוי וואס קומט אצינד אריין אין דיין שטוב כְּרָחֵל וּכְלֵאָה ווי רחל און ווי לאה אֲשֶׁר בָּנוּ שְׁתֵּיהֶם אֶת בֵּית יִשְׂרָאֵל וואס ביידע האבן אויפגעבויעט דאס אידישע הויז געזינט [כאטש ער איז ארויס פון יהודה פון די קינדער פון לאה, דאך האט ער מודה געווען אז רחל איז געווען די "עקרת הבית", דערפאר האט ער דערמאנט רחל פאר לאה] וַעֲשֵׂה חַיִל בְּאֶפְרָתָה און זאלסט טאהן העלדישקייטף אין "אפרת" וּקְרָא שֵׁם בְּבֵית לָחֶם: און זאלסט קריגן אן אויסגערופענעם נאמען אין "בית לחם" [דאס מיינט אז דיין נאמען זאל גרויס ווערען].
(יב) וִיהִי בֵיתְךָ כְּבֵית פֶּרֶץ דיין הויז זאל זיין געראטן ווי דאס הויז פון דיין זיידן פרץ אֲשֶׁר יָלְדָה תָמָר לִיהוּדָה וועמען "תמר" האט געבוירן צו יהודה מִן הַזֶּרַע אֲשֶׁר יִתֵּן יי לְךָ מִן הַנַּעֲרָה הַזֹּאת: פון די קינדער וואס דער אייבערשטער וועט דיר געבען אצינד פון די יונגע פרוי.
(כב) וְעֹבֵד הוֹלִיד אֶת יִשָׁי און עובד האט געבוירען דעם ישי וְיִשַׁי הוֹלִיד אֶת דָּוִד: און ישי האט געבוירען דעם דוד (דוד מלך ישראל)
די מדרש דערציילט, אז פאר דער אויבערשטער איז געקומען געבן די תורה פאר די אידן, האט ער געזאגט פאר די מלאכים: "צום ערשט וועל איך גיין מיט די תורה צו די פעלקער און איך וועל זיי פרעגן צו זיי זענען מסכים אנצונעמען מיין תורה. אויב זיי וועלן מסכים זיין, דאן וועל איך זיי צוזאמען פָּאהְרֶן מיט די אידן. אזוי וועלן זיי נישט קענען שפעטער האבן א טענה אז אויב מ'וואלט זיי געגעבן די תורה וואלטן זיי אויך געטוהן מצוות.
איז דער אייבערשטער געגאנגען צו די בני עשו, און זיי געפרעגט צו זיי ווילען אָנְנֶעמֶען די תורה. האבן זיי צוריק געפרעגט: "וואס שטייט אין יענע תורה"? האט זיי דער אייבערשטער געענטפערט: "אין מיין תורה שטייט: "לא תרצח" - איהר זאלט נישט הרג'ענען קיין מענטשן"! האבן זיי געענטפערט: "ניין, מיר קענען נישט אננעמען די תורה, ווייל אונזער גאנצע לעבן און שטרעבונג איז צו הרג'ענען מענטשן און פיהרן מלחמות. אהן דעם קענען מיר נישט לעבן"!!
איז דער אייבערשטער געגאנגען צו די בני ישמעאל און זיי געפרעגט: "ווילט איהר אָנְנֶעמֶען מיין תורה וואס גיבט אן אייביגן לעבן פאר דעם מענטש"? - "וואס שטייט אין דיין תורה"? - האבן די בני ישמעאל צוריק געפרעגט. האט זיי דער אויבערשטער געענטפערט: "אין מיין תורה שטייט :"לא תגנוב" - איהר זאלט נישט גנב'ענען"! - אוי, ניין, אזא סארט תורה איז נישט צוגעפאסט פאר אונז, ווייל אונזער גאנצע געשמאק אין לעבן איז צו גנב'ענען און רויבען"!!
פון דארט איז דער אייבערשטער געגאנגען צו די בני עמון און מואב, און אויך זיי האבן געפרעגט וואס אין די תורה שטייט. האט זיי דער אייבערשטער ערקלערט אז עס שטייט: "לא תנאף" - מען מעג נישט טוהן קיין אומווערדיגע זאכען. האבן זיי זיך אויך אויסגעלאכט פון די תורה און נישט געוואלט אָנְנֶעמֶען.
און ווען דער אייבערשטער איז דערנאך געגאנגען צו די פעלקער פון כנען און זיי געפרעגט: "אפשר ווילט איהר אָנְנֶעמֶען מיין תורה"? - האבן זיי אויך געפרעגט: "וואס שטייט אין יענע תורה וואס דו זאגסט אז עס איז אזוי גוט און געשמאק"? האט זיי דער אייבערשטער געענטפערט: "עס שטייט אין מיין תורה אז מען דארף האנדלען ערליך און מ'טאר נישט באשווינדלען א חבר". האבן זיי באלד אויסגעשריגן: "ניין!!! א תורה וואס האט אזוינע ערליכע און גלייכע געזעצן זענען נישט גוט פאר אונז. אונזער גאנצע לעבן איז מיט שווינדעל און בלאף"!!
פון דארט איז דער אויבערשטער אנגעקומען אין מדבר צו די אידן און זיי געפרעגט: "ווילט איהר אפשר אָנְנֶעמֶען מיין תורה"? זיי האבן נישט געטראכט קיין רגע און גארנישט געפרעגט, נאר באלד צוזאמען הויך אויסגעשריגן מיט התלהבות און ברען: "נעשה ונשמע"!!! - "מיר וועלן טוהן און מיר וועלן הערן"!!!
און אזוי ווי דער אויבערשטער האט געזעהן דעם גרויסען חשק מיט וועלכע די אידן ווילן אָנְנֶעמֶען די תורה, האט ער געזאגט צו משה רבינו: "צום ערשט, פאר איך וועל זיי געבן די תורה, וויל איך אז דו זאלסט צוזאמען קלויבן אלע אידישע פרויען און רעדן מיט זיי וועגן קבלת התורה. ווייל וויבאלד די מאמעס זענען די הויפט פון די אידישע שטוב און זיי ערציהען די קינדער, דערפאר וויל איך אז זיי זאלן צום ערשט הערן וועגן קבלת התורה".
איז משה רבינו געגאנגען און איבערגעגעבן די רייד פון דעם אייבערשטען צו ערשט פאר די פרויען און דאן פאר אלע אידן. און ווען ער האט צוריק געקערט דעם ענטפער פון די אידן פאר דעם אייבערשטען, האט איהם דער אייבערשטער געזאגט: "יעצט וויל איך האבן עֲרֵבִים וואס קענען פאר מיר פארזיכערן אז איהר וועט איינהאלטען אייערע רייד פון אפהיטען די תורה".
האבן די אידן געענטפערט: "אונזערע קינדער וועלן זיין ערבים אז מיר וועלן האלטן די תורה. מיר וועלן לערנען מיט זיי די תורה און מצוות, און אויך זיי וועלן איבערגעבן פאר זייערע קינדער. אזוי וועט די תורה בלייבן אייביג באהאפטען צו אונז"!! דער אייבערשטער איז זייער צופרידען געווען פון דעם ענטפער און באפוילען די אידן זיך צוצוגרייטען צו קבלת התורה.
נשלח ב-24/5/2004 00:20
ב"ה
שלשת ימי הגבלה
א) דער דריטער, פערטער און פינפטער טאג פון חודש סיון ווערן אנגערופען: "שלשת ימי הגבלה". דאס מיינט די 3 טעג פון באגרעניצן דעם בארג סיני, קיינער זאל דארט נישט ארויפגיין אויף דעם פלאץ ווי די הייליגע שכינה וועט אראפ קומען פון הימל און זיך באווייזען פאר די אידן און געבן פאר זיי די הייליגע תורה.
ב) אין די "שלשת ימי הגבלה" איז שוין נישט קיין ענין צו טרויערן אזוי ווי אין די ספירה טעג, און מען מעג זיך שוין אפשערן די האר און באנייען קליידער, ווי אויך טוהן אנדערע זאכן וואס מען האט נישט געטוהן אין די ספירה טעג.
מנהגי ערב שבועות
א) ערב שבועות איז א מנהג אויפצוהענגן בלומען און ביימער אין די הייזער. אויך אין בית המדרש שטעלט מען אוועק ביימער ביים עמוד פון דעם בעל תפילה, ביים ארון הקודש און אויף די בימה. מיט דעם מאכען מיר אן אנדענק צו מתן תורה, וואס איז געגעבן געווארן אויף בארג סיני וואס איז באוואקסן געווארן מיט גראז און ביימער. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: (שמות לד-ג) "גם הצאן והבקר אל ירעו אל מול ההר ההוא" (אז די שאף און רינדער זאלן נישט פאשען אויף דעם בארג). פארשטייט מען פון דעם אז אויפן בארג סיני איז געווען גראז צו פאשען.
ב) מען דארף אוֹיפְפַּאסֶען נישט אראפ צו רייסען צווייגען פון פרוכט-ביימער וועגן "בל תשחית", נאר פון געווענליכע בלעטער ביימער.
ג) ערב שבועות איז א מצוה זיך צו שערן די נעגל און די האר און זיך טובל'ן לכבוד יום טוב, כדי זיך מטהר צו זיין פאר יום טוב.
ד) די יום טוב'דיגע קליידער דארפן זיין שענער און טייערע פון יעדן שבת.
מנהגי ליל שבועות
א) מעריב דאווענט מען שפעט, ווען עס איז שוין זיכער נאכט. ווייל ביי ספירת העומר שטייט אין פסוק: "תמימות תהיינה", אז עס דארפן זיין גאנצע 7 וואכן.
ב) מען דאווענט מעריב מיט דעם נוסח און ניגון פון יום טוב. ביי "אהבת עולם",איז דא וואס פיהרען זיך צו זינגען.
ג) דער מנהג איז צו צינדען ליכט פאר די סעודה (אויסער ווען שבועות איז פרייטיג צו נאכטס). מען מאכט קידוש אזוי ווי יעדע יום טוב, און מען זאגט "יעלה ויבוא" ביים בענטשן.
ד) די ערשטע נאכט שבועות, איז א מנהג אז די מענער זענען אויף און זיי לייגען זיך נישט שלאפן. נאר מען לערנט תורה א גאנצע נאכט און מען זאגט "תיקון ליל שבועות". ווייל ווען דער אייבערשטער איז אראפ געקומען אויפן בארג סיני, צו געבן די תורה פאר די אידן, וואלט געדארפט זיין, אז די אידן זאלן שוין ווארטן פון פריער. האט אבער דער שטן געמאכט אז די אידן זאלן פארשלאפען.
אזוי האט משה רבינו געמוזט ארום גיין און אויפוועקן אלע אידן און זיי ברענגען צום בארג סיני. און ווייל דער אייבערשטער איז שוין געווען גרייט און געווארט פאר די אידן, דערפאר זענען מיר אויף א גאנצע נאכט, און מיר בעטן דעם באשעפער ער זאל אונז מוחל זיין אויף דעם וואס מיר זענען פארשלאפן ביי קבלת התורה.
ה) דער שר שלום מבעלזא זי"ע האט געזאגט, אז: "תערוך לפני שלחן" (תהלים כ"ג) איז די זעלבע ראשי תיבות פון "תיקון ליל שבועות". אז ווען מען באטייליגט זיך ביי א טיש פון א רבי א צדיק, קען מען די זעלבע מתקן זיין ווי מען זאגט "תיקון ליל שבועות".
ו) ווען מען זאגט די תרי"ג מצוות, זאל מען אינזינען האבן אז מען איז מקיים די מצוות מיט זיין זאגען.
ז) פון אר"י הקדוש זי"ע ווערט געברענגט, אז דער וואס איז אויף א גאנצע נאכט און ער שלאפט גארנישט, איז פארזיכערט אז ער וועט אויסלעבן זיין יאהר און קיין שום שאדען וועט איהם נישט געשעהן.
ח) אויך ווערט געברענגט פון אר"י הק' זי"ע אז פון ברכו ביי מעריב ביז כתר פון מוסף זאל מען נישט אויסרעדן קיין דברי חול.
מנהגי חג השבועות
א) פסוקי דזמרה און שחרית דאווענט מען מיט דעם נוסח און ניגון פון יעדע יום טוב.
ב) פאר דער כהן זאגט "ברכו" ביי "קריאת התורה" זאגט מען די "אקדמות", דעם "שיר" וואס ר' מאיר חזן זצ"ל האט מתקן געווען. ווייל אין די אקדמות ווערט דערצעהלט די גרויסקייט פון באשעפער, וועלכע האט באשאפן די גאנצע וועלט און אלעס וואס געפונט זיך אין איהר, און אז אויך די מלאכים און שרפים לויבן דעם הייליגן באשעפער. ער האט דאס געשריבן אין אראמיש, ווייל ער האט נישט געוואלט אז די מלאכים זאלן איהם מקנא זיין פאר זיין געוואלדיגן שיר, און אראמיש פארשטייען נישט די מלאכים.
ג) דעם ערשטן טאג נאכן דאווענען איז א מנהג צו עסן מילכיגע עסענווארג. מען דארף אוֹיפְפַּאסֶען אין אלע חומרות פון פליישיג און מילכיגס אזוי ווי א גאנץ יאהר. א האלבע שעה נאך די מילכיגע סעודה, קען מען עסן די פליישיגע סעודה. מען עסט נישט קיין געזאלצענע געלע קעז וואס מען מוז ווארטן נאך זיי 6 שעה ביז מען עסט פליישיגס.
ד) דער טעם פון דעם מנהג איז, ווייל ביז מען האט געגעבן די הייליגע תורה פאר די אידן, האבן זיי נישט גע'שחט'ן די בהמות ווי דער דין איז, און אויך זייערע טעפ זענען געווען טריפה. יעצט אבער, ווען זיי האבן באקומען די תורה און זיי האבן געהערט אז מען מוז עסען נאר כשר'ע פלייש, האבן זיי נישט געקענט קאכן די פלייש ווייל די טעפ זענען געווען טריפה, און כשר'ן טעפ מעג מען דאך נישט יום טוב. דערפאר האבן זיי געקענט עסען נאר "מילכיגס". וועגן דעם מאכן מיר אן אנדענק און מיר עסען אויך מילכיגס.
ה) נאך א טעם, ווייל די תורה האט 613 מצוות. 248 מצוות "עשה" קעגן די 248 גלידער פון דעם מענטש, און 365 מצוות "לא תעשה" קעגן די 365 טעג אין
יאהר. און אז דו וועסט אויסרעכענען, וועסטו זעהן אז די "לא תעשה" פון קאכן פלייש מיט מילך צוזאמען, געפאלט אין שבועות.
ו) דעם צווייטן טאג יום טוב זאגט מען "מגילת רות". ווייל אין מגילת רות ווערט אויסגערעכענט דער יחוס פון דוד המלך ע"ה וואס איז געבוירן געווארן און נפטר געווארן אין שבועות. און וועגן דעם כבוד פון דוד המלך ע"ה לייענט מען
"מגילת רות".
ש מ ו ת ח ג ה ש ב ו ע ו ת - ו ט ע מ י ה ם
דער יום טוב שבועות ווערט אנגערופען מיט 5 נעמען:
א) חג השבועות.
ב) חג העצרת.
ג) חג הקציר
ד) חג הביכורים.
ה) זמן מתן תורתינו.
א) "שבועות" - איז טייטש "וואכן". דאס מיינט אז מיר מאכן א יום טוב נאכדעם וואס מיר האבן געענדיגט ציילען ספירה 7 וואכן, וואס דאס איז 49 טעג, מאכן מיר אין דעם פופציגסטן טאג דעם יום טוב שבועות.
ב) "עצרת" - איז טייטש "אויפהאלטן". דאס מיינט אז מיר האלטן זיך צוריק אין דעם טאג נישט צו טוהן קיין ארבעט וואס מען טאר נישט טוהן אין יום טוב..
פארוואס ווערט נאר שבועות אנגערופען מיט דעם נאמען, אין אלע ימים טובים מוז מען דאך זיך צוריק האלטן פון צו טוהן א ארבעט? דאס איז ווייל יעדער יום טוב האט ספעציעלע מצוות וואס מען מוז אין איהר טוהן. ווי צום ביישפיל: פסח דארף מען עסען "מצה", סוכות דארף מען זיצען אין די "סוכה" און שאקלען מיט די "ד' מינים", ראש השנה דארף מען בלאזען "שופר", און אזוי ווייטער. "שבועות" אבער, איז נישט דא קיין ספעציעלע מצוה אין די תורה, נאר דאס וואס מען מוז זיך צוריק האלטן פון צו ארבעטן. דערפאר ווערט נאר שבועות אנגערופען מיט דעם נאמען "עצרת".
(קדושת לוי)
ג) "חג הקציר" - ווייל דעמאלטס שנייד מען די תבואה.
ד) "חג הביכורים" - איז טייטש דער יום טוב פון די "ערשט געצייטיגטע פרוכט". ווען די אלע אידן זענען געווען אין ארץ ישראל, און דער בית המקדש איז געשטאנען, איז געווען א מצוה מען זאל ברענגען "ביכורים" אין בית המקדש. ווי אזוי האט מען דאס געטוהן? ווען א מענטש האט געזעהן אין זיין פעלד, אז עס איז שוין דא איין
פרוכט פון די 7 מינים מיט וואס ארץ ישראל איז געבענטשט געווארן, וואס ווערט שוין געצייטיגט, האט ער ארויף געבינדען אויף דעם א גרעזל פאר א צייכען אז די פרוכט איז געווען די ערשטע. שפעטער ווען מען האט שוין אראפ געשניטען די אלע פרוכט, האט מען אריין געלייגט די אלע "ערשט געצייטיגטע פרוכט" אין א שיינע באפוצטע קארב. צו די זייטען האט מען צוגעבינדען שיינע טויבען, וואס מען האט שפעטער מקריב געווען פאר קרבנות. אויך האט מען אנגעגרייט א שיינע באצירטע אקס, וואס זיינע הערנער זענען געווען ארום גענומען מיט גאלד און א הערליכע געפלאכטענע קרוין פון בלעטער. דעם אקס האט מען אויך שפעטער מקריב געווען אויפן מזבח. מען האט ארויף געלייגט דעם קארב אויפן אקס, און אזוי איז מען ארויף געגאנגען קיין ירושלים, פרייליך, מיט טענץ און געזאנג. מ'האט אנידערגעלייגט דעם קארב אין בית המקדש, און מ'האט געדאנקט און געלויבט דעם באשעפער דערפאר וואס ער האט אונז געגעבן דעם הייליגן און גוטן לאנד ארץ ישראל, וואס איז געבענטשט געווארן מיט פיינע זיסע פרוכט. דער צייט פון ברענגען "ביכורים", איז פון שבועות ביז סוכות.
ה) "זמן מתן תורתינו" - איז טייטש: די צייט פון געבן אונזער תורה. שבועות פרייען מיר זיך אויף דעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו באקומען פון דעם באשעפער די הייליגע תורה. ווען די אידן האבן באקומען די תורה, איז דערקענט געווארן ווי חשוב און טייער די אידן זענען מער פון אלע פעלקער. ווייל אויב אידן היטען נישט אפ די תורה און מצוות, דאן מיט וואס זענען מיר מער חשוב פון די גוים? דערפאר פרייען מיר זיך אזוי שטארק, אז דער אייבערשטער האט אונז אויסגעוועהלט צו זיין זיינע געליבסטע קינדער, און מיר וועלן שטענדיג נאר פאר איהם זיין אונטערטעניג. שבועות איז דערגרייכט געווארן דעם ציל, צוליב וואס מיר זענען ארויס געגאנגען פון מצרים, אנצונעמען די הייליגע תורה פון בארג סיני.
ווען דער אייבערשטער האט געוואלט געבן די תורה פאר די אידן, זענען געקומען אלע גרויסע בערג און געוואלט אז אויף זיי זאל מען געבן די תורה. האט אבער דער אייבערשטער אויסגעוועהלט דעם קלענסטן בארג "בארג סיני" אויף איהם צו געבן די תורה. צו ווייזען אז תורה קען נאר לערנען א מענטש וואס האלט זיך קליין, בעניוות, און דערווייטערט זיך פון גרויסקייט.
מעשה פון בית יוסף
ב"ה
אין ספר של"ה הק' ווערט געברענגט א בריוו וואס הרה"ק ר' שלמה אלקביץ זצ''ל (מחבר פון'ם זמר לכה דודי) וואס איז געווען פון די חבריא קדישא פון הייליגן בית יוסף זצ"ל האט אפגעשריבן א מעשה וואס האט פאסירט מיט זיי בשעת זיי זענען אויף געווען, אין די נאכט פון שבועות.
דער בית יוסף וואס האט מחבר געווען די שולחן ערוך האט געוואוינט אין די שטאט צפת אין ארץ ישראל, בערך פיר הונדרעט יאר צוריק. ער האט זיך צוזאמען גענומען מיט עטליכע חבירים (ווייניגער ווי א מנין) אויף צו זיין א גאנצע נאכט און לערנען אהן א אויפהער, און אזוי איז טאקע געווען, זיי זענען געווען אויף א גאנצע נאכט און זיי האבען געלערנט אהן אויפהער.
ווען זיי האבען אפגעלערנט צוויי מסכתות משניות, האבן זיי פלוצלונג זוכה געווען צו הערן פונעם מויל פון בית יוסף ארויסגיין א הויכע אויסטערלישע געטליכע שטימע, קיין קלארע ווערטער האט מען נישט פארשטאנען נאר דאס קול האט זיך געהאלטען אין איין שטארקן מיט אן אויסטעלישן איינגענעמקייט, און די אלע ארומיגע, זענען געפאלן מיט'ן פנים צום ערד פון גרויס שרעק.
דאס קול איז געווארן קלארער און האט צו זיי אזוי געזאגט "מיינע חברים מהדרין מן המהדרין , שלום זאל זיין צו אייך, וואויל איז אייך, וואויל איז אייערע עלטערן, וואויל איז אייך אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, וואס איר האט מיר גענומען צו באקרוינען אין די הייליגע נאכט, וואס ליגט שוין אזוי לאנג אויף די ערד, און קיינער טרייסט מיך נישט, און יעצט האב איך צוריקבאקומען מיין קרוין".
שטארקט אייך מיינע חבירים, זייט בשמחה, איר זאלט וויסען אז איר זענט, פון די געהויבענע יודען פון'ם דור, און ענקער קול תורה איז ארויף צום הימעל צום אייבערשטער און געשפאלטען הימלען. צו ענקער לערנען האבען זיך צוגעהערט מלאכים ושרפים ואופנים און די חיות הק'.
ווען איר וואלט משיג געווען די קלענסטער חלק פון מיין צער, וואלט איר קיינמאהל נישט געקענט קיין שמייכל געבען, ווען איר וואלט געדענקט אז צוליב אייך ליג איך אויף די ערד, אבער יעצט זייט אייך מחזק, זעצט פָאר אייער לערנען וואס איז זיס פאר די אייבערשטער, שטעלט אייך נישט אפ קיין רגע.
יעצט לאמיר זיך אויפשטעלען אין זאגען הויך, אזוי ווי יום כיפור, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד. און יעדע האט זיך אויפגעשטעלט און מיטגעזאגט, דערנאך האט די קול ווייטער געזאגט, "וואויל איז צו אייך, לערנט ווייטער און איר זאלט נישט מבטל זיין אפילו אויף איין מינוט".
נאך אסאך אנדערע חכמה און גוטע הבטחות האט די קול גערעט צו זיי, זיי האבען מיטגעוויינט מיט'ן צער השכינה, און זיי האבען זיך געפלאגט צו לערנען א גאנצע נאכט, אהן א אויפהער.
צופרי ווען זיי זענען זיך געגאנגען טובל'ן, האבען זיי דארט געטראפען אנדערע דריי חברים, זיי האבען פארציילט פאר די חברים וואס עס איז געווען ביינאכט, די חברים האבען געהאט גרויס צער און שברי לב, פארוואס זיי זענען נישט דארט געווען, און די וואס זענען יא געווען, האבען אויך געהאט צער, פארוואס זיי זענען נישט געווען א גאנצע מנין, ווייל דעמאלס וואלטען זיי זוכה געווען מער צו הערען.
פון גרויס פרייד וואס זיי זענען געווען א גאנצע מנין, האט מען שוין נישט דערווארט ביז זיי וועלען לערנען די משניות, און אפילו נישט ביז האלבע נאכט, נאר ווען זיי האבען געהאלטען ביי משנה תורה און געזאגט די פסוקים פון שמע, האט זיך די קול גענומען הערען, און גערעט צו זיי, פון דברי חכמה, און געזאגט. "וואויל צו אייך מיינע פריינד, וואויל צו אייך וואס איר פירט מיך ארויף העכער און העכער, איר זענט געווארען זייער הויך דארך דעם וואס איר זענט צען מענטשען. ווען עס וואלט געווען ערלויבט פאר די אויג צו זעהן, וואלט איר געזעהן די גרויסע לעכטיקייט וואס נעמט ארום די שטוב, דערפאר זאלט איר זיך שטארק'ן, איינער די צווייטען, זאגט מיט א הויכע קול "שמע ישראל און ברוך שם", אזוי ווי יום כיפור.
פון די מעשה זאגט די של"ה הקדוש, קען א מענטש זעהן דאס חשיבות פון לערנען שבועות ביינאכט און נישט רעדען ח"ו קיין דברים בטלים, און אויך נאר ערליכע נוצליכע ווערטער וואס ברענגט שמירות תורה ומצות אדער יראת שמים, חזק חזק ונתחזק.
קבלת התורה - יעדען טאג
פארוואס ווערט שבועות אנגערופען "זמן מתן תורתנו" און נישט "זמן קבלת תורתנו"? ווייל די צייט פון געבן די תורה (מתן), איז געווען נאר איין מאהל - ביים בארג סיני, אבער אננעמען (קבלת) די תורה דארף זיין שטענדיג, א גאנץ לעבן בייטאג און ביינאכט.
(חידושי הרי"ם)
הכנות צו קבלת התורה
אויב א איד גרייט זיך צו אין די ספירה טעג ווי עס דארף צו זיין, קען ער זוכה זיין צו הערן די "קולות וברקים" פון קבלת התורה, און "אנכי ה' אלקיך" פון באשעפער אליין.
(קדושת לוי)
א עצה קעגן "יאוש" - צו טראכטן אז די תורה איז היינט געגעבן געווארן
בחדש השלישי לצאת בני ישראל מארץ מצרים (שמות יט-א). שיהיו דברי תורה חדשים עליך (רש"י).
ווען א איד וויל זיך זעצן לערנען תורה, קומט שטענדיג דער יצר הרע און גיבט איהם אריין א שלעכטע געפיהל אין הארץ, אז ער וועט סיי ווי נישט קענען לערנען ווייל ביז יעצט האט ער גארנישט געלערנט. און דאס ברענגט איהם צו "יאוש" און דורך דעם הערט ער אויף אינגאנצען צו לערנען. דערפאר מוז מען זעהן אזוי ווי די תורה איז היינט געגעבן געווארן ווי ניי, און ער הייבט יעצט אהן צו לערנען צום ערשטן מאהל.
(מהר"ש מבעלזא)
פון גרויס ליבשאפט צו די תורה, האבן זיי געשריגן צוזאמען
ויענו כל העם יחדיו ויאמרו כל אשר דבר ה' נעשה וגו' (שמות יט-ח).
צוליב די גרויס ליבשאפט וואס די אידן האבן ארויס געוויזען פאר די תורה, האבן זיי נישט געווארט איינער פאר דעם אנדערן אז דער חבר זאל פריער ענטפערן, נאר אלע אידן צוזאמען האבן אויסגעשריגן מיט איין שטימע: "נעשה ונשמע"!
(רבי בונם פון פרשיסכא זי"ע)
אויפגעהויבן אויף זיי די בארג, צו פארשטעלן די ליכטיגקייט פון די תורה
ויתיצבו בתחתית ההר (שמות יט-יז). מלמד שכפה עליהם הר כגגית (שבת פ"ח.).
אזוי ווי ווען א מענטש געפונט זיך א לענגערע צייט אין די פינסטערניש, מעג ער נישט פלוצלינג ארויס גיין צו די ליכטיגקייט, ווייל ער קען אינגאנצען פארלירען זיין זעהן. אזוי אויך די אידן, וואס זענען געווען אזוי לאנג אין די פינסטערע טומאה פון מצרים, וואלט זיי געשאדט אויב דער אייבערשטער וואלט אויף איינמאהל פאר זיי באוויזען די ליכטיגקייט פון די תורה. דערפאר האט זיי דער אייבערשטער באדעקט מיט דעם בארג, כדי צו פארשטעלן פון זיי די געוואלדיגע ליכטיגקייט.
(גדולת מרדכי)
אפילו אין די שווערע צייטען מוז מען מקיים זיין די תורה
די גמרא זאגט אין מסכת שבת (דף פ"ח), אז פאר דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער אויפגעהויבן דעם בארג העכער די אידן, און געזאגט: "וועט עטס מקבל זיין די תורה איז גוט, און אויב נישט - דארט וועט עטס באגראבן ווערן"! פרעגט אויף דעם תוספות, פארוואס האט אויסגעפעהלט אז דער אייבערשטער זאל דאס טוהן, די אידן האבן דאך געזאגט פון זייער אייגענע ווילן: "נעשה ונשמע"? נאר די כוונה פון דעם אייבערשטן איז געווען מרמז צו זיין, אז אפילו ווען עס קומען אהן אויף דעם מענטש שווערע צייטן אזוי ווי א בארג, און זיין רצון און חשק צו דינען דעם אייבערשטן איז זייער שוואך, דאך דארף מען זיך אנשטרענגן מיט אלע כוחות צו לערנען תורה און דינען דעם אייבערשטן.
(בעל שם טוב זי"ע)
תורה און מצוות מוז מען מקיים זיין מיט מסירות נפש
די גמרא זאגט אז ווען דער אייבערשטער האט געזאגט די ערשטע צוויי דברות: "אנכי", "לא יהיה לך", איז ארויס געפלויגען די נשמה פון די אידן פון גרויס שרעק. לכאורה איז שווער, פארוואס האט דאס אויסגעפעהלט, האט דען דער אויבערשטער נישט געקענט מאכן אז זייער נשמה זאל בלייבן אין זיי? נאר דער אויבערשטער האט געוואלט מרמז זיין, אז יעדע זאך וואס האט צו טוהן מיט תורה און אידישקייט, דארף מען מקיים זיין מיט מסירות נפש.
(שפת אמת)
זיי האבן געזעהן די מצוות, כדי נישט צו האבן קיין טעות
וכל העם רואים את הקולות ואת הלפידים (שמות כ-טו).
דער חידושי הרי"ם זי"ע האט ערקלעהרט פארוואס עס האט אויסגעפעהלט אז די אידן זאלן זעהן די קולות און די רייד פון די עשרת הדברות, עס וואלט דען נישט גענוג געווען צו הערן אליין. נאר פון הערן אליין וואלט מען זיך געקענט טועה זיין מיט די מצוות "לא תעשה" פון "לא תגנוב לא תרצח לא תחמוד וגו'", און טראכטן ח"ו אז "לא" מיינט "לו" מיט א "ו". אז פארן אויבערשטען'ס וועגן, איז ח"ו מותר צו טוהן די זאכען. דערפאר האט אויסגעפעהלט אז זיי זאלן זעהן די רייד און קענען גוט לייענען, און זיך נישט טועה זיין ח"ו.
אלע נשמות פון די אידן זענען געווען ביי מתן תורה
עס ווערט געברענגט אין ספרים, אז נישט נאר די אידן וואס האבן דעמאלטס געלעבט זענען געווען ביי "מתן תורה", נאר אויך די נשמות פון אלע אידן וואס זענען געבוירן געווארן אין אלע דורות, זענען אויך דארט געווען. עס איז באקאנט וואס דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע פלעגט זאגען: אז נישט נאר וואס ער געדענקט פונקטליך דעם מעמד פון "קבלת התורה", נאר ער געדענקט אויך נעבן וועמען ער איז דעמאלטס געשטאנען.
די תלמידים האבן געמוזט געדענקן דעם מעמד פון קבלת התורה
דער הייליגער רבי ר' בער פון מעזריטש זי"ע, אלץ יונגערמאן נאך זיין חתונה, האט ער געהאט פרנסה פון דעם וואס ער האט זיך פארדינגען אלץ מלמד פון קליינע קינדער. ער איז נישט געווען ווי סתם יעדע מלמד, נאר ווען עס איז געקומען א נייע יונגעל לערנען "אלף בית", האט ער צום ערשט געפרעגט צו ער געדענקט נאך דעם מעמד פון "קבלת התורה", וואס אלע אידישע נשמות זענען דארט געווען. און בשעת'ן פרעגן האט ער זיך פארטיפט אין דעם קינד'ס נשמה און אויפגעמישט זיינע געדאנקען ביז דאס קינד האט זיך טאקע דערמאנט אין דעם געוואלדיגן מעמד. און טאמער דאס קינד האט זיך נישט געקענט דערמאנען פון דעם, האט איהם רבי ר' בער זי"ע נישט געוואלט אננעמען אלץ תלמיד.
וואס מען קען דערגרייכן מיט התמדה אין לערנען
דער בעלזער רב ר' יושע'לע זי"ע האט אמאהל דערצעהלט די מעשה מיט גרויס התלהבות, וואס פון דעם זעהט מען ווי גרויס און חשוב די תורה איז אפילו פון א פראסטער מענטש:
אמאהל אין א בית המדרש אין גאליציע איז געווען א גרויסע התעוררות צו לערנען די הייליגע תורה. עס איז געווען אין די "שלשת ימי הגבלה" און יעדער איז געווען באשעפטיגט זיך צוצוגרייטען ווי עס דארף צו זיין צו די טעג פון קבלת התורה. דער בית המדרש איז געווען געפאקט מיט אידן וועלכע זענען געזעצן און געלערנט מיט התמדה אהן קיין אויפהער, אז די קול תורה האט זיך געהערט ביז ארויס אויף די גאס. עס איז פונקט אריבער געגאנגען א פראסטער מענטש אן "עם הארץ", און ווען ער האט געהערט דעם זיסען קול פון לערנען האט ער זיך פארגליסט אריין צו גיין אין בית המדרש. ווען ער האט געזעהן דעם געוואלדיגן בילד ווי אלע לערנען מיט אזא געשמאק, האט ער זיך אויך געוואלט צוזעצן און לערנען. אבער ליידער האט ער גארנישט פארשטאנען פון לערנען ווייל ער האט קיינמאהל נישט געלערנט קיין תורה. מיט זיין ביטער הארץ האט ער זיך דערנענטערט צום ארון הקודש און אויסגעגאסן זיין הארץ צום באשעפער. ער האט געוויינט ביטער און געבעטן פארוואס ער איז נישט זוכה צו די ליכטיגקייט פון די תורה? - אזוי איז ער צוגעגאנגען צום ספרים שאפע און ארויס גענומען די ערשטע גמרא, און אנגעהויבן צו זאגן די עברי, אפילו ער האט גארנישט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט. ער האט פארגעזעצט נאך און נאך ביז צוביסלעך האט ער שוין אנגעהויבן צו פארשטיין דאס לערנען.
אצינד קוקט נאר צו - האט בעלזער רב ר' יושע'לע זי"ע געענדיגט זיין מעשה - ווי גרויס און ווי טייער עס איז התמדה אין לערנען, אז אויף מיין טיש ליגט א ספר וואס יענער איד האט מחבר געווען!!
נשלח ב-24/5/2004 00:27
שבועות שמח בקלי קלות
חג שבועות הוא אחד החגים השמחים , היפים והטעימים ביותר בשנה .
בשבועות כל המשפחה חוגגת בארוחות חג עשירות בתוצרת הארץ ובמרכזן מאכלי גבינות .לרגל החג, אנו שמחים להגיש לכם את חוברת המתכונים של שטראוס לשבועות, המכילה מגוון מתכונים טעימים,
אהובים ופשוטים להכנה ,שהופכים את ההכנה לקלי קלות . כדי שתוכלו ליהנות מההכנה וגם מן השמחה עם כל המשפחה ,עשינו את הכל כדי להקל עליכם ולקצר את משך ההכנה של כל הארוחה .
לנוחיותכם ,לצד כל מתכון מצוין זמן הכנתו ,כך יהיה לכם קל יותר לתכנן ולבחור את המנה הרצויה.
בנוסף ,מעמידה לראשונה שטראוס מוקד שפים לשירותכם , אליו תוכלו לפנות בכל בעיה
או שאלה בהכנת ארוחת החג שיהיה בתאבון
בברכת חג שבועות שמח
פרדי אבוקרט
סמנכ"ל שיווק של שטראוס
המתכונים נכתבו ע"י מחברת ספרי המתכונים פסקל פרץ - רובין
חטיפי פטריות ממולאות
חומרים (ל-20 פטריות):
מאה גרם גבינה ביתית 16% שומן של שטראוס מגוררת 2 כפות גדושות של סימפוניה טבעית 5% של שטראוס 4-5 כפיות פירורי לחם מתובלים
50 גרם חמאה מרוככת
1 כף פטרוזיליה קצוצה
1 כף בזיליקום קצוץ
1 מלפפון חמוץ חתוך לקוביות קטנות
3 שיני שום קצוצות דק
מים ומיץ לימון
מלח ופלפל אדום ושחור לפי הטעם
אופן ההכנה:
1) מנקים את הפטריות ומשרים קלות במים ובמיץ לימון כדי למנוע השחרה. מפרידים את הגבעולים מכיפת הפטריות וקוצצים דק את גבעולי הפטריות.
2) מניחים בקערה את גבעולי הפטריות הקצוצים, מוסיפים את שאר החומרים, מערבבים וממלאים את כיפות הפטריות.
3) מניחים את הפטריות לתבנית ואופים בחום של 190 מעלות כ-10 דקות.
זמן הכנה: 5 דקות, זמן אפייה: 10 דקות.
הערה: הוספה של רוטב עגבניות עשיר על בסיס התבנית בהן שוהות הפטריות, הופך אותה למנת בייניים נהדרת.
קרוסטיני
חומרים (4-6 מנות):
4-6 פרוסות באגט (או לחם כפרי מלא)
¼ כוס שמן זית משובח
2 שיני שום גדולות
4-6 פרוסות עגבניות מיובשות קצוצות
¼ כוס רוטב פסטו מוכן
200 גרם סימפוניה עם זיתים % 5 של שטראוס
6 פרוסות דקיקות של גבינה צפתית 5% של שטראוס
לקישוט:
2-3 צנוברים, ½ כוס בזיליקום
אופן הכנה:
1) קולים את פרוסות הבאגט בתנור שחומם לחום גבוה. מטפטפים על הלחם הקלוי מעט שמן זית, משפשפים קלות את הפרוסות בשיני שום ומורחים ברוטב הפאסטו.
2) מורחים שכבת סימפוניה עם זיתים, עליה מניחים פרוסת גבינה צפתית ופרוסת עגבנייה מיובשת. מעטרים בצנוברים ובבזיליקום קצוץ. מניחים בכלי חסין-אש ומחממים 2-3 דקות לפני ההגשה.
זמן הכנה: 5 דקות, זמן אופייה: 10 דקות.
הערה: סימפוניה לילדים- ניתן למרוח את הבאגט עם סימפוניה טבעית 5% בתוספת 2 כפות ממרח שוקולד של עלית 2 כפות אבקת קקאו ממותקת ולעטר בסוכריות צבעוניות.
חטיפי בצק וגבינה
חומרים (ל35 כדורים):
לבצק:
350 גרם מלח תופח מאליו
200 גרם מרגרינה בטעם חמאה
1 כפית חומץ
150 גרם יוגורט דנונה טבעי 3% של שטראוס
1 ביצה
1 כוס גבינה בולגרית טבעית 5% של שטראוס, מפוררת
½ כוס גבינת קשקבל מגוררת
140 גרם קוטג' שטראוס 5%
מלח לפי הטעם
לאוהבי חצילים-ניתן להעשיר את הכדורים עם 125 גרם סלט חצילים של שטראוס
להברשה:
ביצה טרופה+טיפה אחת של שמן
½ כוס גרגירי שומשום
אופן ההכנה:
1) שמים את כול החומרים בקערה ולשים בצק אחיד. מקררים כשעה.
2) מחוממים תנור לחום גבוה (190 מעלות), יוצקים כדורים מהבצק ומסדרים אותם בתבנית האפייה ברווחים. מברישים בביצה הטרופה ובוזקים שומשום. אופים כ-20 דקות עד ההזהבה.
זמן ההכנה: 5 דקות, זמן אפייה: 20 דקות.
הערה: הפחתת המליחות-אם רוצים להפחית את צורת המליחות של הגבינה הבולגרית, ניתן להשרות במעט חלב ולהתאימה לדרגת המליחות הרצויה.
מאפינס גבינה, גמבה בזיליקום
חומרים (לתבנית מאפינס של 12 יחידות):
100 גרם קוטג' שטראוס 5%
1 גביע שמנת חמוצה של יוטבתה 15% או 9%
2 כוסות קמח תפוח מאליו
קורט מלח
1 כף סוכר
¼ כפית סודה לשתיה
2 גמבות קלויות או כבושות קצוצות דק
3-4 גבעולי בזיליקום קצוצים
2 כפות זיתים שחורים קצוצים
70 גרם מרגרינה בטעם חמאה, מומסת 2 ביצים
2 ביצים
מלח ופלפל לפי הטעם
אופן ההכנה:
1) מחוממים תנור לחום גבוה (190 מעלות) ומשמנים היטב את תבנית השקעים במרגרינה.
2) בקערה מערבבים יחד את כול החומרים לעיסה אחידה, יוצקים על תבנית השקעים. אופים בתנור בחום בינוני (180) כ-15-20 דקות. המאפינס מוכנים כשקיסם הננעץ בהם יוצא יבש ונקי. מצננים ומשחררים אותם בזהירות מהשקעים.
זמן ההכנה: 5-7 דקות, זמן האפייה: 15-20 דקות.
הערה: במקום תבנית שקעים, ניתן להשתמש במנג'טים מיוחדים לאפינס או לתבנית אלומיניום אישית חד-פעמית.
חביתיות קרם גבינה
חומרים (ל-16-18 חביתיות בינוניות):
לבצק החביחתיות:
4 ביצים טרופות היטב
1 כוס מים או חלב יוטבתה 3%
1 כוס מי סודה
¾ כוס קמח לבן
1 וחצי כוסות קמח מלא
2 כפות מרגרינה
קורט מלח
למלית:
200 גרם גבינת סימפוניה טבעית 5% של שטראוס
100 גרם גבינת סקי 9% של שטראוס
½ כוס אבקת סוכר
1 כפית תמצית וניל
2-3 טיפות תמצית שקדים
1 קופסת חצאי משמשים מיובשים בסירופ, חתוכים לפרוסות
100 גרם שבבי שקדים קלויים קלות
לרוטב:
1.5 כוסות חוחי-שדה טריים
½ כוס אבקת סוכר
4 כפות ליקר דובדבנים
לקישוט: תותי-שדה שלמים וקצפת
אופן ההכנה:
1) בקערה רחבה טורפים את הביצים עם הנוזלים, מוסיפים את המרגרינה, המלח ובהדרגה את שני סוגי הקמח, מערבבים עד לקבלת עיסה אחידה וחלקה.
2) משמנים מחבת במעט שמן ומנענעים קלות את המחבת, כך שכול המחבת תצופה בשכבה אחידה של שמן. נוטלים מעיסת בצק במצקת, יוצקים למרכז המחבת ומנענעים קלות עד שהעיסה תתפזר בשכבה אחידה. מטגנים עד שהחביתיות ניתקות מן הדפנות והופכים לצד שני. באופן דומה מכינים את שאר החביתיות.
3) מערבבים את כול חומרי המלית מלבד המשמשים והשקדים. ממלאים את החביתיות במלית, מסדרים מספר פרוסות של משמשים ומפזרים שקדים קלויים, מגלגלים ומניחים בכלי הגשה.
4) מכניסים את תותי-השדה, הסוכר והליקר למעבד מזון ומרסקים. מעבירים לכלי ומחממים קלות. יוצקים על החביתיות הממולאות ומעטרים בתותים שלמים וקצפת מוכנה.
זמן הכנה: 10 דקות, זמן בישול: 15 דקות
הערה: ניתן להפוך את החביתיות לעוגה בן רגע! מניחים חביתית ועליה שכבה של קרם גבינה, שכבת מעדן דני שטראוס ו מעליה חביתית נוספת. כך עם 6-8 חביתיות נוספות. את העוגה ניתן לצפות בקרם שוקולד, לצנן אותה ולעטר בשמנת מתוקה עם זילוף שוקולד. להגיש קר
לזניית פטריות וקוטג'
חומרים (6-8 מנות):
2 בצלים בינוניים קצוצים
2 כפות שמן זית משובח
1 סלסלת פטריות שמפיניון חתוכות לפרוסות (או מקופסת שימורים)
500 גרם גבינת קוטג' שטראוס 5%
2 ביצים
מלח ופלפל לפי הטעם
½ כפיות אורגנו
5 עלי ריחן קצוצים
1 עגבנייה רכה חתוכה לקוביות קטנות
200 גרם רסק עגבניות
1 כוס מים
5 שיני שום כתושות
6 עלי לזניה מוכנים לאפייה
1 כוס גבינה צהובה מגוררת
אופן ההכנה:
1) מחממים שמן במחבת רחבה ומטגנים את הבצל הקצוץ. מוסיפים את הפטריות ומאדים כ3-4 דקות.
2) בקערה נפרדת מערבבים את קוטג' שטראוס והביצים, מוסיפים את הפטריות והבצל ומתבלים במלח ופלפל.
3) מערבבים את העגבנייה עם רסק העגבניות והמים, מוסיפים את השום ושאר התבלינים: אורגנו, ריחן ומעט מלח נוסף.
4) יוצקים לכלי חסין-אש 2-3 כפות מהרוטב המוכן ועליו משטחים שלושה העלי לזניה. יוצקים מעליהם את תערובת הגבינה והפטריות ומעליה את רוטב העגבניות. משטחים מעל שכבה נוספת של עלי לזניה ויוצקים את יתר הרוטב כך שיצפה בשכבה אחידה.
5) אופים בתנור שחומם מראש בחום בינוני (180 מעלות) כ-20 דקות. מוציאים מהתנור, זורים את הגבינה הצהובה, וממשיכים לאפות עוד כ-10 דקות.
זמן ההכנה: 10 דקות, זמן האפייה: 30 דקות
הערה: במקום גבינה צהובה ניתן להכין בלילה מ-2 ביצים, 4 כפות מים, ½ 1 כפות קמח, מלח ופלפל. לטרוף היטב ולצקת מעל הלזניה.
גלילת בצק וגבינה עם תרד
חומרים:
400 גרם בצק עלים מוכן
1 חבילה של תרד עלים קפוא או חלוט או לחילופין 4 תפוחי אדמה מבושלים ומרוסקים
250 גרם גבינה בולגרית טבעית 5% של שטראוס מפוררת
150 גרם גבינה צהובה מכול סוג מגוררת
לבזיקה:
ביצה טרופה+טיפה של שמן
½ כוס גרגירי שומשום
אופן ההכנה:
1) מחלקים את הבצק ל6 מלבנים שווים ומרדדים כול חלק לעלה מלבני. מחלקים את התרד או תפוחי אדמה והגבינות לשלושה חלקים שווים.
2) שמים לאורך המלבן מעט מהתרד ומעט מן הגבינות ומגלגלים לגליל. סוגרים היטב את הקצוות, מגלגלים את הגליל בצורת ספירלה מעגלית ומניחים בתבנית אפייה משומנת. בדרך זו מכינים את יתר הבצק.
3) מברישים בביצה את הבצקים המוכנים, בוזקים שומשום. אופים בתנור שחומם מראש לחום גבוה
(190) במשך כ-40 דקות.
זמן ההכנה: כ-7 דקות, זמן אפייה: 35-40 דקות.
הערה: את המנה ניתן להכין מבעד מועד ולהקפיא. ביום הארוחה להפשיר וסמוך למועד ההגשה לאפות. כך תיהנו ממאפה טרי, ישר מהתנור.
פלפלים ממולאים בגבינה
חומרים (ל-6 מנות):
12 פלפלים בינוניים בשלל גוונים (עדיף מאורכים ודקים)
150 גרם גבינה בולגרית טבעית 5% של שטראוס מפוררת
100 גרם גבינה צפתית 5% של שטראוס מפוררת
2 כפות גבינה צהובה מגוררת
1 עגבניות חתוכה לקוביות קטנות
1 עגבניות חתוכה לפרוסות
½ כוס זיתים קצוצים או צלפים
4 בצלים ירוקים קצוצים דק
שמן זית
מלח בישול
אופן הכנה:
1) חותכים את כובעי הפלפלים, מסלקים את הגבעול הקטן ומשאירים אותם בצד. מנקים את פנים הפלפלים, שוטפים ומנגבים.
2) בקערית מערבבים את הגבינה הבולגרית, הצפתית הצהובה, מוסיפים את קוביות העגבניות, הפטרוזיליה, הזיתים והצלפים. מערבבים היטב ומתבלים בפלפל שחור גרוס.
3) ממלאים את הפלפלים במלית הגבינה בזהירות וסוגרים בעזרת כובעי הפלפל ששמרנו. מפזרים סביב את הבצל הירוק הקצוץ ופרוסות העגבנייה שנותרו. מעל מטפטפים שמן זית ומלח בישול.
4) אופים בתנור שחומם מראש לחום בינוני (180 מעלות) כ25-30 דקות. מגישים בטמפרטורת החדר.
זמן הכנה: 10 דקות, זמן אפייה: 25-30 דקות.
הערה: לקבלת מנה עיקרית צמחונית ניתן לפרוס 2-3 תפוחי אדמה ולרפד בהם את התבנית, לטפטף מעט שמן זית ולאפות כ-15 דקות. לסדר מעל את הפלפלים הממולאים ולפזר מעט גבינה צהובה להקרמה.
כיכר גבינה בשלושה גוונים
חומרים (לתבנית כיכר 12 כפול 22 או כל צורה הרצויה לכם):
שכבה א':
250 גרם גבינת סקי 9% של שטראוס
60 גרם חמאה מרוככת
100 גרם גבינת קשקבל מגוררת
½ כוס זיתים ירוקים קצוצים גס
4 גבעולי עירית קצוצים או בצל ירוק
שכבה ב':
250 גרם גבינת סקי טבעית 5% של שטראוס
100 גרם גבינה בולגרית טבעית 5% של שטראוס
50 גרם מרגרינה בטעם חמאה
100 גרם גבינה צהובה מגוררת
מלח לפי הטעם
שכבה ג':
250 גרם גבינת סקי 9% של שטראוס
60 גרם חמאה מרוככת
100 גרם גבינת קשקבל מגוררת
100 גרם גמבה כבושה או קלויה חתוכה לקוביות קטנות
ניילון נצמד או רדיד אלומיניום
½ כוס עגבניות מיובשות בשמן וקצוצות דק
½ כוס אגוזי מלך קצוצים גס, או חצאים שלמים
מעט פפריקה אדומה
אופן ההכנה:
1) בשלוש קערות שונות מערבבים את החומרים של כול שכבה בנפרד. מרפדים את התבנית בניילון נצמד או רדיד אלומיניום גדול.
2) לאורך התבנית מפזרים פפריקה אדומה. מעבירים שכבת גבינה א' אל התבנית ומהדקים. מעליה, מסדרים את שכבת ב', מפזרים על שכבה זו עגבניות מיובשות עם מעט שמן זית ומעליה מסדרים שכבה ג' ומהדקים. סוגרים את שולי הניילון ומאחסנים במקרר במשך הלילה.
3) מסירים בזהירות את שולי הניילון, הופכים על כלי הגשה ומסירים את יתר הניילון (או נייר הכסף). יוצקים מעט משמן הזית (של העגבניות) מסביב ומעטרים באגוזי מלך חצויים או קצוצים, בחסה ובירקות.
זמן ההכנה: 10-15 דקות, זמן קירור: במשך הלילה.
הערה: לניתוק מהיר וקל של כיכר הגבינה מהכלי לאחר הקפאה, רצוי להכניסו תחילה לכלי עם מים חמים ולשחררו בזהירות עם סכין מהדפנות.
קונכיות שוקולד במלית מעדן גבינה וניל
חומרים (ל-16 גביעים):
4 גביעי גבינת סקי וניל של שטראוס
1 חבילת גביעי שוקולד למילוי (להשיג בחנויות וברשתות)
סלסלה קטנה של תותי שדה טריים
2-3 קיווי פרוס
2-3 אפרסקים משומרים בסירופ
דובדבנים טריים או משומרים
1 שמנת מתוקה להקצפה
2 כפיות אבקת סוכר
אופן הכנה:
1) ממלאים את גביע השוקולד בכף עד שתיים של גבינת סקי וניל. מקפיצים את השמנת המתוקה עם אבקת סוכר ומזלפים תלוליות קצפת מעל לגבינת הסקי.
2) מעטרים בתות שדה, אפרסקים, קיווי ודובדבנים שלמים ופרוסים.
זמן הכנה: 10-15 דקות
הערה: אפשר להכניס את הגבינה לשקית זילוף, לזלף תלוליות תלוליות גבינה לתוך הקונכיות ולהוסיף פירות ללא שמנת מתוקה.
עוגת מוס גבינה ומילקי
חומרים (לתבנית קפיצית מס' 26):
ביסקוויטי פתי בר של עלית או בסיס עוגת תופין אפויה.
1 כוס שוקו יוטבתה
250 גרם גבינת סקי 5% או 9% של שטראוס
4 גביעי מילקי של שטראוס
1 שקית ג'לטין 14 גרם
1/3 כוס מים רותחים
2 מכלי שמנת מתוקה להקפצה
½ כוס סוכר
לקישוט:
גביע מעדן שטראוס בטעם שוקולד
אופן ההכנה:
1) טובלים ביסקוויטים ומפזרים בתחתית התבנית או מרפדים תבנית עם עוגת תופין.
2) בקערה רחבה מערבבים את גבינת הסקי והמילקי. טורפים בכוס את הג'לטין עם המים החמים ומבליעים לתוך בלילת הסקי והמילקי.
3) מקפיצים במערבל חשמלי את הקצפת עם אבקת הסוכר עד לקבלת קצפת יציבה.
4) מקפלים אותה אל הבלילה עד לקבלת עיסה אוורירית.
5) יוצקים לתבנית ומחליקים את פני העיסה. מעליה מזליפים זרזיפים של מעדן שטראוס. מכסים ברדיד אלומניום ושומרים במקרר כ-3 שעות לפני ההגשה.
זמן הכנה: 15 דקות, זמן הקרשה: 3 שעות
הערה: להגשת המנה כמוס בקעריות במקום כעוגה, יש להכין את השלבים 2, 3, 4 לצקת את הבלילה האוורירית לתוך הקעריות ולעטר בתלוליות מעדן שוקולד או לפזר שוקולד מגורר.
לחמניות הפתעה
חומרים (ל-24 יחידות בינוניות):
לבצק:
4 כוסות קמח מנופה
חצי חבילת שמרית
1 כפית סוכר
¼ כפית מלח
1 כף מרגרינה מזולה
4 כפות שמן
1 ביצה
¼ 1 – ½ 1 כוסות מים
למלית:
250 גרם גבינה צפתית 5% שטראוס
3 כפות קוטג' שטראוס 5%
3 כפות בצל מטוגן מסונן
5 עגבניות מיובשות קצוצות
150 גרם גבינה צהובה מכל סוג, מגוררת
1 ביצה
מלח ופלפל שחור לפי הטעם
להברשה:
1ביצה טרופה
1 כף שמן
½ כוס גרגירי שומשום
אופן ההכנה:
שמים בקערה רחבה את הקמח, יוצרים גומה ולמרכזה מכניסים את השמרים הסוכר, המרגרינה, השמן והביצה, מפזרים מסביב את המלח ולשים תוך הספגת המים עד לקבלת בצק אחיד וחלק. מכסים ומניחים לתפוח עד שיכפיל את נפחו.
1) מערבבים בקערה את חומרי המלית, טועמים ומתקנים את התיבול לפי הטעם. מחלקים את הבצק ל-24 חלקים שווים ויוצרים כדורים. בכול כדור בצק יוצרים גומה לתוכה מכניסים כף מהמלית או יותר, לפי הקוטר של כדור הבצק. סוגרים היטב ומעצבים ככדור. מניחים ברווחים בתבנית אפייה משומנת היטב.
2) מברישים את הלחמניות בביצה טרופה ובוזקים שומשום. אופים בתנור שחומם מראש לחום בינוני (180 מעלות) כ-40 דקות. מגישים חם.
זמן הכנה: 15 דקות, זמן אפייה: 40 דקות.
הערה: אפשר לחלק את הבצק לשניים לגלגל לשני כדורים ובמקום המלית להכניס קוביות של צפתית עם חתיכות של עגבניות מיובשות משומנות בשמן זית ומספר עלים קצוצים של בזיליקום, ולאפות
טיפים בקלי קלות...
מספר דרכים פשוטות כדי לתת לשולחן החג מראה חגיגי ומיוחד :
התאימו את צבי המפיות והנרות לצבע המפה ,הרכיבו סלסלת פירות עשירה וצבעונית מפירות מפירות העונה במרכז השולחן,הניחו גבעולי חיטה ושעורה על המפיות לצד הצלחות והניחו חלוקי נחל עם בד יוטה על השולחן .
טיפ לחימום המאפים
את המאפים שהכנתם בבוקר מומלץ לחמם כשעה וחצי לפני ההגשה בתנור שחומם בחום פלטה (100 מעלות ).
טיפ לציפוי העוגות
ציפוי מהיר וטעים לעוגות ניתן להכין במהירות ע"ע ערבוב מעדני שטראוס המשלבים טעמים עשירים של שוקולד ,אגוזים וריבת חלב ,ויציקתם על העוגה .
טיפ לארוחה בקלי קלות
רוצים להוריד את עומס הכנת האוכל לפני הארוחה ? ניתן להכין את הרטבים לסלטים ולפסטות ,יום קודם לארוחת החג ,לשמור בכלים סגורים ורק בסמוך לארוחה לחמם ולצקת על התבשיל . גם את הירקות ניתן לקלוף ,לחתוך ולארגן מבעוד מועד ,להניחם בכלי עם מים ולהכינם בסמוך לארוחה .
טיפ לעוגת גבינה מצליחה
כדי למנוע מעוגת הגבינה להיסדק בזמן האפייה ,עם הכנסת העוגה לתנור ,הניחו בו כלי עם מים רותחים להוספת הלחות . במידה ובכל זאת נוצרו סדקים בעוגה ,ניתן להכין ציפוי קל לפני הגשת העוגה משמנת מתוקה או חמוצה .
טיפ להפחתת שומן קלוריות
כדי ליהנות מהמתכונים הנפלאים מבלי לפגוע בגזרה ניתן להמיר את הגבינות עתירות השומן המופיעות במתכונים בגבינות דלות שומן מאותו סוג .את השמנת ניתן להמיר ביוגורט ואת החלב במים .