|
|
| נשלח ב-24/5/2004 22:19 |
|
| |
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שטארק אנטוישט
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, וועלכער איז באוויסט מיט זיין מדת החסד והצדקה, וואס געבט זיך אוועק פאר א צווייטן יומם ולילה, ובפרט ווען עס קומט צו די גרויסע מצוה פון פדיון שבויים האט זיך גאר שטארק אריינגעלייגט אין די פרשה פון ר' אביגדור יאקאבאוויטץ שליט"א, עמוד החסד בדורינו, וואס האט געגעבן מיליאנען דאלאר צדקה, און דארף א גרויסע ישועה ניצול צו ווערן פון די נעגל פון די רעגירונג.
מונקאטשער רבי שליט"א האט צי דעם צוועק געלאזט רופן ר' זלמן לייב טייטלבוים פון וויליאמסבורג אז ער זאל העלפן טאן עפעס פאר ר' אביגדור.
ר' זלמן לייב האט יעדן טאג מדחה געווען מיט פוילע תירוצים, ענדליך נעכטן איז ער געקומען צו אים אין שטוב, אבער וויפיל כ"ק אדמו"ר ממונקאטש האט פראבירט צו פועל'ן ביי אים אז ער זאל שאפן געלט פאר לאיערס און אנדערע פעולות איז אלעס געפאלן אויף טויבע אויערן.
ביז דאס געדולד פון מונטקאטש'ער רבי'ן האט שיער געפלאצט און האט געפרעגט זלמן לייב, איך פארשטיי נישט, ר' אביגדור האט דאך געגעבן פאר סאטמאר מיליאנען דאלער, און האט זיך אזוי שטארק צוגעשטעלט ווען מ'האט נאר געדארפט, פארוואס זאלט איר נישט עפעס טאן.
ר' זלמן לייב האט אים קאלט און טרוקען געזאגט: איך האב גארניש פון עם, ער מאכט מיר געניג צרות און קאפ פארדרייענישן. ער האט נאר געבארגט, ער האט נישט געגעבן. ער האט אינז אריינגעלייגט אין פעקל וכו' וכו' וכו'.
איינער פון די משמשים ביי כ"ק אדמו"ר ממונטקאש הרב ג. האט איבערגעגעבן אז מונטקאש'ער רבי איז שיער צאמגעפאלן פון חלשות וויאזוי איינער וואס האט נהנה געווען פון דעם איד מיט שווערע מיליאנען זאל אפילו נישט פראבירן צו טאן עפעס, נאך דערצו ווען עס שטייט אים אויס רח"ל טורמע טערמינען, ווי קען א פשוט'ער יוד זיין אזא אכזר און נאך דערצו איינער וואס האט פון אים גענאסן מיליאנען.
דיכט זיך אז קאמענטארן זענען קאפליטלי איבעריג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2004 22:59 |
|
| |
וואס ז''ל פלעגט בעטען פון זיינע הויפט נגידים ובפרט פון ר אבגדור אז ווען זיי גייען געבען א גרויסע נתונה פאר א ספעציעלע צוועק זאל עס הייסען אז דאס האט ז''ל פארשאפט פון דעם נגיד
יעצט אז דער מדובר איז ר׳ אבגדור זעלבסט האט דער באלאָן געפלאצט
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2004 23:26 |
|
| |
דאס דארף זיין א לעסאן פאר אנדערע זאלי נגידים אז זיי זאלן וויסן אז זאלי געט נישט קיין HOOT פאר זיי, אין איינמאל זיי וועלן זיין אין א עת צרה וועט ער נישט וועלן וויסן פון זיי צו זאגן
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2004 06:05 |
|
| |
אריינגערעכענט דעם עבד לעבדי ה׳
מיט זיינע נאכשלעפערס
וואס וועלן פליען מיט ליפאלע אינאיינעם
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2004 07:08 |
|
| |
כ'האב מורא אז די גאנצע מעשה מיט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, אז ער האט געלאזט רופן ר' זלמן לייב, און ר' זלמן ליב וויל נישט העלפן ר' אביגדור וכו' וכו', איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגען...
די איינציגע פרט וואס איז יא אמת, איז אז ר' זלמן לייב איז זונטאג געווען ביים מונקאטשער רבי'ן אין שטוב. דאס ווייס איך פאר א פאקט, ווייל מיין חבר איז געווען ביי אן הכנסת ספר תורה אין שפיצער'ס בית המדרש, אקעגען איבער דעם מונקאטשער רבי'נס וואוינונג, און ער האט געזעהן ר' זלמן לייב'ן אריינגיין צום מונקאטשער רבי'ן אין שטוב. אבער עד כאן ותו לא מידי. די אלע איבעריגע פרטים וואס "ווארהייט" פארציילט, מיין איך איז זייער ווייט פון צו זיין די "ווארהייט"...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2004 16:15 |
|
| |
וואס בין איך שולדיג אז דיין חבר וואס איז געווען ביי שפיצער'ס הכנסת ס"ת איז נישט געווען אין מונקאטשער רבי'ס הויז?
דיין חבר ווייסט נאר וואס ער האט געזען. זעט אויס אז מיינע רעסארסעס גייען א שטאפעלע ווייטער ווי שפיצער'ס הכנסת ס"ת.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2004 17:01 |
|
| |
מלחמת_ה, אויב די וועלט איז אזוי שמאל ווי באגרעניצט דיינע ידיעות זענען האב איך מורא אז מיר זענען אין זייער א בעד שעיפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2004 19:09 |
|
| |
וואס איז דא צו טענה'ן מיט אן אהרוני.
ביי זיי מוז דאס דאך נישט זיין אמת, עס איז גענוג אז עס שטייט אויף הייד פארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2004 20:46 |
|
| |
את אשר יגורתי בא. אזוי ווי איך האב פריער געזאגט אז כ'האב "מורא" אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, אזוי שטעלט זיך אויס אז ס'איז אן אויסגעטראכטער חלום שחלמו אחרים על אחרים...
כ'האב מיך נישט געפוילט. היינו אינדערפרי ביים דאווענען אין מונקאטשער בית המדרש אין בארא פארק, בין איך פרעזענדליך אריבער צום מונקאטשער רבי'נס משמש בקודש הרב ג. און אים געפרעגט וואס ס'איז פארגעגאנגען. האט ער מיר קלאהר געזאגט אז די גאנצע מעשה איז אן אויסגעטראכטע...
הר' "ווארהייט", זיי נאכאמאל בודק דיינע "סארסעס", ווייל זיי זענען פשוט פאלש. זיי האבן אזא מעשה נישט געהערט פון הרב ג. ס'איז א פשוטער ליגענט.
הר' "תיבה אישית", טראכט נאכאמאל איבער ווער ס'איז אין בעד שעפ...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2004 21:51 |
|
| |
מלחמת ה' די ביסט היינט געווען אין מונקאטש אזוי ווי זאלי העלפט פאר אביגדור..!
און צום פואינט וואס העלפט זאלי פאר אביגדור ובניו..!
ווער האט איינגעלייגט די בעל פאר אביגדור און זיינע קינדער...?! פארוואס זענען צוויי פון משפחות יאקאבוויטש געזיצען איבער שבת...!
ווייל זאלי האט נישט צו געלייגט קיין איין דאללער פארן בעיל..! עס איז אים אנגעגאנגען אין די לינקע פיאה!
בעיל האט געברענגט הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א, הרבני הנגיד ר' מנחם גרשון לעבאוויטש, הרבני הנגיד ר' משה יוסף ווערטהיימער, הרבני הנגיד ר' מרדכי אליעזר ניישטיין, קיין איינער וואס זאלי האט געשיקט..!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2004 22:09 |
|
| |
שור שנגח, לייען גוט איבער וואס איך האב געשריבן. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ר' זלמן לייב העלפט יא ר' אביגור ובניו אדער נישט. פשוט ווייל איך ווייס נישט.
רבותי, ביטע נאר זאגן קראנטע אינפארמאציע, אמת'ע אינפארמאציע. נישט קיין שקרים פיל מיט נגיעות...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2004 22:19 |
|
| |
די זאגסט דיין חבר האט געזעהן זאלי זונטאג ביים מונקאטשער רבי'ן אין שטוב, נו פארוואס האסט נישט געפרעגט דעם גבאי'ן וואס זיי האבן געשמועסט דארט?
און נאכאמאל דאס אז די ביסט היינט פרעזענדליך אריבער צו מונקאטש רבי משמש פרעגען די מעשה וואס די האסט געלייגט אויף הייד פארק... איז אמת אזוי ווי זאלי העלפט פאר אביגדור..!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2004 20:43 |
|
| |
ניו יארק טיימס דעקט אויף:
די בעיל פאר ר' אביגדור יאקאבאוויטש און זיינע קינדער איז געקומען פון אהרן חורינער...
נ.ב. ווי עס קוקט אויס וועט דער טיימס זיך נאך אנטשולדיגן פאר די "קראנטע" אינפארמאציע וואס זי האט באקומען פון "שור שנגח", פונקט ווי זי האט זיך פאריגע וואך אנטשולדיגט פאר די "קראנטע" אינפארמאציע וואס זי האט באקומען פון אכמאד שאלאבי בעת די איראקער מלחמה וואס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אלס טאטאל פאלש!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2004 21:18 |
|
| |
ערב יום טוב שבועות האט ר' אביגדור ובניו אנידערגעווארפן די פלי בארגעין דיל פון די רעגירונג.
דערווייל קוקט אויס אז מ'וועט גיין צום טרייעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 21:22 |
|
| |
Ichud dear
Aron didn't give any money to save Vigder from jail
If anything I will pay money to put him IN JAIL
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|