| נשלח ב-31/5/2004 16:32 |
|
| |
ויזניץ ב"ב: מענער מזרח פרויען מערב
בני ברק: ההפרדה בין גברים לנשים יוצאת לרחוב
רחוב האדמו''ר מווישנא צר באופן מיוחד, ובני שני המינים נפגשים בו באופן לא צנוע. הפתרון? הפרדה
מאיר סויסה ואבישי בן-חיים
העוברים ברחוב האדמו''ר מווישנא שבשכונת קהילת ויז'ניץ בבני-ברק נתלו בשבוע האחרון במודעות המכריזות על ''תיקון''. הכוונה במודעות איננה לטקס מיסטי שייערך ברחוב, אלא להחלטה שתתקן את הפריצות ששוררת בו.
על פי המודעה, או ה''פשקוויל'' בלשון הקהילה החרדית, ילכו מעתה הגברים בצד אחד של הרחוב, והנשים בצדו האחר. הכל כמובן מחשש לחילול השם ברחוב הצר, שהומה אדם בעיקר בשבתות וחגים. להוראה ולהפצתה באמצעות מודעות הקיר אחראי בד''ץ קהילת ויז'ניץ: ''בפקודת בד''ץ קהילתנו הוחלט על תיקון המצב וסידורו, באופן שישמרו על גדרי הצניעות והקדושה כהלכה'', נכתב בפשקוויל, ''הרחוב יהיה מחולק לאורכו בצד המערבי לגברים, ובצד המזרחי לנשים (צד הסמוך לחנויות)''.
ועד הקהילה הוסיף במודעה שהתקנה נוגעת לכלל הציבור, וכי כל חסיד ותושב המגיע למקום חייב לנהוג על פי מנהג המקום והתקנה. עוד צוין שהדברים נכונים לילדים ומבוגרים כאחד: ''נא להזהיר גדולים וקטנים כאחד למען ישמרו גדר קדושה זו באופן המועיל, וכן להזהיר תושבים ועוברי אורח שאינם מתושבי המקום לבל יפרצו גדר זו''.
http://www.maariv.co.il/channels/1/ART/725/769.html
_______________
איך מיין אז עס איז גאנץ א גוטע זאך הלוואי אין ירושלים (אין מאה שערים איז געווען אזוי סוכות צייט)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 17:29 |
|
| |
די פרייע שונאי הדת כאפן זיך און מאכן צימעס דערפון, און קוקן אונז אן דערמיט ווי די האן אין דער בני אדם אריין.
אבער, ס'איז גאנת א נארמאלע זאך, און וויזשניץ איז נישט די ערשטע וואס מאכט דאס, ביי אונז אין קרית יואל איז דאס שוין לאנגע יארן אזוי.
און ביי אונז אין קאשוי, איז אפלו די גראסערי איינגעטיילט באזונדער פאר מענער/פרויען.
נאר גיי לערן מיט א גוי בארטענורא...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 19:21 |
|
| |
אין סקווירא איז שוין לאנג דא א מענער זייט אין פרויען זייט
איך ווייס נישט ווי ווייט מען האלט עס איין אבער די מושג איז שוין א אלטע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 20:22 |
|
| |
אין טאהש איז דא געשעפטן וואס האבן אנדערע זמנים ווייבער / מענער.
און ירושלים איז דא רח' צפניה ווי מ'קען אריבער גיין צו רח' עזרא (ביי די גשר) לעבן די הר-צבי שוהל, די זייט פון לעלוב'ר ביהמ"ד איז פאר ווייבער, און די אנדערע זייט איז פאר מענער (אזוי האב איך אמאל איינעם איינגערעדט און יענער האט מיר געפאלגט, באט למעשה איז עס טאקע אזוי אז אויף איין זייט גייען בעיקר נאר מענער)
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2004 04:08 |
|
| |
איך פערזעהנליך בין אקעגען אזא סיסטעם, פארוואס?
אונז טרעפען מיר נישט אין חז"ל אן ענין פין א מחיצה, נאר אויף איין פלאץ, אין דער ביהמ"ק ביי שמחת בית השואבה.
מענער וואס היטען זיך דער אויגען מער ווי די הלכה פאדערט, און זענען מדקדק אויף לפנים משורת הדין, כל הכבוד, אבער פארדריי נישט א קאפ יעדעם איינעם.
וואס פאדערט די הלכה?
עפ"י הלכה טאר מען נישט קוקען אויף א פרוי, הסתכלות איז אסור, הסתכלות מיינט נישט זעהן, עס מיינט קוקען זיך איינקוקען. דאס איז אויך נאר אויף א אשת איש, עיין שו"ע אבן העזר.
אז איינער גייט אין גאס און זעהט א פרוי האט ער גארנישט עובר געווען, די צווייטע קוק, איז אסור.
ממילא וואס איז די גרויסע זאך אז מען גייט אין גאס און מען זעהט א פרוי?
תערובות
וואס איז תערובות?
תערובות איז א נייער טערם, מן הסתם נישט מער ווי הינדרעט יאר אלט. אין שו"ע איז נישט דא קיין איסור פאר מענער און פרויען צו זיצען אין איין שטוב. נקודה. עפ"י חסידות איז אויך נישטא, מיט דער תנאי אז מען קען זי היטען די אויגען.
וואס יא?
עס איז דא א גמרא אז מען זאל נישט אדורך גיין צווישען צוויי נשים צוליב א חשש כשפים.
מען וואלט געקענט מצדד זיין אז אין אונזערע מקומות איז נישט שכיח כשפים און ממילא דארף מען נישט חושש זיין (אזוי ווי תוס' זאגט לגבי גילוי). נו, איז דאך יעדער מחמיר, ווייל מען מיינט עס האט מיט קדושה. נו גוט, נעם דיר א שטעקען ווי די רביס פלעגען טוהען, האלט דיך די פיאות, אדער טראג זיך ארום מיט א ספר, וועט עס קער נעמען פין דער פראבלעם.
אבער פארוואס פארדרייען די גאנצע וועלט א קאפ? און נאך דערצו מיט נייע זאכען אשר לא שערום אבותינו?
פארוואס פארנעמען זיך די "מתקנים" מיט אזעלכע ענינים?
זאלען זיי זיך פארלייגען אויף זיך אליין!
ווי אזוי האט אמאהל א ל"ו צדיק געזאגט?
איך בין אזוי פארנומען מיט מיר אליין, אז איך ווייס גארנישט ווי אזוי מען האט צייט זיך צו פארנעמען מיט יענעם!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2004 08:20 |
|
| |
באראפארקער,
איז וועל איך דיר מסביר זיין.
אין חז"ל ווערט דערמאנט פארוואס די תורה איז א "מתנה" ווייל ווען נישט די תורה וואלט מען זיך געדארפט אליין מוטשענען אויף די מידות און זיך לערנען צניעות פון בעלי חיים און אזוי ווייטער.
אין תורתינו הקדושה איז דא א דרך החיים אן דעם וואס מ'זאל דארפ'ן חושש זיין צו מ'טוט ריכטיג אדער נישט. (עס איז געווען גרויסע בעלי מדות פון די אומות העולם וואס א גאנץ לעבען האבען זיי פראבירט צו ארבעטען אויף זייער מדות אבער דאך זענען זיי געווען מסופק צו זיי טוען ריכטיג און אפשר גאר דעלייגען זיי פשוט די עולם הזה).
וואס איך מיין ארויס צוברענגען איז, אז די תורה איז פשוט א וועג צו פארגרינגערען די הילוך החיים און מחזק זיין די משפחה לעבען.
אמת ע"פ תורה איז נישט אסור אבער לויט די רוח התורה איז זיכער מער כדאי אז מ'זאל אינגאנצען נישט צו קומען צו קיין נסיון, וואס טאמער מ'מאכט גדרים ברורים אז דארט אויף יענע און יענע פלאץ גייען נאר מענער למשל, דאס העלפט ארויס אז נישט יעדע מאל ווען מ'גייט אויפ'ן גאס זאל מען דארעך גיין נסיונות אויב למשל מ'האט בטעות געזען א פרוי זאל מען זיך דארפ'ן צוריק האלטען פון קוקען נאכאמאל און אסאך מאל איז עס זייער שווער.
דעריבער האלט איך קלאר אז עס איז א תועלת אין עס פארגרינגערט די יידישע לעבען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2004 21:36 |
|
| |
באראפארקער
אין חז"ל ווערט געברענג אז אויז איכא דרכה אחרינה מעג מען נישט דורכגיין אויף דעם גאס
א מאכט מען פשוט א דרכה אחרינה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2004 05:59 |
|
| |
עפשטיין
ביסט א שטיקעל ע"ה פאר שרייבען אזוי, איכא דרכא אחרינא איז נאר ווען מען זעהט נשים אין נישט קיין צניעות'דיגע אופן.
כורמיזא,
נארישקייטען, עס מאכט דעם לעבען שווערער אויב עס איז דא שעות, מען קען נישט גיין דעמאלס דא, און דעמאלס דארט, נארישקייטען, מען דארף נישט אויסלערנען מענטשען ווי אזוי מען לעבט,
מען האט אייביג געוויסט און געהאט א אידישע מסורה ווי אזוי א איד גייט אין דער גאס.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2004 08:08 |
|
| |
און אויב עס איז נישטא שעות נאר קביעות'דיג, ביזטו מודה אז עס איז גרינגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2004 02:01 |
|
| |
באראפארקער וואס ביזטו אזא בעל תאווה
עס איז זייעא א גוטער רעיון
עס איז נישט סתם א גדר נאר פשוט פאר באקוועמליכקייט פונם ציבור
קענסט דיר פארשטעלן און א שמאלע גאס ווי עס איז געפאקט מיט מענטשן אנשים נשים וטף פרייטאג מיטאג למשל און יעדע מינוט מיז מען זיך רוקן אויב מען וויל נישט אריינקראכן און נשים אדער אנרין זיך מיט די בגדים, עס איז ממש א עקל
האט מען געמאכט זייער א פראקטישע עצה
הלוואי זאל מען עס איינפירן און מאה שערים-גאולה ממש מען קען נישט גיין און גאס
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2004 07:52 |
|
| |
בעל גאוה בעל תאוה
א בעל תאוה גייט אין די גאס? א בעל תאוה טוט למעשה.
וואס האט עס מיט תאוות?
ביי דיר אין שטוב טוה וואס די ווילסט, מאך דיין ווייב זיצען אונטער די מחיצה ווי אין טשערנאבעל אין סקווירא אדער ראחומסטריווקא, (דארט בין איך אויך נייגעריק וועלכע רבי האט עס אנגהויבען).
אין די גאס פארדריי נישט א קאפ! פארשטענדליך? צו מיר יא.
אויב איינער וויל מיט מיר טעהנ'ן אזוי ווי כורמיזא וואס ווייסט וואס צו שרייבען צו דער זאך, בין איך מסכים, סתם שרייבען שטותים דורך אנרופען נעמען און זידלערייען, נוסח אונגארען, האלט עס ביי ענק אין ביהמ"ד.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2004 18:47 |
|
| |
לצים זאגען אז וועגען דעם לאזט דער באבובער דיין שליט"א נישט טראגען מיטן עירוב ווייל זיי פארלאזען זיך דארט אין בית המדרש אויף מחיצות ווי ר משה פיינשטיין
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2004 19:00 |
|
| |
באראפארקער וואס ביזטו געווארן אזוי צעווילדעוועט איך האב דיר נישט באזידלט נאר פאר א ווערטל,
עכ"פ איך האב דיר גענטפערט בטו"ד די מעלה פון צעטיילן די גאס ווען עס איז דא שמאלע גאסן און עס איז געפאקט מיט מענטשן
אויב ביסטו געווארן פערזענליך געטשעפט זיי מיר מוחל
|
|
|
|
|