לאמיר זאגען איך וויל אפשניידען גאר א גרויסע בוים, איך וויל וויסען ווי גרויס איז די בוים, ווי אזוי קען איך וויסען?
נשלח ב-3/6/2004 23:58
באקומען אין תיבה אישית פון *SRULI*
YOU MEASURE THE SHADOW
ע"כ בתיבה אישית.
_________________
אין גמרא מס' עירובין מג:
הרוצה לידע כמה גובהו של דקל מודד קומתו וצלו וצל קומתו וידע כמה גובה של דקל.
(אין די אנציקלופדיעס שטייט עס אויפן נאמען פון'ם יווני 'תאלס')
אין מסכת מנחות דף קו עמוד א' תוספות ד"ה שהן אלף ושמונה מאות ושלשים. כיצד קח בידך מאחד ועד ששים וצרף תחילתן לסופן עד האמצע וכו'.
אין שיטה מקובצת ווערט געברענגט נאך א וועג ווי אזוי מ'רעכנט עס אויס.
נשלח ב-12/9/2004 16:48
יש לו מנה רוצה מאתיים פעלט עיהם העלפט
אין אדם מת וחצי תעבתו בידו
פעהלט עיהם מעהר פון העלפט
א תירוץ פליז
נשלח ב-12/9/2004 17:01
איך האב אמאל געהערט עפעס א תירוץ וואס אויפ'ן מינוט געדענק איך נישט.
איך טראכט אז מ'קען זאגען.
אז די יש לו מנה דאס לגבי געלד, אז מ'קען מאכען א חשבון אזוי פיל האסטו און דו ווילסט האבען פונקטלעך דאפעלט.
אבער ביי אנדערע תאוות איז נישט שייך צו מגדיר זיין דאס אין דאס וויל איך ווייל א מענטש ווייסט אליין נישט וויפיל זאכען ער דארף אלטץ.
במילא מאך א פשוטע חשבון אז לויט וויפיל געלט ער האט וויל ער האבען פונקטלעך דאפעלט, און וואס וועט זיין מיט די אנדערע תאוות וואס ער קען נישט נאכקומען? במילא מוז זיין אז עס פעהלט אים מער פון העלפט.
נשלח ב-12/9/2004 17:02
א גיטע קשיא כמיין מקען עס אפשר אזוי פארענטפערן
כטראכט יעצט אז יש לו מנה איז דאך דאס שוין נישט זיין תאוה, ער האט שוין פארגעסן פון די מנה וואס ער האט שוין, די תאוה איז נאר אויף נאך א מנה וואס ער האט נאך נישט, וויפיל איז העלפט פון זיין יעצטיגע תאוה? א האלבע מנה, דאס האט ער דאך נאך אויך נישט, איז אין אדם מת און אפילו חצי תאותו איז אויך נישט בידו
נשלח ב-12/9/2004 21:31
יש לו מנה [הרי הוא 1] רוצה מאתיים [היינו עוד 2, ביחד 3].
כשמת ישל לו רק שליש.
פשוט פשט, מסתמא שטייט עס שוין ערגיץ.
נשלח ב-12/9/2004 22:26
דיגרעסטע אין בעסטע קאלעקציע פין אפאר טויזענט מימרות פאר די אלע זאכן איז דער ספר מטבע שטבעו חכמים פין ר אברהם מייזעלס פין מאנטריאל
3 חלקים וואס ווען איך וויל מיך אביסעל אויסלופטערן
נעם איך עס ארויס פין ספרים שאנק אין איך קען מיך קוים אפרייסען דערפין