בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עפארדעבל האזינג פראטעסט אין williamsburg

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/6/2004 06:36 לינק ישיר 

היינט אינדערפרי בין איך ארויס אויפן גאס ביי אונז אין וומ"ס, האבן מיינע אויגן דערזען א צעטל וואס שרייט 20,000 אידן וועלן זיין ביי היסטארישן געיט ראלי, בין איך געווארן זייער נייגעריג, וויאזוי קען א געשעעניש וויסן פון פאראויס פונקטליך אויפן די נומער וויפיל אידן גייען זיך באטייליגן דארט? מיינע ער שרייבט בערך, רבבת, אלפים וכדו' איז נאך האלב פארשטענדליך, אבער צו וויסן אז פונקט צוואנציג טויזענט מענטשן איז שוין אביסעלע "אוט פראם די נארם", האב איך באשלאסן איך מוז עס גיין זען, מ'וועט אראפנעמען אביסל צייט פון די ארבעט צו זיך באטייליגן מיט די תנוקות של בית רבן זאגן א פאר קאפיטלעך תהלים וועגן די מכה פון ארטיסטן, ובזה הייב איך אן מיין רעפארט:
עס איז געווען אפגעשפארט ווייט עוו. פון בראדוועי ביז דיוויזשאן, אויף בראדוועי אליינס האט מען נישט געקענט זען גארנישט.
די סטעידזש איז געווען ביי ווייט קארנער סט. 8, אויף די זייט פון דאמסי, קעגן איבער דור ישרים, אינמיטן די גאס, אויף ווייט מיטן פנים צו דיוויזשאן און רוקן צו בראדוועי איז געווען א סיין "וויליאמסבורג אפארדעבל האוזינג ראלי", עס האבן אויפגעטרעטן: ר' אברהם ישעי' ווייס האט גערעדט צו די תשב"ר, דעיוויד יאסקי פון סיטי קאונסיל מיט א הבטחה צו טון כל מה שבידו, ר' יוסף וועבער פון פאפא, משה דוד נידערמאן פון UJO און קענט האוזינג קארפ., ישראל אשר פראמאוויטש פון וויען, און נאכאמאל אברהם ישעי' ווייס.
קינדער זענען געווען אויף די דאמסי זייט פון ווייט עוו. פון ס.8 ביז ס.10, מען זאגט אז אלע ת"ת אין שטאט האבן געשיקט זייערע קינדער, מסתמא נאר די עלטערע אבער פונטליך וואסערע כיתות און וויפיל ווייס איך נישט, ביי סאוט 10 איז יודל שלעזינגער פון וועד הצניעות געשטאנען און געטיילט וואסער פאר די קינדער.
די קינדער האבן געהאלטן פארשידענע סיינס, ווי אז די אידן, שווארצע און לאטינאס קענען נישט עפארדן די פרייזן, און אז די געגנט האט מען נישט ריזאנט פאר לוקזערי דירות, וכדו', א 4-5 מינים אויפשריפטן.
אויף די אנדערע זייט גאס בערך צווישן סאוט 9 און סאוט 8 זענען געשטאנען עטליכע כוללים, ווי קיעפ סט., נייטרא, ועוד מיט סתם מענטשן, בערך 250 מענטשן, אינמיטן ווייט עוו. אויפן טראטואר איז געווען ליידיג.
פרויען זענען געווען אפאר ביי סאוט 8 און ווייט אויף די זייט צו בערי, און נאך עטליכע ביי ס.9 און ווייט אויף די בערי זייט.
ווענס זענען געווען פון ABC, CBS2, און פאקס ניוס.
2 אנדערע טשענעלס האבן געהאט העליקאפטערס.
זשאו הארט דער PR רעפזענטעטיוו פון די נועם המדות פירמע איז דארט געווען צו רעדן צו די פרעסע, אזוי אויך האט זיין פירמע ארויסגעגעבן א פרעס רעליס אינדערפרי.
סאנדעל האט צוגעשטעלט די סאונד סיסטעם.
די ווייט עוו. אריינגאנג צו דאמסי איז געווען פארמאכט.
די גאנצע ראלי האט זיך אנגעפאנגען בערך האלב 4, און ביי 5:15 - 5:30 איז עס געווען פארטיג, און די פאליציי האט נישט געלאזט דורך גיין צו בראדוועי, מסתמא נישט וועלנדיג אז מ'זאל שרייען וכדו'.
די ענגלישע דרשות זענען מער ווייניגער געווען געבויט אויף די עפארדעבל האוזינג אישו, די אידישע חלקים האבן גערעדט פון אלץ און אלעמען.
עסקנים פון די נועם המדות וועם איך דערקען און זענען געווען טעטיג: פ.פ., ח.ד.ד., ועוד
פון UJO: י.ו., ש.ו.
פון די עסקנים לכל פירצות בוומ"ס: י.ז.
ועוד נישט אלע קען איך
ליעזאנס: יצחק שלום ווערטהיימער, עיב פרידמאן
תהלים קען זיין האט מען געזאגט פאר איך בין אנגעקומען, אבער נאכדעם נישט.
אויפן סטיעדזש זענען געזיצן א 10-12 מענטשן, צווישן זיי הרה"ג ר' הירצקא צוויבל ראה"כ סאטמאר, מיט הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין מו"ץ וואלאבאוט.
אויב האט איך פארפאסט פרטים, זאל מען מיך מעורר זיין אדער פרעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2004 16:42 לינק ישיר 

http://www.nydailynews.com/boroughs/story/203542p-175616c.html

Hundreds.. of children? i



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2004 16:48 לינק ישיר 

http://www.nypost.com/news/regionalnews/23217.htm


WILLIAMSBURG REAL ESTATE GOING THROUGH THE ROOF

By BRADEN KEIL
--------------------------------------------------------------------------------

Email Archives
Print Reprint



June 17, 2004 -- While Hasidic Jews in Williamsburg continue to protest an influx of yuppies and hipsters, neighborhood rentals and sales prices continue to climb.
According to a recent survey by the Real Estate Board of New York, Williamsburg average sales prices rose 19 percent in the last 12 months to $327,533, making it one of Brooklyn's fastest growing areas.

The average one-bedroom Williamsburg apartment runs about $275,000 — still cheap by comparison to the average downtown Manhattan one-bedroom pad, which The Corcoran Group puts at $473,000.

With Brooklyn fast becoming the new Manhattan — and Queens turning into the new Brooklyn — it stands to reason that Williamsburg could eventually reach the status of a Chelsea or TriBeCa.

"Part of its appeal is that these are not Manhattan prices," board member Michael Slattery said.

"It's becoming a very hot neighborhood, and no protest is going to stop it," said Douglas Elliman senior vice president Dolly Lenz.

Besides the high prices they bring, local clergy and residents have railed against their new neighbors' supposed liberal lifestyle.



"The morality [of the yuppies/ hipsters] is not acceptable to our people," said one rabbi. "It's dangerous for our children."







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2004 17:28 לינק ישיר 

געזעגענען:

ביזט נישט גערעכט ווייל געציל "ברענט" נישט קעגען די פראטעסט, יעדער וואס איז דארט געווען וועט דיר זאגען אז ער שרייבט דעם גאנצען אמת אן צו לייגען אדער אראפ נעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2004 23:04 לינק ישיר 

סאיז דא א סתירה צווישן דער איד און דער בלאט קעגען וועם די פראטעסט איז געווען, דער איד שרייבט אז עס איז געווען קעגען גרעטש און דער בלאט שרייבט אז עס איז געווען /קעגען שעיפער.
און איך זאג אז עס ווענדעט זיך ווער עס האט עס פארופן וד"ל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עפארדעבל האזינג פראטעסט אין williamsburg
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.