האט עם דער מקבל גערופן צו דין תורה. כ'ווייס נישט דעם סוף וואס ס'איז געווארן
נשלח ב-11/6/2004 03:08
איך האב געהערט א מעשה פון איינעם
אז איינער האט אים פארציילט אז א באבאווער יונגערמאן האט איהם פארציילט
אז פארן פארן איז צו געקומען צו איהם א יונגערמאן און געבעטן צו ער קען מיט נעמען א בר מצוה מתנה א ספר קדושת לוי
האט ער איהם געזאגט נישט קיין פראבלעים
א בר מצוה מתנה ברענג און איך וועל דאס מיט נעמען
זאגט איהם דער שליח
איך וועל אייך זאגן דעם אמת דעם ספר וואס מען האט געשיקט מיט מיר האב איך פשוט פארלוירן נאר אזוי ווי איך האב געזעהן אז מען האלט אין איין רופן וועגן דעם ספר האב איך מיך נישט געפוילט און געקויפט א נייער ספר און אייך געגעבן
דער מקבל שטייט און פלאצט און הייבט אן צו מאכן קולות ביז ער האט אים פארציילט אז עס איז געווען דארטן זייער אסאך געלט
מאזשאר
זעהט אויס אז די האסט נאך קיינמאל נישט געהאלטען קיין געלט, אין איין קדושת לוי גייט אריין מיליאן דאלאר, נישט הונדרעט טויזענעט.
נשלח ב-13/6/2004 06:05
איך פערזעהנליך האב אמאהל געהאט א מעשה מיט א פעקעל, ווען איינער האט מיך מיטגעגעבען א פעקעל קיין א"י, דער פעקעל האט געהאט עפעס אזוי ווי אונטער וועש וכדומה. אין א"י בין איך געווען ביי א שמחה, נישט זייענדיג קיין א"י'דיגע, און נישט וויסענדיג אז צוליב די עניות זענען מענטשען מער נכשל אין גניבה, האב איך עס אראנגלייגט לעבען מיין מאנטעל.
ווען איך בין צוריק געקומען איז דער פעקעל שוין נישט געווען,
נאכען מודיע זיין דער משלח אז דער פעקעל איננו, איז ער געווען זייער אפסעט, איך האב אים געפרעגט, מאי כולה רעש? האט ער געזאגט אז ער האט אין דעם פעקעל אריין געלייגט אפאר דאלאר, אין אים באדערט אז עס איז פארלוירען.
ע"כ המעשה.
אבער פין דעם זעהט מען, אז דורך מיין נישט וויסען אין פארלוירען געווארען דאס געלט, געלט וואלט איך קיינמאל נישט געלאזט הפקר, א פעקעל מילא, און היות יענער האט מיך נישט געזאגט, איז עס פארלוירען געווארען.
ר' מעכעלע פון נתני' איז געפארן אויף מאנטריאל מיטן באס איינער האט מיטגעשיקט מיט אים הייסע סחורה. צו זיין מזל האבן זיי אים געפאקט. ער איז געזעצן צוויי טאג ביז מען האט אויפגעוויזן אז ער איז א איד א תמים און מ'האט אים אויסגענוצט.
ארויסקומענדיג האט ר' מעכעלע זיך אנגערופן "איך האב נישט געמאכט קיין חילול השם, איך האב נישט אויסגעזאגט אז איך בין א איד".....
תוקן על ידי - גאסט - 13/06/2004 6:15:00
נשלח ב-13/6/2004 06:45
בארא פארקער
עס זעהט אויס אז די האסט נאכנישט
געהאלטען א קדושת לוי
.....
נשלח ב-13/6/2004 08:19
לאמיר מאכען א פשוטע חשבון,
100X$100 איז דיק א 3/4 אינטש (נייע הונדרעטערס)
אין א קדושת לוי פיט אריין 4 מאל אזוי סאך
צוזאמען איז $40,000, לאמיר זאגן ער האט גענוצט די נייע קדושת לוי, גייט אריין דאפעלט, צוזאמען איז $80000 מאקסימום.
עס קען זיין אז די איבריגע האט ער געגעבען אין א טשעק
תוקן על ידי - כורמיזא - 13/06/2004 8:25:21
נשלח ב-13/6/2004 10:57
גיי טענה דיך מיט א פּוילישן-באבובער נאר.
ער טענהט אז אין א קדושת לוי גייט אריין א מיליאן דאלאר. פארוואס לייגט ער נישט צו נאך אפאר זיראס? סקאסט נישט קיין געלט.
בארא פארקער, זאג אז אין א קדושת לוי גייט אריין א טריליאן דאלאר.
נשלח ב-13/6/2004 17:12
עטס זאלסט מיר אלע מוחל זיין, אבער איך האלט יעצט אין די האנט צען טויזענט, אין די ספעיעלער מין מאָני ענוועלאפ, עס איז בערך איין פערטעל אינטש. א גאנטע אינטש איז פערציג טויזענט, מען קען לייגען לכה"פ צוויי אינטשעס איז 80,0000 מען קען לייגען זיכער זעקס מאל אזוי פיל, איז עס קרוב צו א האלב מיליאן.
נשלח ב-13/6/2004 18:38
בארא-פארקער,
די פאפיר פון די דאללארס אן די פרינט איז די דיק פון 90 גרם פאפיר, וואס 90 גרם פאפיר גייט אריין אין יעדע 2.5 אינץ' 500 פאפירן.
די פאפיר אליין אן די פרינט קומט אויס א האלבע אינץ', מיט די פרינט אויף ביידע זייטען קומט עס אויס בערך נאך א פערטל אינץ'.
דאס איז די חשבון אז 75. אינץ' איז 100 דאלאר בילס.
נשלח ב-13/6/2004 18:40
גראדע איז דער גאליציאנער חכם גערעכט
[זעט אויס אז ווען בן ציון האט געטאנצען ווי זיין טאטע (נוסח סקווערא)האבען זיי געשעפט חכמה אין יראת שמים]
געלט פארנעמט נישט קיין סאך פלאץ אין א קדושת לוי קען אריין גיין אסאך מער געלט ווי די מיינטס
נשלח ב-13/6/2004 18:45
עפשטיין
יישר כח
זעהט אויס אז די ביסט אזוי פארטוהען אין פאליטיק אז אפילו א נארמאלע שמועס קנסט די נישט פירען אהן אריינמישען דיינע שטותים. אז נישט דיינע סאטמארע פרובירסט די מיט באבאווער. (אגב נישט יעדער גאליציאנער איז א באבובער - וגם אני בתוכם). אלפאנס יישר כח פאר דיינע ווערטער.
כורמיזא
הער אויף מיט דיינע חשבונות, איך רעד פאקט, נעם צען טויזענט דאלאר אין די האנט אריין וועסט די זעהן איך בין גערעכט.