|
|
| נשלח ב-23/6/2004 21:56 |
|
| |
עפרא לפומיה
די לייגסט א פיקטשער ווס האט גארנישט מיט חסידות
פארדעם האט די בעש"ט מייסד געווען חסידות אז מזאל גיין וויזיטען פעקטעריס
פארדעם קען איך אויך זיין א רבי
לייט א בילד ווי ער זיצט און לערנט ענדערש
געמאלס קען מען רעדן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 01:01 |
|
| |
די סיגוטער
ביי דיר איז חסידות נאר אז בןציון טאנצט ווי זיין טאטע און דו פארגלייסט דיר דיינע אויגען און די מיינסט אז דער הייליגער ראפשיצער רב טאנצט דא
רוף עס דמיון רוף עס ווי אזוי די ווילסט אבער מאך נישט חוזק פון ויזניצער חסידים
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 01:20 |
|
| |
JEWBOY, אייכה !!
דער גאליציאנער פערד טרייבט לצנות פון א רבן של ישראל אן עובד השם, מיט אזא פרעכהייט, זיינע טרייפענע שטיק דארפן שוין אראפ גיין !!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 03:27 |
|
| |
אויב עטס מיינטס אז דאס איז חסידות פרעכע שנאה מיט אריינשלעפן בן ציון און קללות האט עטס א גרויסן א טעות
אז עטס רעדטס פון טאנצן האב איך גראדע עפעס בעסער וואס צו ענטפערן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 03:36 |
|
| |
אדרבה
סיגוטער דערצייל מיר וואס איז ביי דיר חסידות
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 04:07 |
|
| |
דישיגוטער
נישט יעדער קען גיין אין א ביזנס אריין אזוי קלאפן מזוזות, מ'דארף אסאך האסלען אין תורה יעבודה פאר דעם כדאי צו זוכה זיין קלאפן א מזוזה.
געב דיר א שטעל אפ א מינוט, און א טראכט.
(מיין) דיין רבי שליט"א וועט נאך אויך גיין אי"ה צו זיינע חסידים'ס ביזנעסער קלאפן מזוזות און שאשקענען לחיים, וואס וועסטו דעמאלט זאגן? אויך מיר א עפעס רבי'לע?.
יוז יור העד טינק טווייס ביפאר יו רייט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 04:19 |
|
| |
און וואס איז מיט קירוב רחוקים אדער ליבשאפט צו א צווייטן איד?
האא? דישי־גוטער?
אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות
מסתמא ווייסט ער זייער גוט וואס ער טוהט.
און ווי איך דענק איז דער רב זצוק''ל נאך דעם שרעקליכן חורבן האט ער מקרב געווען און געהאלפן איעדן איד מיט א פנים צהלות און מיט א זעלטענע ליבשאפט,
נו פארוואס פארשטייסטו נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 06:10 |
|
| |
אינטערסעסאנט איך האב געמיינט אז דא זענען אלע סאטמערע
דערווייל זעה איך עטס זענט אלע ציונים
און צווייטענס פאר געלט אויפצוהענגן א מזוזה דארף מען נישט זיין קיין באבאווער רבי
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 06:15 |
|
| |
זייטס נישט אזוי באלייגידט
איך מיין בכלליות
אלע פיקטשערס ווי מ'גייט ווי מ'שטייט
כו'
אבער אז עטס שטעלטס עטס דא ארויף האב
איך דא געשריבן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 06:22 |
|
| |
פארגאנגענע וואך איז געווען בילדער פון דעם רב הצעיר - וואקסמאן חתונה, איך האב דיך גארנשיט געזען אפלאכען פון די בילדער.
ביי יענעם ביסטו א חכם?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 10:14 |
|
| |
יא יא! כשמו כן הוא,
ער פאררופט זיך בשם דמשוגע'טער (דישיגוטער).
דער משוגע'נער קלערט נישט צוויי מאל פארן דריקן מיטן קנעפל. ווי יעדער עס ווייסט אז דיר ר' אייזיק ברוין איז א מענטש א ת"ח וואס האט שוין נעבעך אויסגעגעבן "מיליאנען" אויף צו ראטעווען זיין טאכטער'ס לעבן (נאכדעם וואס זי איז געפאלן פון אן העליקאפטער) כאטש אלע דאקטורים האבן שוין פון לאנג אויפגעגעבן האפענונג אויף איהר אז זי וועט נאך אמאל אויפשטיין. זיין אמונה אין השי"ת איז ממש צום באוואונדערן.
אויב דו קענסט נאר כאטש עפעס א' ב' פון דער אידישער וועלט ווייסטו אז דער סערט'ער רבי איז פשוט א שוואגער מיט ר' אייזיק ברוין. דער רבי איז געגאנגען באזוכן זיינס א שוואגער וואס האט שוין ליידער אזויפיל מיטגעמאכט זינט יענע פאסירונג. ער איז אים געגאנגען אביסל מחזק זיין, בפרט נאכדעם וואס מאנכע (די דאסקאל פאמיליע) ווי באקאנט האבן פראבירט דורך גאר אומאיידעלע אופנים צו באשמיצן ווי ווייט מעגליך דעם גרויסן "צדקה פילאנטראפ" (ר' אייזיק ברוין הי"ו) ובדברים שאין להעלותם על הכתב, פשוט כי אין הכתב סובלתם.
אבער מיט דעם אלעם האט זיך ביי דעם וויזיט דערקענט זיין שטארקער אמונה און נישט דערשרעקנדיג זיך פון קיינעם מיטן אויפנעמען יעדן בסבר פנים יפות און מיט א פנים שוחקות און אויך נישט וועלנדיג הערן דברי חיזוק נאר פארקערט, ער האט גארנישט אויפגעהערט צו דאנקען אויף די גרויסע חסדי ה' וואס ער זעט אויף טריט און שריט.
ע"כ הנקרא ע"ש משוגע'נער; חזור בך ואל תהי' כעבדים המשמשים את הר"ב (לשון מריבה), והוי זהיר בגחלתן וכו'.
הקורא בצער את דבריו הבלים...
 |
|
|
|
|
|