בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צילום ולוחות-פרנק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/6/2004 19:12 לינק ישיר 
צילום ולוחות-פרנק

קען אײנער מסביר זײן װאס ס'מײנט



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2004 20:04 לינק ישיר 

אז מען דרוקט א ספר מאכט מען א בילד פונעם ספר אין מען מאכט א PLATE אין דאס דרוקט מען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2004 22:21 לינק ישיר 

צילום = פילם
לוחות = פלעיט

ווען מען וויל דרוקו א זאך מאכט מעט דערפון קודם א פילפ און פון די פילם א פלעיט, היינטיגע צייטן דארף מען שוין נישט צוקומען צו קיין פילםת נאר מען קען גלייך פון קאמפוטער מאכן א פלעיט, די פרוסיעדשער רופט זיך סי.טי.פי.
Computer To Plate



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2004 22:46 לינק ישיר 

פארװאס נאר אין די ספרים פין ארץ ישראל שטײט עס, אין אױך װיל איך װיסען אױב פרנק האט א קונקרענץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2004 23:23 לינק ישיר 

אמאל פלעגט מען דארפען אליין אויסלייגען די פרינטעד פאפיר און פון דעם האט מען געמאכט א פילם וואס דאס איז פארקערט פון די טעקסט און דערנאך האט מען געמאכט א פלעיט וואס דאס איז די זעלבע ווי די ארגינאל פאפיר.

היינט צו טאג, דארף מען שוין נישט אויסלייגן קיין פאפיר, נאר מ'שטעלט אויס אויפן קאמפיוטער די PDF פיילס לויט די PLATE און דערנאך מאכט מען א פילים און פון דעם א פלאטע.

אין ארץ ישראל נוצט מען נאך נישט כמעט די CTP סיסטעם ווייל ס'קאסט זייער טייער די מאשינען און אויך די חומר פון די פלאטע, און די עיקר פראבלעם איז אויב ס'איז דא א טעות איז עס שווערער צו פארריכטען.

צילום ולוחות פרנק איז א מאל געווען א מיוחס ווייל עס איז געווען גאנץ שווער צו מאכען די פלאטעס, מ'האט געדארפט אליין אויסשטעלען די פאפיר. חוץ פון פרנק איז געווען נאך צוויי דריי.
היינט צו טאג מאכען עס שוין כמעט אלע דריקערס אליין און עס קומט אויס אסאך ביליגער. אמאל פלעגט עס זיין בערך $35 פאר א פלאטע היינט קען מען עס באקומען פאר $20-$25.
און אין היינטיגע ספרים זעט מען שוין כמעט נישט 'צילום ולוחות פרנק'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 17:07 לינק ישיר 

פרנק ניצט שוין דעם סיסטעם פון CTP, איך האב נעכטען באטראכט א ספר וואס פרנק האט געמאכט די פלאטעס און רוב ספר איז געמאכט דארעך CTP און א חלק מיט פילמס, מ'זעט א גרויסע חילוק!

איך וואלט היינט צוטאג נישט רעקאמאנדירט עפעס אנדערש פון CTP.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 17:37 לינק ישיר 

CTP האט זיך זיינע פראבלעמן מיט FULL COLOR PROCESS איז עס זייער נישט גוט ווייל ס'וועט קיינמאל נישט אויסקומען 100% משא"כ מיט פילם איז עס גרינגער אין מער פלעקסיבל

אויך די CTP וואס מנוצט אין א"י האט נאך א חסרון זיי נוצן נאר פון די קאמפאני DOLEV וואס ווערט געמאכט אין די מדינה אין די פאנטשעס וועלן פאר קיין געלט נישט וועלן ווערן אייניג אויף אלע PLATES אין ס מאכט א חורבן

לעצטעןס האב איך פארקויפט אין א"י פאר א פרינטינג א מאשין פון AGFA און זיי זענען זיך מחי' דערמיט

אגב איך זיך אינפארמעשן אויף די SCREEN 3100 ווער עס ווייסט ווי סאיז דא אין NY געגענט איינער וואס קען זיך אויס דערמיט וויל איך בעטן מזאל מיא מודיע זיין

תוקן על ידי - טאגליכט - 07/09/2004 17:46:23



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 18:46 לינק ישיר 

די דריקערס אליינס ווייסען אז אויב די קאלערס זענען צוטיילט אויף CMYK מאכט מען נישט קיין CTP.

די דריקערס נוצען די DOLEV BRISQUE, און עס קומט אויס זייער גוט בפרט ביי ספרים און עס האט נישט קיין שום פראבלעם וועגען די קראפס, עס קומט אויס אויפן האר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 19:12 לינק ישיר 

האק מיר נישט אין קאפ די DOLEV איז די ערגסטע מאשין וואס איך האב נאר געזעהן אויפן מארקעט איך ווייס איינער וואס סאיז מיאוס אריינגעפאלן מיט זיי נישט נאר די פאנטשעס זענען נישט גוט נאר אויב גייסטו ארויף העכער 75 LPI ברענגט עס שוין נישט גוט ארויף אויפן פרעסס איינער האט שוין שאדען געהאט פון אזא מאשין

אגב די Brisque Dolev איז א אימעזש סעטער אין נישט קיין CTP די CTP מאשין הייסט Cobalt ממילה פרעג דיך בעסער נאך אויף דיCobalt מאשין דאס וואס איך האב גערעט איז פון די PLATESETTER און נישט פון די IMEGESETER



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 23:15 לינק ישיר 

איך האב זיך טועה געווען, די דאס וואס איך האב געזען איז פון חברת SCITEX און נישט DOLEV BRISQUE.

איך בין נישט אזוי באקאנט אין די מאשינען, אפשר קענסטו דא שרייבען א באריכט פון דיין עקספיריענס וואס מ'דארף קוקען ביי די מאשינען און וויפיל עס קאסט, און ווער פארקויפט דאס און צו ס'איז שטערקער ווי די דייטשע מאשינען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 00:55 לינק ישיר 

אזוי די מערסטע באקאנטע מאשינען אין אמעריקע איז פון AGFA די חסרון פון AGFA איז אז סאיז זייער גרויס אין סייז אין ספארנעמט זייער אסאך פלאץ זיי האבן אבער א מעלה אז זיי זענען גאנץ ביליג א נייע מאשין קאסט אינגאנצן 90000-100000 דאלאר אין סאיז זייער גרינג צו מעינטענען

די בעסטע מאשין איז פון SCREEN אין אויך די טייערסטע א 8UP מאשין קאסט ביי זיי נייערהייט א CTP ארום 350000 דאללאר אין CTF ארום 175000-150000 דאללער אין סהאט אלע מעלות סאיז אינגאנצן 60" לאנג אין ברייט ארום 45" סמאכט UP TO 350LPI אין סברענגט אים ארויף אזוי גוט אז סכאפט אפילו ביי NONE PRESURE פרעסס וואס דאס זעהט מען נישט ביי אנדערע קאמפאניס, איין גרויסע חסרון האט דאס אז כמעט קיינער קען עס כמעט נישט פארעכטן אויב סצוברעכט זיך איך איינער אין קרית יואל האט געקויפט אזא מאשין אין זיכט אויכעט איינער וואס קען גוט די מאשין

דו פרעגסט בכללותדיג די דייטשע מאשינען סאיז דא עטליכע די וואס סקומט מיט די EIDELBERG פרעססעס ווערט געמאכט ביי SCREEN אבער מיט אסאך ווייניגער אפשענס ווי ביי זייער אייגענע

ווען מקויפט א מאשין דארף מען די ערשטע זאך קוקן צו מוועט דיר געבן סערוויס דערויף אין ווי לאנג רוב דילערס דראפן דיר אראפ די מאשין אין לויפן זיך ווייטער אין ווען דו ווילסט עס אויפסעטן טרעפסטעך ווי אויפן וואסער און ווען דו קאלסט זיי אן טשארדשען זיי דיר טבין ותקלין זיי קענען בעטן ארום 1200 א טאג סאו דארפן קודם שאר מאכן אז זיי סעטן עס אויף אין געבן סערוויס

רוב וואס געבן יא סערוויס געבן געווענליך נאר 3 חדשים אבער איך האב שוין געטראפן 2 קאמפאניס וואס גיבן 6 חדשים
אויב ווילסטו קען איך דיר געבן זייערע נאמבערס אין אישי

נאכדעם דארף מען קוקן וואס פאר א פראסאסער סהאט דארף מען אכטונד געבן אז סזאל זיין א ONLINE PROCESORE דאס מיינט אס גלייך נאךן EXPOSEN, צDEVLOPTE זיך עס ATOMETICLY אז נישט איז זייער שווער זיך צו באקלעפטשן דערמיט

אויב איינער וויל וויסן מער אינפא. זאל בעטן יעצט האב איך שוין נישט קיין געדילד צו שרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 13:57 לינק ישיר 

עס איז דא צובאקומען אין אמעריקע די HEIDELBERG מאשינען?

אט דאס שרייבט *תג* אין זיין פארום:
איך האב געזען אין אן אנדערע פארום אז מ'רעדט וועגען CTP, איך האלט אז פאר ספרים וואס האבען נישט קיין קאליר איז שטארק כדאי צו נוצען CTP, און אגב, פרנק האט אן AGFA פאר CTP און זיי קענען גוט די עבודה און זיי האבען מומחים איך בין ממליץ זיי צו נוצען, זייער מערכת פון CTP נוצט AGFA APOGEEX.

פרנק נוצט די AGFA ווייל די פלאטעס פון AGFA קען מען באקען אין אן אויבען און דאס מאכט אז די פלאטעס זאל זיך האלטען פאר לאנגע יארען, און מ'קען עס איבער נוצען שפעטער. פרנק באקט אפ אלע פלאטעס וואס זיי מאכען.

=עד כאן=

פרנק נוצט די אגפה סיסטעם Xcalibur, און די אפערעיטינג סיסטעם פאר עס איז די אויבנדערמאנטע APOGEEX סיסטעם.

זיי נוצען שוין דער מאשין פאר א 3 חדשים און זיי זענען זייער צופרידען דערמיט.

דער מאשין קען נוצען די לוחות טרמיים וואס מ'קען אפבאקען (וואס SCITEX קען נישט טוהן און פארשטייט זיך אז עס איז אסאך טייערער)

אזא מאשין קאסט קרוב צו $300,000 אבער די דרוק איז אסאך שענער אפילו ביים ערשטע מאל דרוקען (וואס ביי אנדערע CTP סיסטעמס קען עס ווערען אפגעמעקט ביים ערשטע מאל נוצען)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 17:54 לינק ישיר 

די חוליק פארוואס AGFA PLATES קען מען איבערנוצן איז ווייל זיי ניצן METAL PLATES משא"כ די אנדערע קאמפאניס מאכן נאר POLY PLATES אין דאס וואס איר שרייבט אז מען באקט עס אפ איז סתם עמי ארצות אין סדר פון מאכן פלאטעס ווייל ווי באקאנט אז אויב EXPOSED מען א METAL PLATE מער ווי 40 סקונדעס קענסטועס גלייך ווארפן אין גארביטש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 18:31 לינק ישיר 

ניי אין קרית יואל CTP

געטראפן אין די ק"י זשורנעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 19:58 לינק ישיר 

טאגליכט,
אלע דריקערס פון ספרים אין ארץ ישראל נוצען מעטאלענע פלאטעס נישט קיין חילוק צו מ'מאכט עס דארעך CTP אדער נישט (די POLY נוצט מען נאר אויב מ'דריקט עפעס מיט אפאר בלעטער) און מ'וויל נישט ספענדען.

און איך בין דיר מגלה א נייע זאך וואס דו האסט נישט געוואוסט ביז יעצט אז עס איז דא אזא זאך וואו אפבאקען פלאטעס, און פראנק טוט דאס מיט אלע זייערע פלאטעס. קענסט עס בודק זיין ביי זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 20:08 לינק ישיר 

הרב כורמיזא שליט"א איך בין פון פאך אויס אין די פרינטינג ליין איך האב דערציילט פאר דערווייל 6 פרינטערס אז כהאב געזעהן אין היידפארק אז מען באקט פלעיטס. וואס זאל איך דיר זאגן סאיז געווען THE JOKE OF THE DAY ביטע אפשר שיקסטו מיר א בילד וויאזוי מ'באקט עס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צילום ולוחות-פרנק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext